בית פורומים אידישע געדאנק

בדוק ומנוסה: דער שפראך וואס זיי האבן פארשטאנען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/7/2010 04:43 לינק ישיר 
בדוק ומנוסה: דער שפראך וואס זיי האבן פארשטאנען

 

 

היינט איז פארגעקומען די הקמת מציבה פון די הרבנית הצדיקת ע"ה, און צום באוואנדערן ווי שטיל אין דרך ארץ עס האט געהערשט אויפן ציון און בפרט פאר כ"ק אדמו"ר שליט"א, ווילט איר אוואדאי וויסן וואס דער סוד איז געווען ? אין וואס פאר א לחש מען האט געניצט דאס מאל?

אט הערט וואס דא האט פאסירט, פאריגע וואך איז פארגעקומען די לוויה פון די הרבנית הצדיקת ע"ה , פארשטייט זיך אז אין וומ"ס איז געווען שיין אין שטיל מיט דרך ארץ אזוי ווי אייביג אן פאליטיק, אזוי ווי עס דארף צי זיין

,ווייטער אין מאנרא האבן די ארוינים געהאט גאנצעטע פלענער ווי מען גייט ציפיקסען דעם רבין שליט"א , אנגעהויבן האט זיך עס ווען די רבי איז אנגעקומען צי די לוויה האבן די ארוינים צי געמאכט מיט בעריקעטס ארום דעם ארון כאילו דער רבי איז בכלל נישט קיין קינד דא, געוויסט האבן זיי אז די זאליס זענען שוואכלינגען אין עס גייט סיי ווי נישט זיין ווער עס זאל זיך אנעמען פאר אים, ווייל עס האט צוטוען מיטן ברך משה'ן אין ביי זיי האט דער בלאט אויסגעלערנט אז די זאליס זענען שונאים במילא וועט קיינער פון זיי נישט דארט זיין ,

 מה עשה הקב"ה? דער רבי קומט אן צי די לוויה אין עס האבן אים אפגעווארט א ריזן עולם יונגעלייט מיט בחורים , וואס האבן זיך אונטערגענומען אז מען גייט דעם רבין פראטעקטן פון די חיות יהיה מה שיהיה,אין אזוי איז טאקע געווען ווי נאר דער רבי איז ארויס פון די קאר, איז געווארן א מצב אז וואס איז געשטאנען אין וועג איז געפלויגן נישט קיינע מעשיות,

פארשטייט זיך ווען מען איז אנגעקומען צי די בעריקעטס איז דאס געפלויגן אין שטיקלעך ,די ארונים זענען געווען אונטער שאק אזאנס האבן זיי זיך שוין נישט גערישט, אז אונזער רבי האט אויך מען פאוער אין נאך שטערקער וויי זייערס, דאס איז געווען גענצליך אומגערישט ,

למעשה האבן די ארוינים געזען אז עס איז גארנישט קיין מאנקי ביזנעס דער רבי איז ארומגענומען מיט באדיס וואס זענען גרייט אויף אלעם ,גענוג זיך געלאזט שפייען אין די קאשע, האבן זיי קודם זיך צריקגעצויגן אין אים גלאזט ציגיין צום ארון בכבודיג,

 מאנכע זאגן אז ווען אהרן ווייסט ווען דעס בעפאר וואלט ער לכאורה נישט גערעד זיינע דברי שיחוץ ,ווייל ער האט אויך געהאלטן אז זיין ברודער ווען זיין אין מאנרא ציקוועטשט,ביזדערווייל ווען ער האט גערעד זיינע שטותים האט זיך געהערט א געלעכטער פון א ריזן עולם, וואס ווען דאס איז אין ביהמ"ד וואלט לכאורה געווען אויס לוויה,

 יעצט נאכדעם וואס אהרן האט אויפגעהעצט זיינע קעלבער אז ער איז נרדף וואס מען פארשפארט אים די טיר, איז מען ארויף צום ציון צי קבורה,נא דא זענען דאך די ארונים בעל הבית האט מען די ערשטע זאך ציגעשפארט דעם טויער פונעם בית החיים,אזוי אז דער רבי זאל קומען קניען פאר וויטריאל אין אזוי וועט מען וויזען בעלות פאר די זאליס ,

 אבער זאכן האבן זיך אנדערש אויסגעשטעלט ווי נאר דער רבי איז אנגעקומען צום בית החיים איז די קייטן מיטן שלאס אראפגעפלויגען אין איין אויגן בליק אין דער רבי מיטן עולם האבן אנגעהויבן ארויפגיין צום אוהל אין די ארונים זענען דארט געשטאנען מיט וויטריאל באגאסען ווי המן פאר די תלי' אנקמענדיג צום אהל ,איז אודך די זעלבע ,די טיר איז פארשפארט עס נעמט נישט קיין צוויי ,אין די ציגעשפארטע טירן זענען ברייט אפען אין דער רבי מיטן עולם זענען אריין כאילו זיי זענען די בעלי הבתים פונעם בית החיים ,

דער וויטריאל איז געקומען צילויפען אין ער האט געמיינט אז עס איז אזוי ווי די רבצינס שול וואס ער גייט ארעסטירן רעכטס אין לינקס, ביזדערווייל האט ער מיט זיינע ערילים גאר געכאפט פעטש אין זיך דערזען אן גלעזער , מען האט דארט געמאכט ארדענונג דעם ארונישען וועג ,

די ארונים צווישען זיך האבן זיך געזעצט שבעה,זיי האבן זיך איבערצייגט אז דער סאטמערע רבי האט יא חסידים,זיי קענען אויך וואס די ארונים קענען אין אפשר נאך בעסער ,אין דא גייט יעצט קומען די הקמת מציבה ,ווי אין דער וועלט וועלן מיר זיך קענען מיט זיי אן עיצה געבן ,און אז די ארוינישע קינדער וועלן דאס נאכאמאל זען איז די גאנצע הארעוואניע פון די ארונים מיטן בלאט אין דער ערד, האבן די ארונים באשלאסן אז מען גייט שפילן שטיל זאל זיין ,אזוי וועט נישט אויסקומען קיין געלענגנהייט אז דאס זאל נישט נאכאמאל פאסירן ,אין די ארונישע קינדער זאלן נישט ווערן דיסעפוינטעט אז די זאליס זענען שטארק,

עס דארמאנט מיך דע מעשה ,

 אז דער לייב איז אמאל נאכן זיך אנפרעסן אין וואלד זיך געגאנגען אויסגרעפצען אין וואלד טרעפט ער דעם בער און פרעגט אים

 ווער איז דער קעניג פון אלע חיות?

דער בער זיכט זיך נישט קיין צרות און ענטפערט גראד וואס הייסט ווער? די הער לייב,

 דער לייב גייט ווייטער אין טרעפט אן דעם טיגער און פרעגט אים ווער איז דער קעניג פון אלע חיות?

 דער טיגער איז נישט קיין נער אין ענטפערט גראד די הער לייב,

 דער לייב גייט ווייטער אין טרעפט אן דעם פוקס און פרעגט אים ווער איז דער קעניג פון אלע חיות?

דער פוקס איז נישט קיין נער אין ענטפערט אים די גרויסער הער לייב

אזוי גייט ער ווייטער און ווייטער און יעדער האט דא קעדאכעס פארן לייב און מען געט אים אפ דעם פארלאנגטען כבוד ,

 אויפאיינמאל טרעפט ער אן דעם עלעפאנט און פרעגט אים ווער איז דער קעניג פון אלע חיות?

 דער עלעפאנט טראכט נישט קיין צוויי און דערלאנגט פארן לייב א קאפפע אז דער לייב האט זיך ציבראכן ריק און לען, דער לייב קלויבט זיך ציזאם און שטעלט זיך אויף און גייט צירוק צום עלעפאנט און פרעגט אים זאג נאר אז דו ווייסט נישט ווער עס איז דער קעניג פון די חיות ענטפער אז די ווייסט נישט, אבער וואס שטויסטע?

יארן לאנג וואס די ארונים טיילן שלעק און שרעקן אן א יעדן ,אינמיטן קומט אן די זאליס אין דערלאנגען זיי ווי עס ברויך צו זיין ,אין דער ארוני שטעלט זיך אויף אין פרעגט אזוי קאלביש וואס שלאגסטע אונז לאז מיר א יעדען אריין

 

דאס איז געווען די שפראך וואס דער הגה"ק האט פארשטאנען

 

 

דער רבי שליט"א איז אנגעקומען היינט ווי א מלך ,מען האט אים ארויפגלאזט מיטן קאר ביז אויבן , די ישיבה איז געווען ארומגענומען מיט משגיחים אין מיט פאליציי און געוואטשט אז עס זאל זיך נישט דערוואגן פאר א בחור אפילו צי קוקען יענעם ריכטונג,

אלעס ווייל מען האט גערעד זייער שפראך ביי די לוויה ,



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/7/2010 06:06 לינק ישיר 

ראדני_קינג כתב:
גם אני בחלומי, 

איך דערמאן מיך אויך א מעשה אמת ונכון שהי', וואס בדידי הוה עובדא 

געווען איז דאס פאר שבועות שנת תשס"א, ווען מ'האט שוין אויפגעהערט צו ברענגען דעם רבי'ן קיין קרית יואל, האט זיך דעמאלטס געטאן שפעקולאציעס צו ר' אהרן גייט אריינקומען אויף וומ"ב אדער בלייבן אין מאנרא,

איין טאג זעה איך איינע פון די פני הזלונים ווי ער אייסערט זיך אזוי וועגן אהרן'ען, פרעג איך איהם וואס גייט פאר, ענטפערט מיר מיט א קאך: "וואס? די ווייסט נישט? דער אהרן קומט שוין ווייטער איבערדרייען וומ"ב, פארוואס קען ער נישט בלייבן ווי א נארמאלער מענטש אין מאנרא" זאג איך אים "וואס זאל אייך זאגן, איר זענט גערעכט"

דעם אנדערן טאג טרעף איך דעם זעלבן פארשוין, און אודך כי ענתני, ער אייסערט זיך שוין ווייטער מיט אהרן, פרעג איך איהם אהובי וידידי וואס גייט שוין ווייטער פאר מיט אהרן וואס האט ער שוין ווייטער געטאן, ענטפערט מיר מיט די זעלבען אייפער מיטן זעלבן קאך: "וואס? די האסט נישט געהערט? דער סורר ומורה אהרן בלייבט און מאנרא און גייט פירן א רבינו בחיי רביסטעווע!" זאג איך אים "וואס זאל אייך זאגן, איר זענט גערעכט"
נישט וועגן דעם איז ער בן סורר ומורה נאר פארן אריינקומען שמיני עצרת איז ער

דער פארשוין האט אין גאנצן פארגעסן אז נעכטן האט ער געהאט געשריגן פונקט קאפויער

איך האב שוין לאנג געקומען צו די החלטה אז די זאליס ווען ס'קומט צו סיי וועלכער נושא וואס בארירט ר' אהרן ווערט זייער מח געלעמט, די שכל הישר ווערט אינגאנצן פארשווינדן,

אויב טוט זיך שלעגערייען איז אהרן דער שייגעץ און לוזער, אויב איז שטיל איז ווייטער אהרן דער שייגעץ אין לוזער
דעס איז ער סיי ווי אזוי
אלע ענקערע מעשיות זענען אזוי ווי להבדיל ווי כלל ישראל האט געזאגט "נעשה ונשמע" קודם פאר מ'ווייסט נאר וואס האט פאסירט הייבט זיך עס אן אז אהרן איז זיכער שולדיג און זיכער די לוזער, נאכדעם הערט מען די מעשה און מ'ספינט עס אזוי זאל שטימען מיט דעם קאנצעפט אז אהרן איז אלס נאר דער שולדיגער אויף אלע צרות.
ער איז שילדיג אויף אלע זיינע צרות



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/7/2010 05:57 לינק ישיר 

גם אני בחלומי, 

איך דערמאן מיך אויך א מעשה אמת ונכון שהי', וואס בדידי הוה עובדא 

געווען איז דאס פאר שבועות שנת תשס"א, ווען מ'האט שוין אויפגעהערט צו ברענגען דעם רבי'ן קיין קרית יואל, האט זיך דעמאלטס געטאן שפעקולאציעס צו ר' אהרן גייט אריינקומען אויף וומ"ב אדער בלייבן אין מאנרא,

איין טאג זעה איך איינע פון די פני הזלונים ווי ער אייסערט זיך אזוי וועגן אהרן'ען, פרעג איך איהם וואס גייט פאר, ענטפערט מיר מיט א קאך: "וואס? די ווייסט נישט? דער אהרן קומט שוין ווייטער איבערדרייען וומ"ב, פארוואס קען ער נישט בלייבן ווי א נארמאלער מענטש אין מאנרא" זאג איך אים "וואס זאל אייך זאגן, איר זענט גערעכט"

דעם אנדערן טאג טרעף איך דעם זעלבן פארשוין, און אודך כי ענתני, ער אייסערט זיך שוין ווייטער מיט אהרן, פרעג איך איהם אהובי וידידי וואס גייט שוין ווייטער פאר מיט אהרן וואס האט ער שוין ווייטער געטאן, ענטפערט מיר מיט די זעלבען אייפער מיטן זעלבן קאך: "וואס? די האסט נישט געהערט? דער סורר ומורה אהרן בלייבט און מאנרא און גייט פירן א רבינו בחיי רביסטעווע!" זאג איך אים "וואס זאל אייך זאגן, איר זענט גערעכט"

דער פארשוין האט אין גאנצן פארגעסן אז נעכטן האט ער געהאט געשריגן פונקט קאפויער

איך האב שוין לאנג געקומען צו די החלטה אז די זאליס ווען ס'קומט צו סיי וועלכער נושא וואס בארירט ר' אהרן ווערט זייער מח געלעמט, די שכל הישר ווערט אינגאנצן פארשווינדן,

אויב טוט זיך שלעגערייען איז אהרן דער שייגעץ און לוזער, אויב איז שטיל איז ווייטער אהרן דער שייגעץ אין לוזער

אלע ענקערע מעשיות זענען אזוי ווי להבדיל ווי כלל ישראל האט געזאגט "נעשה ונשמע" קודם פאר מ'ווייסט נאר וואס האט פאסירט הייבט זיך עס אן אז אהרן איז זיכער שולדיג און זיכער די לוזער, נאכדעם הערט מען די מעשה און מ'ספינט עס אזוי זאל שטימען מיט דעם קאנצעפט אז אהרן איז אלס נאר דער שולדיגער אויף אלע צרות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > בדוק ומנוסה: דער שפראך וואס זיי האבן פארשטאנען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext