בית פורומים אידישע געדאנק

ברעיקינג נייעס אין חסידישע וועלט: 'ספר הגאון' = פינקל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/7/2010 18:54 לינק ישיר 
ברעיקינג נייעס אין חסידישע וועלט: 'ספר הגאון' = פינקל

איך גלייב אז נישט אסאך פון אייך ווייסן בכלל וואס דאס איז "ספר הגאון". אפילו די וואס ווייסן יא, האבן נישט געזען דעם ספר.

אלס ליבהאבער פון היסטאריע האב איך זיך איינגעהאנדלט דעם "ספר הגאון", ווייל די ספר האט פארשפראכן "אויפצודען" באהאלטענע היסטאריע פון די זמנים ווען די ליטווישע מערכה קעגן די חסידים איז אנגעגאנגען אויף הויעכע פלאמען.

די ספר איז באשטאנען פון דריי חלקים, די ערשטע צוויי האבן זיך אפגעגעבן מיט'ן ווילנער גאון ז"ל, זיין תולדות, זיינע ספרים, זיינע אויפטיען וכו'. די דריטע חלק האט זיך באצויגן צום מערכה קעגן די חסידים.

איך בין געווארן ערשטוינט איינמאל אין נאכאמאל - בשעתן ליינען דעם ספר - פון די פעך און שוועבל וואס דער מחבר גיסט אויף אלע גדולים צדיקים קדושים וטהורים, אנגעהויבן פונם הייליגן בעל שם טוב הקדוש, אריבער צום רבי'ן ר' בער מיטן בעל התניא דער רבי ר' אלימלך וכו'.

איך האב זיך אפגעשטעלט איינמאל און נאכאמאל נישט קענענדיג גלייבן אז איך ליין אזאנע ווערטער, און נאך דערצו אין א ספר וואס איז געדריקט געווארן בימינו בשנת תשס"ו.

איך האב איינמאל און נאכאמאל צוריק געמישט צו די הסכמות, עס איז געווען פלאי פלאים צו טרעפן א הסכמה פון ר' חיים קאניעבסקי. האב איך זיך געלאזט גלייבן אז ס'רעדט זיך פון א ערענסטע ספר, בפרט נאך ווען ער ברענגט אראפ גאנצע שטיקער פון א אלטע "ספר", "זמיר עריצים".

איך האב נישט געקענט ממשיך זיין ליינען דעם ספר, איך האב דאס אוועק געלייגט אין ספרים שאפע. דערווייל האט זיך אין גאס שרעקליך געקאכט דערוועגן, בעיקר אין ארץ ישראל ווי די חסידים און מתנגדים לעבן אינאיינעם, עס האבן אנגעהויבן קומען גריסן פון בתי מדרשים ווי חסידים האבן ארויסגעווארפן דעם ספר, און ליטוואקעס האבן געברענגט פרישע.

דערווייל האבן אנגעהויבן ארויסשווימען אין גאס כל מיני סילופים וואס דער מחבר האט אריינגעלייגט אין זיין ספר, הן סילופים אין די ווערטער פון חסידישע גדולים און הן סילופים פון די ליטווישע גדולים. נאך מער הייבט אן ארויסרינען אז רוב "מקורות" זענען פון ביכער וואס זענען געדריקט געווארן דורך מינים ואפיקורסים, די מסכילים פון יענעם דור. בפרט דעם אויבן דערמאנט "זמיר עריצים". וואס דער עולם אויפן גאס האט נישט געוויסט איז אז דער הייליגער רבי ר' אלימלך האט געזאגן אויף דעם "זמיר עריצים" אז ווער עס ליינט דאס וועט נישט זוכה זיין צו עולם הבא רח"ל.

ויהי היום, די עדה החרדית איז ארויס מיט א שארפע קול קורא וואס רופט אן דעם ספר א "ספר מינים", און די עדה שיקט אריבער שלוחים צו ר' חיים קאניעבסקי ער זאל מוחל זיין אויפקלערן זיין אומפארשטענדליכע שריט פון געבן א הסכמה אויפן "בוך הגאון" עטליכע טעג דערויף קומט ארויס א אפיציעלע כתב פון ר' חיים קאניעבסקי ווי ער שרייבט בכתב ידו אז ער האט נאר געזען די חלקים פונם גאון'ס גדלות און דער מחבר האט אים בכלל נישט געוויסן די חלקים ווי ער רעדט כל דבר אסור נגד די קדושי עליון.

די בריוו פון די עדה, געפינט זיך צווישן די חותמים אויך די חתימה פון ר' משה שטערנבוך - אליינס א ליטוואק - און אויך די בריוו פון הרב קאניעבסקי ווי ער שרייבט אז דער מחבר האט אים פארפירט האט שארף אפגעקלינגען, אלע ספרים געשעפטן האבן ארויסגעווארפן דעם ספר, אין אלע בתי מדרשים האט מען ארויסגעווארפן דעם ספר, אפילו פון ליטווישע ישיבות.

דער מחבר פונם "בוך" איז געווארן א אפגעפרעגטער "מסכיל" מען האט אים ארויסגעשיקט פון עטליכע בתי מדרשים און נישט מצרף געווען צו מנין, ביי די חסידים איז דאס געווען צוליב'ן באקומען זיין פארדינטן טיטל מסכיל, און ביי די ליטוואקעס ווייל ער האט געמאכט דאס גענאר פון ר' חיים קאניעבסקי.

די שטורעם האט זיך איינגעטילט, און היינט איז כמעט נישט בנמצא דעם "בוך". אסאך גדולי ישראל - צווישן זיי אויך ליטווישע ראשי כוללים - האבן ברבים געמאכט א שריפה און אריינגעווארפן די 3 חלקים פונם "בוך". אזוי ווי מען דארף טון מיט א ספר שכתבו מין.

איר קענט טרעפן אסאך פרטים בנוגע דעם פרשה אויף בחדרי חרדים, דארט קען מען אויך זען ווי די ליטוואקעס האבן זיך אנגענוקמען פאר אים ביז ר' חיים האט ארויסגעגעבן זיין בריוו.

דאס איז אלעס היסטאריע. יעצט קום איך צו צום פרישן אויפדעקונג.

דער מחבר פונם "בוך" דער מסכיל און מין דוב אליאך שר"י איז נישט קיין גרויסע פארדינער, ער וואלט פון זיין טאש נישט געקענט דעקן דעם פראיעקט. ארויסצוגעבן אזא בוך פאדערט זיך ריזיגע געלט השקעות, אנגעהויבן פון נאכגיין אלטע ספרים, ביזן שרייבן, טייפן מגיה זיין, לעי אוט - גרעפיק'ס, דריקן וכו' די וואונדער איז געווען נאך מער אז די בוך פארקויפט זיך אין די געשעפטן פאר קאסט פרייז, עס איז געווען קלאר אז דער אליאך שר"י האט אינטער זיך א פינאנציעלער ריקן-ביין.

יעצט האט זיך דער אליאך פארעדט ער האט בטעות ארויסגעגעבן אז דער פינאנציעלער פילאנטראפ וואס האט געדעקט דעם פראיעקט איז נישט א צווייטער ווי..... דער רשע מרושע חוטא ומחטא את הרבים משה פינקל שר"י.


ירושלים פארט אויף רעדער.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/7/2010 19:29 לינק ישיר 

אומגלויבליך! דאס איז א שטוינדער אנדעקונג. מ'זעט אפן דעם שרעקליכן כח הפועל בנפעל! אז אזא איינער ווי משה פינקל באצאלט דעם משכיל צו שרייבן א ספר טראגט עס אזא פנים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/7/2010 20:04 לינק ישיר 

שכח בודאפעסט פארן באריכט, אויב מעגליך ביטע ברענג א מקור פאר דיין באריכט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/7/2010 20:33 לינק ישיר 

פין דא? אויב יא איז צריך בדיקה נאך די מעשה
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2808940&forum_id=771



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ברעיקינג נייעס אין חסידישע וועלט: 'ספר הגאון' = פינקל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext