בית פורומים כל העולם כולו

חי' שרה ווארפט ארויס ליפה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/7/2010 00:36 לינק ישיר 
חי' שרה ווארפט ארויס ליפה

נישטא קיין בעסערע אויסדריק ווי אבי נישט ביי אידן, אדער די באקאנטע טייטש פון למכה מצרים בבכוריהם, אז די אייבערשטער האט צושלאגן די מצרים צווישן זיך און אזוי זיי צושלאגן.

איך האב נארוואס יעצט געהערט פון א קראנטע מקור אז די אשת חבר כחבר חי' שרה האט געשיקט א notice פאר ליפא אז ביז די ענד פונעם זיממער דארף ער זיך אפטראגן פון 550 בעדפארד.

פון איין זייט פארשטיי איך איר, ווער דארף א הויז און א הויז, ליפא פירט דארט זיין אייגענע ווערטשאפט, די קינדער לויפן ארום ביים ליינען, מער ווי איינמאל שלאפט דארט איבער א שכור, עס איז א באקאנטע קרעטשמע פאר אלע לאו-לייווס.

אבער פון די אנדערע זייט, איז עס צו גוט צו זיין אמת. ווייל ווי נישט ווי, ליפא מאמע און ליפא טאטע (להבדיל) לעבן ליידער שוין נישט, ליפא מיט זלמן לייב האבן זיך קיינמאל נישט צו שטארק ליב געהאט, ראטשי מיט חי' שרה איז אפגערעדט. קיין כבוד באקומט ער נישט, ער קוקט צו וואס די רבינו שליט"א האט געטוהן פאר זיין ברודער שלום אליעזר און זיין הארץ גייט אויס.

צו וועמען זאל ער זיך ווענדן? צו משה? משה דארף אים שוין נישט, ער האט שוין געדינט זיינס. משה (פאר ווער עס קען אים) וועט נישט אריינלייגן קיין פינגער אין קיין קאלט וואסער צוליב א אפגעקלאפטע הושענא. און משה'ס רילעשענשיק מיט זלמן לייב איז שוין אזוי אויך גענוג אנגעצויגן, און ער וועט זיך נישט צוקריגן מיט אים צוליב ליפא.

ווען ליפא וועט זיך טרעפן אויסגעשפילט קרח מכאן קרח מכאן צו ער וועט זיך איבערדרייען די דאטשיק? ימים ידברו.

ליפא האט געהאט א שווערע וואך, נישטא וואס צו רעדן. 



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/7/2010 13:35 לינק ישיר 

א שיין בילד...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/7/2010 04:25 לינק ישיר 

העלד כתב:
יעצט געהערט אז סאשא האט אנגערופן ליפא אז ער קען קומען דאווענען אין א שטיבל אין סיגוטער שוהל
אויף הויז סטריט,
און אזויווי ר' שלום אליעזר איז שוין נשיא פון זיין צדקת רמבעה''נ גייט ר' אהרן גייט איהם מאכן נשיא
אויף זיין נייע התאחדות הרבנים און נשיא אויף עזרת ישראל פון די תימנע'ר קינדער,
ליפא האט יעצט א מוראדיגע נסיון און לכאורה וועט ער עס אננעמען
ימים ידברו.


אז די וואלסט נישט געשריבן קיין לגיונות געווענדליך וואלט איך דיר געגלייבט אז עס קען זיין אמת ווייל רבינו שליט"א האט
שוין אמאל אריינגענומען דעם ליפא ווען מ'האט אים ארויסגעווארפן במיילא וואלט איך דיך געגלייבט
אבער עס איז נישט אויסגעשלאסן אז אויב ער וועט וועלן זיין א מענטש אין יא דאוועמען מנחה איעדן טאג אפשר וועט מען אים אנעמען ביי אינז די שעלה אויב ער וויל
ביי אינז דארף א יעדער

לערנען
דאווענען
געבן צדקה [צומאל גאר גרויסע סכומים]
זיין א נארמאלע מענטש

אויב וועט ער וועלן זיך צושטעלן
no problem



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2010 21:12 לינק ישיר 

יעצט געהערט אז סאשא האט אנגערופן ליפא אז ער קען קומען דאווענען אין א שטיבל אין סיגוטער שוהל
אויף הויז סטריט,
און אזויווי ר' שלום אליעזר איז שוין נשיא פון זיין צדקת רמבעה''נ גייט ר' אהרן גייט איהם מאכן נשיא
אויף זיין נייע התאחדות הרבנים און נשיא אויף עזרת ישראל פון די תימנע'ר קינדער,
ליפא האט יעצט א מוראדיגע נסיון און לכאורה וועט ער עס אננעמען
ימים ידברו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2010 01:50 לינק ישיר 



ער איז דער ליפא פון וועם מען רעדט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > חי' שרה ווארפט ארויס ליפה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext