בית פורומים אידישע געדאנק

ווערט געזוכט: זאלי'ס וואס שפרונגען!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/7/2010 20:55 לינק ישיר 
ווערט געזוכט: זאלי'ס וואס שפרונגען!

היינט האט דער גוט זאגער רבי יונה געעפענט א אשכול אין כל הנערים וואו ער טענה'ט אז די זאלי'ס שפרונגען אויפן באזוך פון סקולענער רבי'ן ביי ר' אהרן טייטלבוים נעכטן נאכט.
 
איך וועל אייך זאגן דעם אמת, איך האב ביז א חבר האט מיר נישט פריער געזאגט אז רבי יונה איז דער גוט זאגער געגלייבט מיט א פשטות אלעס וואס גוט_זאגער שרייבט, אפילו דעם צעטיל וואס ער האט נעכטן ארויפגעשטעלט האב איך אויך געמיינט אז דאס איז א אפיציעלע צעטיל פון קהל. היינט אבער האב איך באשלאסן אונטערצוזיכן זיין נאמנות און זעענדיג אז ער שרייבט אז די זאליס שפרונגען האב איך באשלאסן צו כאפן א שפאציר אין די גאסן זען צו די זאליס שפרונגן טאקע.
 
וואס זאל איך אייך זאגן, איך דריי מיך שוין אין די גאס אפאר שעה און כ'האב נאך נישט געטראפן קיין איין זאלי שפרונגען! בין איך צוגעגאנגען צו אפאר פון זיי און געפרעגט וואס פשט אז זיי שפרונגען נישט, ווארום דער סקולענער רבי איז דאך געווען ביי ר' אהרן. א גרויס חלק האבן ניטאמאל געוואוסט אז ער איז געווען, דער אנדערער חלק האט א שאקל געטאן מיטן קאפ ווי איינער זאגט וואס איז דען. איך בין ממש שאקירט געווארן וואסא פאלנער שקרן דער גוט_זאגער איז. ביז א ידיד מיינע האט מיר ערקלערט אז עס איז היינו הך ר' יונה מיט גוט_זאגער באלאנגן צום זעלבן פארשוין, איז מיר שוין אלעס פארענטפערט געווארן........



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ווערט געזוכט: זאלי'ס וואס שפרונגען!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext