וואלן וואס רעדסטי א נייע הלכה ווי אזוי איבער צי בעטין א מענטש ? קיק אריין אין מטה אפרים ווי ער ברענגט אראפ ווי אזוי מען דארף איבערבעטין איינעם בכלל נישט מיט קיין דרשה נישט מיט קיין גיין צי לויה'ס איין זאך גיין צי יענעמס קבר מיט א מנין אדער מיט דריי דאס האט שוין יוסל וואלדמאן געטין אין דיין רא"ט נישט
נשלח ב-19/7/2010 19:11
משמועסט אז קומענדידן זונטאג וועט ער נאכאמאל גייט אויף 60 מינוטס איבערצובעטן באותו מקום.
נשלח ב-19/7/2010 19:09
ראדני דו ווילסט אז דער בילד זאל רעדן? ווי זעהסטו אז דאס איז "בלויז יאסל וואלדמאן פאטגראפירט זיך לעבן די מציבה" ? דער וואס האט גענומען דאס בילד שרייבט אז ר' יוסל האט איבערגעבעטען,
נשלח ב-19/7/2010 16:46
בנוסף וואס רבינו שליט"א האט געהאלטן א דרשה ברבים אים מפייס צו זיין
נשלח ב-19/7/2010 16:31
ראדני איך ווייס נישט צי ער איז אינטרעסירט עם איבער צי בעטען אדער נישט אבער דאס איז אמאל זיכער זיין שטיין דארט איז מער א צייכן פין איבער בעטין פין וואס רא"ט האט איבערגעבעטין דעם הייליגען קאשוי רב ביי זיין לויה זיצענדיג אין זיין שיינע קעדילעק
נשלח ב-18/7/2010 23:51
אויפן קעפל פון אשכול שטייט ר' יוסף וואלדמאן נ"י בעט איבער דעם ברך משה זצ"ל, ס"ה וואס איך זעה איז בלויז יאסל וואלדמאן פאטגראפירט זיך לעבן די מציבה, נו אויב דאס מיינט איבערבעטן, האט שוין ר' אהרן מיט אלע זיינע חסידים איבערגעבעטן דעם ברך משה צענליגע מאל
נשלח ב-18/7/2010 21:53
ווער ס'קען ר' יוסל'ן פערזענליך, איז די נייעס גארנישט קיין חידוש. ר' יוסף איז א צדיק אין ח"ו אים צוגלייכען צו י.ב, יעדער וואס אין קומט אין בארירונג מיט ר' יוסל ווייסט אז ער איז גאר א פריינטליכע אין צוגעלאזענע מענטש. ווייט ווייט פון א מענטש וואס טראגט מיט זיך שנאה. ווי ערווענט איז ר' יוסל נ"י געווען פון די ערשטע חסידים פונעם ברך משה אין געווען פון די עסקנים ביי די נסיעה קיין אר"י תשמ"ג. ווען ר' יוסף האט געטאן זיין פליכט אין זיך אנגענומען פאר באקריוודטע אידישע קינדער האט מען אים אראפגעמאלען רח"ל פאר א ... ר' יוסף וויסענדיג אז ער נעמט זיך אן פאר אידישע קינדער האט זיך גאנץ ווייניג דעשראקען. מ'קען זאגען בפה מלא אז ווען נישט אים וואלט מען נישט געקענט בלייבען וואוינען אין קר"י. היינט צוטאגס ווען יעדער קען זיך ארומדרייען אין שטעטל אן קיין מורא אין בערך 20 'אידישע' באסעס דרייען זיך ארום אויפיקען קינדערלעך איז שווער זיך פארצושטעלען וואס ס'איז אמאל געווען. דאס אלעס קענען מיר פארדאנקען הרה"ח ר' יוסף נ"י. ער האט נישט געפירט קיין פערזענליכע קאמף מיט קיינעם, אין אודאי נישט מיט'ן בר"מ. די אזוי גערופענע "חסידים" האבען עס אזוי מאנעווירט אז ס'זאל ארויסקומען א אום-כבוד פאר'ן בר"מ. ממילא איז קיין שום חידוש אז ר' יוסף איז ארויפגעגאנגען צום ציון פון בר"מ צו איבערבעטען כדת וכדין.