בית פורומים אידישע געדאנק

אגודת ישראל זיכט שולדיגע אויף זייער בודזשעט שניט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/7/2010 19:50 לינק ישיר 
אגודת ישראל זיכט שולדיגע אויף זייער בודזשעט שניט

עס איז געווען באריכטעט אין די טעג אז די אגודת ישראל פון אמעריקע זיכט מיט ליכט די שולדיגע צום שניט וואס דער קאנסיל האט געמאכט אין זייער בודזשעט, אזויפיל ווי 300,000$ ווייניגער ווי פאריאר. זיי פרובירן דאס אנצוקלעבן אויפן ניי ערוועלטן קאנסילמאן דוד גרינפעלד פון בארא פארק, אבער אן ערפאלג.
 
http://www.vosizneias.com/59954/2010/07/12/borough-park-ny-tensions-between-aguda-and-councilman-greenfield-after-90-cut-of-grant



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-15/7/2010 03:14 לינק ישיר 

בראווער דו ביסט נישט אזוי באקאנט מיט די פאקטן,

דער גאנצער אמת איז, אז דער וויצע פרעזידענט ר' יצחק ראזענבערג וואס האט געדארפט האבן די צושטימונג פון סיטי קאנסיל צו קענען בויען די קרוב צו טויזענט דירות פאר אידן אין וויליאמסבורג, (אזאלעכע אידן וואס גיין שבת מיט עלעוועטערס און וואס גלייכן אן אייגענער שווים באסיין אין זייער גארטן מיט א שיינעם ביעטש פראנט פארענט פון זייער הויז) האט ער גענומען די פאר אויסגעשפילטע ארונים וואס האבן געשפילט מעשי עושר פאר עטליכע יאר אבער היינט האבן זיי נישט קיין לחם לאכול, ווי למשל משה אינדיג מיט אהרן געטער, ער האט זיי באצאלט אסאך געלט זיך אריינלייגן אינעם קאמפיין, צו באארבייטן פאליטישאן'ס וכדו', צו קענען באקומען די אפראוועלס כדי ער זאל קענען בויען פאר די אידן די דירות,

די עסקנים אינדיג מיט געטער, האבן זיך ארויפגעזעצט אויף דעם פארלוירענער יצחק וואס איז געווען מורא'דיג דעספערט, און זיי האבן באצאלט צענדליגער טויזענטער דולארן פאר סיטי קאונסיל מעמבערס קאמפיין'ס זיי האבן אפיר געזוכט יעדן עקסטערער קאונסיל מעמבער און ווער עס האט מיט אים שייכות, און באצאלט פאר לאביאיסטן זאלן שתד'לן פאר דעם פראיעקט, פארשטייט זיך אז די עסקנים האבן געארבעט לשם שמים פאר זייער אייגענע באנק אקאונטס, און פון ר' יצחק האט מען גלקח'נט אין גרויסן,

דוד גרינפעלד וואס איז דאמאלס געלאפן פאר סיטי קאונסיל האט געהאט שטארקע שטיצע פון מעיאר בלומבערגס אפיס, און אזויווי אינדיג איז א פריינד מיט קריישמאן פון מעאירס אפיס, האט אינדיג אנגעדרייט ראזענבערג אז גרינפעלד וועט אים העלפן ראטעווען דעם פראיעקט, און דער מעיאר וועט האבן הכרת הטוב און וועט אים עפראווען די דירות פאר די אידן,

ר"י ראזענבערג האט געשתדל'ט ביי רבינו הגה"ק שליט"א אז אהרן וועלץ זאל אינדארסן גרינפעלד, און ר"י סופר האט געשתדל'ט ביי רבינו הגה"ק שליט"א צו אינדארסן לאזאר, ווייל לאזאר איז א גוטער ידיד מיט שעלי סילווער וואס ער האט דעם שליסל פון טעפ, אויך האבן די אגודה עסקנים באקומען די הבטחה פון רבינו הגה"ק שליט"א אז ער וועט אינדארסירן לאזאר, וואס די אגודה האט זייער נישט ליב גרינפעלד וואס האט גארנישט מיט די עסטעבלעשמענט,

למעשה האבן אלע מוסדות אינדארסט לאזאר ובכללם ר"א וועלץ בשם סאטמאר מוסדות,


ר"א וועלץ האט טאקע אינדארסט לאזאר, און רבינו הגה"ק שליט"א האט שיין אנגעווינטשען פאר לאזער ביי די מלוה מלכה פון די מוסדות בארא פארק, אבער ר"י ראזענבערג מיט די עסקנים אינדיג געטער, האבן געארבייט פאר גרינפעלד,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/7/2010 20:10 לינק ישיר 

אז מ'רעדט שוין פון דעם ריס צווישן די אגו"י מיט דוד גרינפעלד איז אינטערעסאנט צו פארציילן וואס האט זיך אפגעטון בשעתו אין בארא פארק, ווען די אהרונים האבן באשלאסן צו אינדראסירן לאזאר קעגן גרינפעלד.
 
די אהרונים זענען באוואוסט מיט זייער היסטאריע פון אפגעבן זייערע שטומעס פאר ווער עס האט א גרעסערע אויבערהאנט אין די פארמעסט אדער פאר דעם ווער עס לויפט קעגן דעם קאנדידאט וואס ווערט געשטיצט דורך UJO. אין בארא פארק איז געווען אז אהרן וועלץ האט לכתחילה געהאט צוגעזאגט זיין שטיצע פאר דוד גרינפעלד אבער דא איז יאנקי סופר אריינגעקומען אין בילד, ער האט געשיקט ר' אהרן טייטלבוים זאלן באפעלן אהרן וועלץ אז מ'מוז ארבעטן צוזאמען מיט די אגודה ביי די וואלן. יאנקי האט געהאט זיינע פריוואטע חשבונות מיט די אגודה, ווייל ער האט געארבעט צוזאמען מיט זיי צו באקומען דעם TAP פראגראם פון גאווערנער. און די אגודה האט אים געבעטן אז מ'זאל זיי העלפן מיט די בארא פארקער וואלן האט ער געמאכט אהרן וועלץ אויסדרייען דעם דאטשיק, און אנהייבן שטיצן זשאו לאזאר.
 
די לאקאלע אהרונישע קעפ ווי ארי' לייב גלאנץ, יואל בראווער, נפתלי משה אינדיג און יואל לעפקאוויטש האבן געזען דעם בראך אז אלע מוסדות התורה גייען מיט גרינפעלד און די אהרונים וועלן בלייבן די איינציגע לוזערס, וואס דאס איז דאך ווי פריער געשמוסט א זאך וואס איז קעגן זייער אגענדע, זיי מוזן אייביג זיין מיט די געוואונער. האבן זיי געשיקט ארי' לייב גלאנץ קיין קרית יואל ער זאל מסביר זיין פאר ר' אהרן טייטלבוים אז מ'קען דאס מאל נישט נאכקומען יאנקי סופר'ס קאפריזן און מ'מוז יא געבן שטיצע פאר גרינפעלד.
 
הדבר יצא מפי הסבלן, ר' אהרן האט יענעם ערש"ק געגעבן רעכט פאר ארי' לייב'ן און צוגעזאגט אז ער וועט לאזן וויסן פאר אהרן וועלץ מוצאי שבת אז ער קען געבן זיין שטיצע פאר דוד גרינפעלד.
 
מוצאי שבת איז יאנקי סופר אריין צו ר' אהרן און אנגעהויבן דרייען דעם קאפ אז מ'מוז האבן די אגודה, אז נישט וועט מען פארלירן די TAP פראגראם און מיליאנען וואס האבן שוין געדארפט פליסן און יאנקי'ס קעשענע וועלן נישט אנקומען. האט ר' אהרן געטוישט זיין מיינונג אז מ'וועט יא מוזן שטיצן לאזאר.
 
ווי נאר די לאקאלע קעפ פון די אהרונים האבן דאס געהערט איז זיי שווארץ געווארן, נפתלי משה אינדיג איז אראפגעפארן אינמיטן די נאכט מיט אהרן דוב געטטער קיין קרית יואל מסביר זיין פאר ר' אהרן וואספארא בראך עס וועט זיין אויב די אהרונים וועלן נישט שטיצן גרינפעלד, נאכדערצו ווען די פאול'ס ווייזן א שטארקע זיג פאר גרינפעלד, און צוגאב האבן זיי געהאט א הבטחה פון גרינפעלד אז ער וועט שטומען פאר די ראוז פלאזא ווען עס וועט קומען צו אפשטומינג אויפן קאנסיל טיש. אבער והוא באחד, ר' אהרן האט זיך בשו"א נישט געלאזט און באפוילן ווידעראמאל פאר אהרן וועלץ צו גיין מיט קאפ אין וואנט און שטיצן לאזאר.
 
דא האט זיך שוין געטטער אויפגערעגט און אנגעהויבן א פריוואטע קאמפיין ביי די בארא פארקער אהרונים צו שטיצן גרינפעלד קעגן דעם רצון פון ר' אהרן טייטלבוים.
 
למעשה האט גרינפעלד אפגעהאלטן א מעכטיגן זיג, און די אהרונים האבן ביטער דערלייגט. נישט לאזאר האט געוואונען, און נישט דער טעפ פראגראם איז אדורך.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אגודת ישראל זיכט שולדיגע אויף זייער בודזשעט שניט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext