הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו אין ירושלים עיה"ק
דער פארגאנגענעם מוצש"ק פרשת מטו"מ איז פארגעקומען א שטורעמישע אסיפה אין ירושלים עיה"ק צווישן די עסקנים פון אתרא קדישא און דער וועלט בארימטער עסקן וועלכער איז ספעציעל געקומען צו פארן פון אמעריקע הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו יו"ר פאראייניגטע אידישע ארגענעזאציעס פון וויליאמסבורג.
די עסקנים האבן פארגעלייגט די גאנצע מערכה וואס ווערט געפירט די טעג אנטקעגן די ביטערע גזירה פון חיטוטי שכבי אין יפו און אין נאך ערטער, און מ'האט דן געווען בכובד ראש וויאזוי זיך צו ספראווען מיט די רשעי ישראל אין די מדינה הטמאה.
אזוי אויך האט זיי ר' משה דוד געברענגט א גריס פון דעם היסטארישן וואשינגטאן פראטעסט, וואס האט אין די עסקנים אריינגעבלאזן הויפענעס חיזוק אז די ברודער פון אמעריקע שטייען גרייט זיי שטיצן ווען אימער.
בשם ה' נעשה ונצליח!
|
|