איך וויל נישט אריינגיין אין דעם עצם חוזק אז 16 יאר שפעטער האבן די אהרונים זיך דערמאנט אז עס איז געווען א פעלער, און אז ר' עזריאל איז שולדיג דערין.
למעשה איז עס געווען רבינו בעל ברך משה זי"ע אליינס וואס האט באשלאסן אזוי צו טאן. דער קלויזנבורגער רבי זצ"ל מיט זיינע קינדער האבן קיין שום שייכות נישט געהאט מיטן רבי'ן און זיין משפחה, אזוי ווייט אז ווען דעם רבי'נס שוועסטער פון לאס אנזשעלעס הרבנית חנה ע"ה אשת הגה"צ מאחוזה זצ"ל (די טאכטער פון הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע דער שווער בזיוו"ר פון קלויזנבורגער רבין) איז נפטר געווארן זענען זיי בכלל נישט געקומען אדער געקאלט מנחם אבל זיין.
דאס איז געווען בימי הסליחות תשנ"ב.
עטליכע חדשים דערויף, שבט תשנ"ג, ווען רבינו בעל ברך משה זי"ע איז ל"ע געזעסן שבעה נאך זיין טאכטער הרבנית חי' ע"ה, זענען זיי נישט געקומען און נישט געקאלט מנחם אבל זיין.
"דאס" איז געווען א גרויסער פאקט ביים באשליסן אז דער רבי זצ"ל איז נישט מחוייב צו פארן קיין נתני' צו די לוי'.
און א פלא איז, אז דער סבלן הדור פון מאנראו האט דעמאחסט נישט פארפירט אז דער טאטע מוז גיין קיין קלויזנבורג, דעמאלסט האט ער נאכנישט גע'חלומ'ט אז ער וועט מוזן לויפן אויף אלע פיר קיין נתני' צום היינטיגן קלויזנבורגער רבין כדי צו באקומען אביסל אטענשן.
צום שלוס: הרה"ק רבי הערשעלע ספינקער זי"ע ווען ער האט געהערט אז דער רבי הברך משה זי"ע איז נישט געווען ביי די לוי' האט זיך אנגערופן פאר באי ביתו אז דערמיט האט דער רב (כלשונו) פארטרעטן דעם פעטער דער רבי זי"ע, זיך אלייסנ, און סאטמאר!
יא, דער ספינקער רבי זי"ע וועלכער איז ווי באקאנט געווען א שטיק סאטמאר, האט פארשטאנען אז רבינו הברך משה זי"ע האט נישט געטארט גיין צו די לוי'.
ולענ"ד איז די זעלבע סיי מיט ר' אהרן און סיי מיט ר' זלמן לייב, איך גלייך זיי קיין איינעם נישט צו צו רבינו ז"ל, אבער צו זאגן אז זיי שטייען אונטער פיזישע אנגריפן אויף אידן איז קלאר נישט אויסגעהאלטן און נישט אמת.
יעדער רבי האט זיך זיינע מענטשן און זיינע רשעים וואס טוען שלעכטס פאר אידן
ביים קלז"ב האט זיך די רבי געהאט זיינע אידן וואס פלעגן אים בארעדן און באשמוצן, והוא הדין בזמנינו אלה, ואין צריך לפרט שמותם כי ידועים הם
און פריש טייערער, ביז אהער האב איך גערעדט פון פיזישע מעשים, רעדן? רעדן איז א אנדערע מעשה, גערעדט האט נאך דער קדושת יו"ט אויף ר' יודא'לע מאדערן, רבינו ז"ל אויף אסאך שיינע רבי'ס (אוודאי נישט אן קיין תורה'דיגע סיבה) און די זעלבע זאך דער ברך משה און ר' אהרן, ר' זלמן לייב טאקע נישט, ווייל ער האט נישט געהאט די געלעגנהייט דערצו אין די צייטן ווען ס'איז געווען די סטייל פון רעדן אויף אנדערע רבנים, היינט איז עס ארויס פון סטייל, היינט איז א ליבעראלע וועלט, וועסט היינט ר' אהרן אויף נישט טרעפן אטאקירן פערזענליך א רב.
נשלח ב-15/7/2010 00:05
דאס איז דאך איינע פון די גאר וויכטוגע אויפגאבע'ס פון די ארונים, מסביר צי זיין פאר אלע סאטמערע ליבהאבער, אז זיי זענען גערעכט מיט אלע זייערע טענות קעגען סאטמאר, און יעצט א נייע שטאפל דאס אויך מסביר צי זיין פאר די אייגענעם ציבור,
נשלח ב-14/7/2010 23:42
משה9 טייערע: וואס די עלטערע אידן זאגן וועגן רביה''ק זי''ע וויסן מיר זייער גוט און די און דיינע קאלעגען האלטן וועגן רביה''ק וויסן מיר אויך זייער גוט און פאר די מענטשען וואס האבן נאך געהאט אין דעם א ספק וועט יעצט אין ליכט פון דיינע ווערטער אלעס קלאר ווערן נאר איין זאך איז אינטערסאנט אז איהר האלט אז א צדיק טייטשט א חיה רעה
האט רביה"ק זי"ע אמאל געזאגט ברבים אויף סיי וועלכע פון די גדולי הדור "עפרא לפימיה"?
האט רביה"ק זי"ע אמאל געזאגט ברבים אויף סיי וועלכע פון די גדולי הדור "איך וועל אים אריינפליקן אין זיבעטן ריפ"?
האט רביה"ק זי"ע אמאל געזאגט ברבים אויף סיי וועלכע פון די גדולי הדור "איך האב אים נישט געפרעגט וואס צו טון"?
האט רביה"ק זי"ע אמאל געזאגט ברבים אויף סיי וועלכע פון די גדולי הדור "ער איז א אומגעוואונטשענער גאסט"?
האט רביה"ק זי"ע אמאל געזאגט פאר די תלמידי הישיבה "ער קומט אהער מאכן מחלוקות"?
האט רביה"ק זי"ע אמאל געזאגט פאר די תלמידי הישיבה "איך קען נישט דן זיין א בחור וואס נעמט זיך אן פאר מיין כבוד"?
צבי הירש טייערער. דו מאכסט מיך לאכען. דו מאכסט רבינו זי"ע אויסזעהן ווי א נרדף פונעם קלויזענבורגער. פרעג דיך נאך פון די עלטערע אידן וועסטו געוואר ווערען אז צווישן די עלטערע רבי'ס איז רבינו זי"ע געווען דער גרעסטער רודף פון אנדערע רבי'ס.
נשלח ב-14/7/2010 18:37
ביי יענעם ניחום אבלים אינצידענט וואס די פארציילסט, זענען א המון חסידים פון רבי'ן געווען אביסל אויפגעהייטערט, און האבן זיך אנגעזאמלט ביים שטוב פון די אבלים און ווען דער קלויזענבורגער איז אהיים האט מען איהם באוואשן אין באזינגען מיט קולי קולות, דער קלוז"ב האט נישט געהאט קיין אהנונג וואס זיין חטא איז דא געווען.
איך מיין נישט צו באשולידגן קיינעם מיט גארנישט, איך וויל נאר בלויז ענדיגן די מעשה דברים כהוויתן.
נשלח ב-14/7/2010 16:37
לפי עניית דעתי האט דער היינטיגער דור נישט קיין אהנונג פון די מיינונג און באציאונג פון רבינו הק' צו דעם פריערדיגן קלויזענבארגער רעבין ע"ה וועלכער איז געווען א נאנטער קרוב צו רבינו זי"ע און געשטעלט געווארן פאר א מנהיג הקהלה אין דעם ערליכן בית המדרש בעיר קלויזענבורג ווען דער חסידישער עולם האט זיך געוואלט אפשאקלען פון דעם דארטיגן ארטאדאסישן רב גלאזנער.
ליידער זענען זעהר ווייניג אידן פון יענעם דור בחיים אתנו און ס'איז נישט ריכטיג ביים היינטיגן דור צו זאגן א מיינונג איבער דעם גדול בתורה ובודאי איבער חסרונות חלילה.
מיר האבן נאר מיט געלעבט דא אין אמעריקא ווען רבינו הק' האט אסאך געליטן פון דער קלויזענבורגער רעבינ'ס התנהגות. זינט נאך די חורבן ווען זיין משפחה איז אומגעקומען ל"ע און ער האט מחמת סיבה גערעדט שארפע אומפארשטענדליכע ווערטער וואס ערליכע אידן האבן נישט געמעגט הערן און אזדאי נישט פארשטאנען פארוואס ער זאגט דאס, סיי בנוגע די ביטערע אומגליק פון די קדושים וואס זענען אומגעקומען אין אויסשוויץ און סיי בנוגע די אויפגעקומענע מדינה פון די ציונים. ממילא האבן זיך ערליכע אידן מונע געוועהן פון צו האבן א שייכות מיט עהם. אבער כבודו במקומו מונח, ער האט געקאנט ממש די גאנצע תורה און געוועהן אין א בחינה פון שברי לוחות המונח בארון וואס מ'האט נישט געקענט פארשטיין. די אידן וואס האבן באקומען פון עהם פינאנציעלע הילף נאך די וועלט מלחמה האבן טיילווייז יא געהאט א שייכות מיט עהם.
ליידער האבן זיך דא אין אמעריקא נאך די הקמת המדינה צוגעטשעפעט צום קלויזענבורגער רבין אסאך פון די שונאים פון רבינו הק'. מיט די כוונה צו רודפ'ן רביה"ק. ובתוכם זענען געוועהן חסידים פון גאר אנדער חסידות וואס האבן געהאט פארשידענע אינטערעסן מיט שנאה כבושה אקעגן רבינו הק' זי"ע. די האבן פראבירט צו לייגן שטיינער פאר רביה"ק ביי יעדן טריט און שריט דא אין אמעריקא. א חלק פון זיי האבן מיט די צייט געשיקט מפייס זיין רביה"ק אבער די משך פון די יאהרן איז די קלויזענבורגער קהלה אין ווילאמסבורג איינגעשרינקען אוטן סאטמער איז געוואקסן פי אלף, בבחינת וכאשר יענו אותו, כן ירבה. ווען דער קלויזענבורגער רבי ע"ה האט זיך געצויגן קיין א"י און דערנאך קיין יוניאן סיטי איז די גאנצע קלויזענבורגער מוסד געוועהן א קליינע קהלה און מ'איז נישט געוועהן דירעקט אין מלחמה צושטאנד ווייל זיי האבן געוויסט אז סאטמער איז הונדערטער מאל שטערקער און גרעסער. רבינו הק' האט זיך מונע געוועהן בכל כוחו זינט תש"ח ביז יום פטירתו לחיי עוה"ב אז ער זאל זיך נישט טרעפן און אזוי אויך נישט האבן מיט עהם קיין שייכות ומצד השני, אויך נישט זיך דארפן קריגן.
ווען א נערישער בחור האט אמאל געווארפן א איי אויף די גאס ביים אהיים באגלייטן און ס'איז געוועהן כדי מבזה זיין דעם קלויזענבורגער רעבין, האט רבינו הק' יענעם בחור אוועק שיקן פון די ישיבה.
אבער דער כלל אז רביה"ק האט נישט געוואלט האבן קיין שום שייכות מיט עהם האט ער געטוהן באופן אז מ'זאל זיך נישט מתדבק זיין מיט זיי מטוב ועד רעה. און די מערסטע האט ער זיינע ווייטונגען און פריוואטע ענינים בנוגע דעם קלויזענבורגער פרשה מיטגעטיילט מיט דעם בעל ברך משה (דאמאלסדיגער סיגעטער רב) ווייל ער איז דאך געווען פאר די מלחמה א שוואגער מיט עהם.
וואס ס'איז יא ידוע אז בחודש סיון תשכ"ז האט רביה"ק געוואלט גיין מנחם אבל זיין די משפחה פון לאנצוטער רעבי'ן ע"ה. אינמיטן וועג ביי בעדפארד קארנער ראדני ממש א האלבע גאס פאר די אדרעסס פון די וואגשאל משפחה איז רבינו געוואר געווארן אז דער קלויזענבורגער רבי איז דארט, האט זיך רבינו אויסגעדרייט צוריק.
דאס איז זיכער אז יעדער סאטמערער חסיד האט זיך כל ימיו מונע געוועהן פון צו האבן א שייכות מיט קלוזענבורג. אבער ס'האט נישט קיין שום זון זיך צו קריגן מיט זיי. זיינע שארפע איבער געטריבענע התנהגות כלפי רבינו הק' .
נשלח ב-14/7/2010 14:44
די גאנצע נושא איז נישט אינטערסאנט נאר פאר די היינטיגע אזויגערופענע רבי'ס וואס מאכן שלום מיט די פריינד און מיט דעם דעמאנסטרירן אז זיי זענען שלום מאכער
דער ברך משה איז געווען א אמתע מענטש נישט קיין שקרן און נישט קיין שפילער דאס זענען מודה אפילו זיינע גרעסטע געגענער ממילא אויב ער האט געהאלטן אז מיט איינעם דארף מען זיין אפגעטיילט איז נישט קיין חילוק צו ער לעבט צו נישט און כ''ש ס'איז נישט קיין חילוק וואס די גאס וועט זאגן אה''נ זיינע מלחמות קעגן די פורצי גדר אין קרית יואל וואס זיי האבן לכאורה לוחם געווען קעגן איהם זעלבסט האט ער יא שלום געמאכט ברגע וואס ער האט געזעהן אז ס'איז געקומען די צייט אויפצוהערן די מלחמה און בויען אידישקייט צוזאמען פון דעם דארפן זיך די רביס אפלערנען
און אויף דעם זאגן די ארוינים אז ביים שלום מאכן מיט די בני יואל האט דער ברך משה געקאלעכט
מען פרובירט צו אויסשטעלן דעם ברך משה עס זאל שטימען: דא האט ער געקאלכט און דארט האט איהם עזריאל איינגערעדט ממילא שטימט שוין אז מיין רבי איז צדיק הדור
נשלח ב-14/7/2010 07:16
עכטער; שטארק ארויסגעברענגט. אבער באמת איז נישט קיין חידוש אויף די אהרונים אויף זייער סילוף אין היסטאריע. אז ר' אהרן אליינס קען זיך אויפשטעלן ביי אזא ערנסטע זמן ווי א אייגענע מאמע'ס לוי' וויינען און ברעטשן אז מ'האט אים נישט אריינגעלאזט, מה יעשה הבן שלא יחטא?! אז מ'האט א רבי'ן א פאלנער שקרן און מסלף פארוואס זאלן זיי נישט מסלף זיין.
אגב אז מ'רעדט שוין פון זייערע סילופים האט מיר א איד געזאגט א קלוג ווארט, ער פארשטייט באמת נישט דעם ר' אהרן, איז ער טאקע אזא פערד? ווען ער האט ווען שכל שטעלט ער זיך אויף ביי די לוי' און זאגט אז איך האב די מאמע באדינט יעדן טאג, איך בין אריינגעפארן צוויי מאל א וואך אויף וויליאמסבורג איר פיטערן, מיין רעבעצין איז ארום געלאפן מיט איר טאג און נאכט צו דאקטוירים, יעדן שבת האט מיין טאכטער אשכנזי געפראוועט דארט וכו'... כ'מיין מאי שנא דער ליגענט פון די ליגענט? ביידע איז דאך א ליגענט.
נשלח ב-14/7/2010 07:01
עכטער חסיד, זייער שיין ארויסגעברענגט אן קיין איבעריגע ווערטער, די גאנצע נושא, (ס'איז נאר א שאד די שרייבסט נישט אפטער..........................)
באמת איז דאס זייער מהלך צו פארהוילן פאקטן, און איבער מאכן היסטרי, ווען עפעס שטימט נישט מיט זייער אגענדע, וועלן זיי אויף אלע וועגן פרובירן, עס צו מאכן אויסזען גוט, ווי למשל דא, האבן זיי א פארטיגע תירוץ ר' עזריאל, איי די רבי האט נישט געהאט קיין אייגענע מיינונג??? האט ער נישט געהאט א זון ר' אהרן???????? פארוואס ביז היינט האט קיינער נישט געטראכט ס'איז אן עוולה געווען???
נאר וואס דען, דעם נייעם דור אשר לא ידע את יוסף וועט מען אלעס איינרעדן, און די אגענדע וועט ווייטער פארן, און נאכמער וועט מען אויפטוהן, אזוי ווי יעדע בחור'ל וועט פארשטיין אז ס'איז א מורא'דיגע עוולה געווען דאס נישט גיין צום לויה, און נישט קענענדיג רעדן אויפן ברך משה (אפשר שוין דעמאלס יא...............) וועט מען עס אנלייגען אויף ר' עזריאל (ער איז דאך במילא נישט אויף אינזער זייט.......)
יא יא דאס איז זייער פארדארבענען מהלך וואס זיי שפינען שוין די לעצטע צען יאר..............
און בכלל געבן זיי שטאף םאר די שונאים, וואס פארקויפן שמיץ אויף סאטמאר, און איינע פון זיי, איז דעי, אז דער ברך משה ז"ל איז נישט געגאנגן צו די לוויה, פארהוילענדיג זיך פון די פאקטן פון פריער, אזוי ווי עכטער חסיד האט זייער שיין ארויסגעברענגט, מיט דעם נעמן זיי די פאלשע שמיץ פון די שונאים, און נוצן עס דא אויס.....
אוון זיי גייט בכלל נישט אן די כבוד פון סאטמאר..... דאס מיינט מכם ומבכם..........
(ס'דערמאנט מיר פון אבאמא וואס ער איז געגאנגן צו די ארעבער, און איבערגעבעטן און געהאלטן דרשות, אז אמעריקע האט טאקע געטוהן עוולות קעגן זיי............... און ווי באקאנט האט עס געהאלפן אויף טויטע כפרות......