בית פורומים כל העולם כולו

וואס צו ליינען תשעה באב (נאך פארמעגליך פון אמאל)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/7/2010 00:11 לינק ישיר 
וואס צו ליינען תשעה באב (נאך פארמעגליך פון אמאל)

פאר די ערליכע אידן וועלכע זענען מקפיד צו ליינענן די הייליע שריפטן פון פארמעגליך ביים תענית



איז אויך כדאי זיי זאלן האבן נאך אביסל הייליגע מאטעריאל פון דעם סארט, פון די פארגייער פון פארמעגליך.

דער טראנסילוואניע אידישע צייטונג קעגן רביה"ק מסאטמאר זי"ע
http://www.archive.org/stream/TransilvaniaYiddishTzietung/Transilvania#page/n23/mode/2up


די מוסדות תבל ספר, קעגן הייליגן ישמח משה זי"ע

http://www.scribd.com/doc/34391896


נישט אויף מיין אחריות. אויף פארמעגליכ'ס און באלאנד



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/4/2011 18:40 לינק ישיר 

שוין באלד 2 יאר ווארט מען בכליון עינים אויף נאך פארמעגליך וואס האט אונז פארשפראכן ארויסציגעבן אזעלכע מעכטיגע סחורה, אז מ'וועט זיך באלעקן די פינגערס. און דאס וועט האפענטליך איינמאל פאר אלעמאן אונטערצוברענגען דעם סאטמארער רבי'ן.

פארמעגליך האט געארבעט ווי א ביבער פאר זשיגאנע'ן. אותו ואת בנו האבן דורכגעקוקט די ארטיקלען און זיך גוט אונטערגעשמייכעלט ווי גוט די ארבעט גייט. משה בן פראדעל האט קודם שיין באצאלט, ווייל ער האט שוין געזען ווי די ארונישע חלה דעקלעך און מצה טאשן פגר'ן אויס אויפן שלאכטפעלט.

פארמעגליך האט ארויסגעשאסן אזעלכע מעכטיגע סודות אז די גאנצע וועלט האט זיך איבערגעקערט, און קערט זיך נאך אלס איבער פון די קנאקעדיגע באמבעס וואס זענען ארויסגעקומען. מ'האט ממש געזען ווי זאלי וואקסט אויפן הייוון יעדן טאג.

פאר עפעס א מיסטעריעזע סיבה האט בן פראדעל אויפגעהערט צאלן, און די ארטיקלען נעבעך נעבעך נעבעך קומען מער נישט ארויס לאור עולם, און די פגירה האט זיך ווי אפגעשטעלט.

יעדער פרעגט היתכן, וואו איז דער גבור חיל פארשוואונדן געווארן?
וואו איז דער מעכטיגער וויקי-ליעקס אינפארמאטאר, היסטאריקער, דענקער און שריפט-שטעלער הינגעקומען?

קיין תירוץ איז נישטא, און מיר האבן נישט קיין אנדערע ברירה, נאר ארויסגעצוגעבן דעם סאמע לעצטן מעכטיגע, הויט-שניינענדיגן ארטיקל, וואס האט געדארפט שינדן די הויט פון די ארוינים, און אריינשיקן דעם רבי'ן אין מאנטיסעלאו אין עפעס א בונקער, ווי פראדעל'ס פלאן האט געלויטעט.

בס"ד

 

ווי האלסטו מיט די אינפארמעשן איבער פארהאנדלונגן פון אהרן צו משה גבאי צו צווינגען דעם רב זעלבסט, אז ער זאל מוזן בלייבן אין ארץ ישראל?
און מיט דעם וואס דער יועץ פרטי האט אנגעדרייט צי מאכן פאני קאלס פאר'ן רבין אין שטוב?

 

*****
 

ר' אהרן'ס מענטשען האבן גלייך נאך פסח אנגעהויבן א נייעם אינטערנעט זייטל, וואו מען האט געקענט פאוסטן אביסל נייעס, עס האט אויך געהאט אפשען צו וואוטן אויב ר' זלמן לייב וועט ווערן רב אין ווליאמסבורג אדער נישט. דער עיקר קאמיוניקאציע מיטל איז דעמאלס געווען דורך זיך אריינשרייבן דארט צו באקומען אימעיל, קיין האטליין איז נאך דעמאלס נישט געווען קיין צייטונג האבן זיי נאכנישט פארמאגט. ביפער סערוויס, בלעקבערי און טעקסט מעסעדשעס איז נאכנישט געווען אזוי מפורסם נאר יחידי סגולה האבן געהאט סעליולער טעלעפאן'ס. דער צוקלאפטער עולם האט געעפענט אימעיל אקאונטס צו באקומען אפטודעיט אינפארמאציע, א שטיק צייט האט זיך גערופן מאטי בערגער, אבער דער נאמען איז געטוישט געווארן מזמן לזמן.

 

לייג צי אביסל שמאלץ איבער זייער פארלוירנקייט.
די מעסעדשעס זענען געווען פארצווייפעלטע, געבעקסן זענען געווען פרישע יעדע פאר שעה, למשל האט מען דעמאלס מחדש געווען אז משה גבאי מיט שלום יוסף דייטש, וועלכע זיי האבן א נאמען געגעבן דר. מענגעלע האבן ערפינדן אזאלעכע פילן וואס קען מאכן אן אויסגעוועפטן קלאר, זיי האבן זיך געשוואוירן אז די פילן וואס דר. מענגעלע געט דאס האט עפעס באהאלטן וואס זאגט דעם רבי'ן "זלמן לייב". אנדערע מעשיות וואס זענען ארומגעפארן אויף זייערע כוואליעס איז געווען אז דער רבי דער ברך משה איז ל"ע קראנק מיט ביטערע מחלה אויף מראש ועד כף רגל און ער האט נישט מער ווי אפאר וואכן צום לעבן, מיט דעם האט מען די יונגלעך געהאלטן חיי שעה, אז די מערכה איז ממש אויף א פאר וואכן, דער לעצטער נסיון איידער די גאולה
.

 

ער האט אויך צוגעלייגט ווערטלעך וואס איז אלס ארומגעגאנגען ארום די פרשה, איין גוט ווערטל געדענק איך וואס איז דארט געשטאנען אז ווען אהרן איז געגאנגען קידוש מאכן אחרון של פסח צו אליעזר קעסטנבוים, האט ער אים געפרעגט וויפיל יאר ווארט דיך מיט דיין קלאגע אין סינסינעטי, האט ער אים געזאגט עטליכע זעכציג יאר אויב ער ווערט געפינען שולדיג אויף אלעם, האט אים אהרן אנגעווינטשן אריכת ימים. איך געדענק נאך איין'ס, אז ר' אהרן איז געלאפן צו א חכם נאך פסח אז דער מזל שפילט נישט גוט, אפשר זאל ער צוגעבן אדער טוישן זיין נאמען, האט אים דער חכם געזאגט איך וואלט דיר א נאמען געגעבן נאך דיין זיידן אלעזר ניסן, האט ער אים געפרעגט פארוואס פינקט דעם זיידן, זאגט ער ווייל שמא קגרים, ביסט געווארן א גרויסער לוזער אין ניסן.


לייג צי אביסל שמאלץ וויאוזי ער האט דארט געפרעסן.
 

עס וואלט געווען כדאי אז דער עולם וואס האט נאך די אימעילס פון דאמאלטס עס אריינשיקן צו אונזער אימעיל למען ידעו דורותינו וואס די מהלכים דעמאלס זענען געווען, ווייל צרות אחרונות משכחות הראשונות עס איז אזויפיל דורכגעלאפן אין די צען יאר אז מען פארגעסט שוין פון דעמאלס מעק דאס אויס(אבער די תורה זאגט לא תשכח, די מעשי עמלק טאר מען נישט פארגעסן) ווער עס האט נאך סחורה פון יענע צייט זאל עס אריינשיקן און מזכה זיין את הרבים,

ר' אהרן האט אין וויליאמסבורג געהאט עטליכע גרושים מענדל יאנקאוויטש און יעקב יצחק הורוויץ – דערצו בערל יאקאבוויטש'ס צוויי בנים וואלף מיט יענקל וועלכע האבן געפירט דעם גאנצן מערכה, זיי האבן געמאכט די פאשקעווילן, זיי האבן ארגאנאזירט מיטינגס אין התאחדות אברכים וואו די לבבות נשברות האבן זיך מחזק געווען. די מיטינגס בדרך כלל האבן זיך באטייליגט אפאר מטורפים וואס האבן געמאכט רעזאלוציעס אין פראטאקאלירט, זיי פלעגן נאכלויפן ר' אהרן אין וויליאמסבורג, יעדן מאנטאג אין דאנערשטאג ווען ער פלעגט אריינקומען איז ער געקומען דאווענען מנחה אדער מעריב אין ראדני, און זיי האבן געמאכט א ווינט, צי יעדן וועמען זיי האבן נישט געקענט האבן זיי געוויזן די טוילעטס אין די קאווע שטיבעל. זיי האבן שטיל געמאכט דעם בעל תפלה אינמיטן א מנין און זיי האבן אנגעצינדן די טשענדעלירן לכבודו פונעם גאסט, ר' אהרן האט דעמאלס אויסגעקוקט ווי א מורא'דיגער רחמנות ארומגעלאפן מיט אפאר נערווען קראנקע מטורפים.
 

עטליכע אסיפות איז פארגעקומען אין די התאחדות אברכים, וואס וואלט געדארפט באשריבן ווערן, עס האבן גערעדט שמואל ווידער שלום נחמן פיליפ שלום אליעזר פראנקל, און שלום לאנדא און וואלף יאקאבאוויטש בר' בערל,

די האסט נישט קיין אינפארמאציע פון די מיטינגס? מיר דאכט זיך איך האב עס לעצטענס געלעזט

אויך איז ארויסגעגאנגען א בריוו דאכט זיך אונטערן נאמען התאחדות אברכים, וואס איז מסביר דאס וויכטיגקייט פון א לאקאלען רב אין וויליאמסבורג, וואס הייבט זייער די מעלות פון ר' זלמן לייב ציטירענדיג די לשונות פון ר' אהרן אין ירושלים אויף זיין ברודער, אריינלייגן דעם טעקסט וואלט כדאי געווען, דער איד אפיס דארף צו האבן א קאפי דערפון, פרעג מענדל יעקב יושע אדער שלום יוסל, מיט דעם למה נגרע סלאגאן האט מען דעמאלס צום ערשטן מאל געשריבן אז וויליאמסבורג וויל און וועט האבן א רב.

 

דער ענפער איז דעמאלס געקומען מיט א שארפן ביכל וואס האט דאס ערשטע מאל ארויסגעברענגט דעם סלאגאן שונאים, עס רעכנט אויס אלע זקני חסידים וואס זענען דערקעגן, און ווער עס הייבט זיך דעם קאפ פון דעם געדאנק וויליאמסבורג לאקאלער רב.

 

אונזער רב הצעיר איז געווען מורא'דיג צוקלאפט נאך פסח און אנטלאפן אויף א מקום ווי קיינער ווייסט נישט, ער האט געשפילט באהאלטן, מען האט אים איבעראל געזיכט אבער אומזיסט, בקשתיו ולא מצאתיו, ער איז יעצט אוועקגעפלויגן אויף א ווייטן ווייטן ארט. מען האט גערעדט פארשידענע שמועות, ביז עס איז ארויסגערינען דעם סוד ער איז געטראפן באהאלטן אין קווינס ביים אולעמער רב הרב פרידמאן וואס זיין רביצין א שוועסטער פון ר' יעקב שמשון גאלד וואס איז געווען בידידות מיט דעם ברך משה'ס משפחה, ער איז אהינגעפארן אן קיינעם זיך אויסליפטערן, ער האט שפאצירט אויף די קווינסער גאסן ביינאכט מיט דעם יועץ פרטי מתתי' דייטש און לישע דער טאשן שניידער, איינער א לץ האט ארויפגעלייגט א צעטל אין אולעמער בית המדרש ברוך הבא הרב מקרית יואל שליט"א. ער איז אויך נישט ערשינען צום שומרי החומות דינער פסח שני אין וויליאמסבורג, וי ער פלעגט די לעצטע יארן אויפטרעטן בשם דעם טאטן, ר' פנחס וויינבערגער פון שומרי החומות וואס האט אים גערופן מכבד זיין רעדן, האט ער אים באשייגעצט לאז מיך אפ איך האלט נישט ביים רעדן מער, איך האב שוין גענוג געהאט, ער איז אויך נישט אריינגעקומען צו יטב לב דינער פאר די מוסדות אין ירושלים אין בני ברק ל"ג בעומר אין ווליאמסבורג, עס איז געווען שמועות יעדן טאג אז דער ירושלים'ער רב ווערט אויפגענומען אלס וויליאמסבורגער רב, איינע פון די שמועות איז געווען אז ל"ג בעומר וועט פארקומען די הכתרה און די היץ איז געווען זייער גרויס, און ר' אהרן האט דעמאלס געהאט א מיטינג מיט משה גבאי ווי משה האט אים פארשטענדיגט אז עס וועט נישט פארקומען קיין שום אויפנאמע אן קיין מעלדונג פאר אים, מיט איין תנאי אויב ער וועט איינהאלטן די יונגען פון געוואלטאטן און עס וועט זיין שטול, אז נישט וועט ער פארלירן קרית יואל אויך. ר' אהרן איז נאך מער קראנק געווארן. ער איז געווארן א חולה אויף די נערווען, ער האט אנגעהויבן מאכן משוגענע זאכן און אנגעהויבן אליינס צו שטיפן פאר טעראר קעגן יעדן און אלעס ער האט געהאט מיטינגען וואו ער האט געפאדערט צו מאכן פאשקעווילן, פארשטייט זיך אז זיינע היץ קעפ האבן אים ערליך געפאלגט, און די געוואלטאטען און געשרייען זענען ערגער געווארן,


רעכן אויס די נעמען פון זיינע טעראריסטן

צום יטב לב דינער ל"ג בעומר איז ערשינען פרישע פאשקעווילן, ווי מען האט פרובירט אראפלייגן רדיפות וואס ר' אהרן האט געהאט אויסצושטיין, דאס בעסעט וואס זיי האבן געקענט אפירקראצן בימים ההם, איז געווען אז מען האט געדריקט סידורים אין ירושלים בשעת די בר מצוה אין מ'האט נישט ארויסגעשריבן שבת התועדות בראשת הגה"צ אב"ד קרית יואל, און אז מען האט מכלומר'שט געגעבן פארדארבענע מאסט (אדער עפעל סיידער) ביים סדר.

 

נאך ל"ג בעומר האט בערל פרידמאן פארופן א מיטינג אין ויואל משה, אפיציעל איז דאס נישט געווען גערופן דורך בערלן ווייל ער האט מורא געהאט פון משה גבאי, וואס האט אים געזאגט חול המועד פסח אז ער זאל נישט רופן קיין שום מיטינג בנוגע רבנות, אבער אומאפיציעל איז בערל געווען דער ארכיטעקט פון דעם מיטינג, ר' בערל האט ערווענט בשעת די מיטינג אז מ'קען נישט רעדן פון רבנות, און רבנות איז נישט אין קהל'ס הענט, נאר דער רבי האט דאס ווארט אין דעם ענין, עס זענען געקומען ר' אהרן'ס שוויצערס פון וויליאמסבורג בארא פארק און קרית יואל, אבער ר' בערל האט געווארענט אז מען טאר נישט רעדן פון קיין רבנות, האט מען געמאכט אזא החלטה וואס אליעזר אבראמאוויטש פון בארא פארק האט פארגעלייגט, וואס עס ליינט זיך בערך אזוי, אנחנו החו"מ ראשי קהלת סאטמאר מצהירים בזה כי קהל יטב לב תשאר צמיד יחדיו תחת דגלו והדרכתו של כ"ק אדמו"ר שליט"א, דאס האט געדארפט מיינען אז מען וועט נישט קענען צוטיילן סאטמאר, ווייל דער כעלעמער קהל האט דאך געמאכט א החלטה, למעשה האט אויף דעם אינטערגעשריבן אפילו די גרעסטע קעגנערס פון ר' אהרן, אזויווי אליעזר קעסטנבוים און נאך. יודל ווערצבערגער האט אויך גערעדט אין זייער שארף פארדאמט וואס מענטשן זאגן אז דער רבי "כאילו כאילו" ער וויל מקרב זיין די שונאים, (עס דארף זיין א טעיפ פון די מיטינג פרעג משה וואלף ער האט דאס אפגעכאפט אדער יעקב יושע, אויך די מיטינגס אין התאחדות אברכים דארף יעקב יושע האבן ידועות, משה האט עס זיכער)  ויחזק לב אהרן עוד הפעם פון דעם מיטינג ווייל יעצט איז דאך שוין קלאר אז צוטיילן סאטמאר קען מען שוין לויט די שטאטוטן וואס איז שוין באשטעטיגט דורך רוב. וואס א טאג עס איז דורך האט ער זיך אנגעהויבן צו שפירן מער סעקיורד און געזעהן אז זיין רב הצעיר פאסטן איז שטארק ווי פעלז.

 

ער האט זיך אנגעדרייט א שטיקל מסיבה פאר א מקוה טהרה אין ראוז קעסטל ווי ער האט זיך דערקלערט דער חתן, ער האט געהאלטן דעם עולם געשפאנט אין זיין צעדרייטע דרשה וואס ער האט אלס אויפגעטוהן, און פארשטייט זיך אלע רעדנערס האבן ארויסגעברענגט וואס דער קרית יואל'ער רב האט געטוען, ווי שטארק ער האט זיך מטריח געווען וכו', א פאליטיק האט זיך אפגעשפילט מיט די אינוויטעשאן פון די מסיבה, די אהרונים האבן נישט געוואלט אריינלייגן די מודעה אין דער איד און נאכדעם האבן זיי געזאגט אז דער איד האט עס נישט געוואלט אריינשטעלן.

 לייג צי איבער אהרן'ס חוצפה ביי די מקוה קאמפיין קעגן ראב"ד שליט"א

 

 

ל"ג בעומר תשנ"ט

 

 

 

ערב ל"ג בעומר האט זיך געטוהן וועגן די דעם ברך משה'ס פתיחה זאגן פאר די בחורים. ווי באקאנט פלעגט דער רבי דער ברך משה האלטן ל"ג בעומר א פתיחה פאר די בחורים פון גאנץ סאטמאר אזאך וואס אונזער ר' אהרן האט שוין אויפדעם געגליסט שוין א לאנגע צייט בעפאר, פאריאר האט מען עס שוין איבערגעגעבן פארן קרית יואל'ער רב, אבער היי יאר איז דער מצב זייער אנגעצויגן, במילא האט מען נישט געוויסט צו וועט מען עס נאכאמאל געבן פאר ר' אהרן צו וועט מען בכלל נישט מאכן קיין פתיחה. צום סוף איז געבליבען אז מען וועט דעם ר' אהרן פארמאכן דאס מויל און לאזן דרש'ענען פאר אלע בחורים פון גאנץ סאטמאר, וואס דאס איז געווען דאס לעצטע מאל וואס ער האט גערעדט צי די בחורים פון גאנץ סאטמאר. פארשטייט זיך אז מען האט אנגערייצט די בחורים אז דער רב גייט דרש'ענען און אלע בחורים זענען מחיוב מחזק צו זיין דעם רב דעם נרדף מיט וואס מען קען נאר, פון שישקענען ביז שטויסען און שרייען. נו וועלעכע בחור זיכט דען צו צוברעכן דעם ק"י רב? די מגידי שיעור פון וויליאמסבורג האבן זיך נישט משתתף געווען ביי די פתיחה אבער אסאך וויליאמסבורגע בחורים זענען געפארן,

פונקט מיט צען יאר נאכדעם וואס מען האט ל"ג בעומר געמאכט ראיאטן אויפן בית החיים אין געווארפן שטיינער כדי להמית ווען די רביצין אשת חבר פון רבינו הקדוש זי"ע האט זיך משתטח געווען על ציון בעלה הק', אויף ר' אהרנ'ס באפעל דעמאלט, איז דאס יאר שנת תשנ"ט געווען די אטאקע אויפן רבי'ן דער ברך משה אויך אויף ר' אהרנ'ס באפעל. ביים טיש האבן צענדליגער בחורים מיט לעיזער פוינטערס געצילט אויפן רבי'ן און זיינע גבאים, עס איז געווען א געפערליך געלעכטער ביי די בחורים. פארשטייט זיך די ווילדע בחורים האבן יעצט געהאט א געלעגנהייט וואס מאכט זיך נישט יעדען טאג, און באקומען א גרין לייט פארן איבערדרייען וואס עס קומט אונטער די הענט און נאך דערצו אז ער ווערט פארעכנט ווי א העלד ביים רב. די בחורים האבן טאקע נישט געלאזט פאלן דעם ר' אהרן'ען און אנגעפירט ערשט קלאסיגע חוצפה ביי די ל"ג בעומר טיש. מען האט געשישקעט ווען משה גבאי האט געהייסן זינגען, מען האט געזינגען ווען משה גבאי האט געוויזען שטיל, אויך דא האט זיך דער רב זייער שיין צוגעשטעלט מיט זיינע באוואוסטע קלאטשערייען, און געוויזען פאר די בחורים אז זיי טוען ריכטיג. און צו דעם האט מען אנגעהויבן שיינען מיט לעזער פוינטערס אויף משה גבאי'ן אויפן רבין דעם ברך משה אהין אין צירוק, עד כדי כך אז עס האט זיך אנגעזען א שמייכעל אויפן ר' אהרן'ס לעפצען אזוי גענוג ברייט אז די בחורים זאלן זען ווי די רב האט הנאה און ווי גוט זיי טוען. די בחורים האבן דעמאלטס באקומען אזוי שטומערהייט א קאמפלימענט אויף זייערע מעשים, א זאך וואס נישט זיין פרוי און נישט זיינע קינדער האבן ביזדערווייל זוכה געווען צובאקומען במשך די 40 יאר וואס ער איז פארהייראט...

 

נאכן טיש האט מען דעם רבין ז"ל באגלייט מיט ימים על ימי מלך, וואס דאס האט געמיינט שטויסן משה גבאי, און אז דער רבי זצ"ל כאפט אויך, איז אויך נישט געפערליך, זאל ער וויסן מיט וועם ער הייבט אן. טיילמאן האט דער גבאי געדארפט ליגן אין בעט וואכן לאנג פאר יסורים און געשוואלענע פיס וואס ער האט באקומען. דעמאלטס ל"ג בעומר איז געגרינדעט געווארן די סארט באגלייטן וואס מען האט זיך דערמיט באנוצט א גאנץ זומער נ"ט אנצולערנען דעם רבין ז"ל אז ער זאל וויסן ווי ער האט אריינגעטרעטן.

 

אין די צוויי וואכן פון ל"ג בעומר ביז שבועות, האט משה גבאי פרובירט אויף אלע מיני וועגן, און איינגעשפאנט הונדערטער מענטשן וואס קען נאר האבן אן השפעה אויף דעם געוועזענעם רב הצעיר און געשיקט בעטן בתחנונים אז ער זאל בארואיגן זיינע חיות און מען זאל אויפהערן איבערצודרייען די טישען פון זיין טאטן וועם ער איז אזוי מכבד עד שידו מגעת. דער בנו בכורו האט זיך געלאזט פאלן צו די פיס און זיך אונטערגעלאכט ווי גוט די בחורים ארבייטן און ווי גוט זייט סראטעגיע ארבעט. ער איז יעצט געווען זיכער אז משה וועט זיך מער נישט וואגן צו ברענגען אהער ר' זלמן לייב'ן.

 

נאך ל"ג בעומר איז ר' אהרן געווארן שטארק מחוזק פון דעם טיש, ער האט געזעהן בפועל אז ער האט דעם עולם, ווייל די בחורים האבן געשיינט מיט לעיזער פוינטערס, און זיין בעבישער מח האט אים געזאגט אז משה איז געווארן גוט פארשעמט. ויחזק את לבו און געהאלטן א שיינעם פרק שיעור ווי ער האט מסביר געווען אז ביים רבי'ןס טיש איז גענוג במיעוט דרך ארץ, און מרמז געווען אז מ'זאל נאך מער איבערקערן און מאכן מהמות. דאס איז געווען א הקדמה צום יום טוב שבועות און געדינט אלץ א מעסעזש פאר זיינע בחורים איבערצודרייען די טישן, א זאך וואס האט אנגעהאלטן ביז קדושה אינעם טענט שבת נאך פסח תשס"ו ווען דער טאטע האט זיך באוויזן בהקיץ, און געזאגט אז מהיום והלאה זאלן די טישן זיין ברוב דרך ארץ.

 

ר' אהרןס יועצים זענען אויך נישט געשלאפן, און פון ל"ג בעומר ביז שבועות האט ר' אהרן פרובירט אלע מיני וועגן צו שיקן שליחים צום רבין אים אויסצורעדן דעם פלאן פון מאכן אין א רב אין וויליאמסבורג. איינע פון די משלחת'ער איז געווען זיין טאכטער חי' אשכנזי, מיט א טעיפריקארדער באהאלטן, זי זאל פרובירן איבערצורעדן דעם רבין אז ער זאל זיך אפשאקלען פון ר' זלמן לייב אין לאזן אים אין ירושלים.

 

עטליכע טעג פאר שבועות ווען דער רבי דער ברך משה האט זיך געפינען אין קרית יואל, בשעת משה דער גבאי איז נישט דארט געווען האט זיך פארשפרייט שמועה אז דער רבי האט געזאגט פאר זיין אייניקל אשת ר' העניך אשכנזי מעולם לא עלתה על דעתי צו מאכן זלמן לייב פאר רב. עס איז געווען דער ערשטער אפיציעלער סטעיטמענט וואס די ארונים האבן ארויסגעלאזט, טראץ וואס צוויבל איז נאך געקומען יעדן פארטאגס צום רבי'ן און שמואל הכהן פרידמאן איז געזעסן יעדן טאג און געלערנט מיטן רבי'ן האט קיינער נישט פארקויפט אפילו נישט קיין געבאקענער סטעיטמענט אז דער רבי איז חוזר. ווי שוין ערווענט אין די פריערדיגע קאפיטלעך ביי די חוה"מ פרשה, צופרי נאכדעם וואס מען האט איבערגעדרייט משה'ס קאר, און ר' אהרן האט נישט געזאגט דעם איינשווערונגס דרשה. האט דער דעמאלסדיגער אנטווערפענער רב פרובירט זיין מזל און אריינגעקומען פארטאגס צום זיידן און אנגעהויבן צו וויינען מורא'דיג, אז ער קומט יעצט פון מקוה אין בית המדרש אין דער עולם לאכט געפערליך פון זיין טאטען, ער האט פרובירט צו כאפן דעם זיידן מיט א ווארט, דער זיידע פרעגט אים וואס איז געשען פארוואס לאכט מען, זאגט ער מען שמוסט אז דער זיידע האט אים געמאכט אויס רב, האט ער אים געפרעגט איך האב דען געמאכט רב אז איך זאל אים האבן געמאכט אויס רב, איך ווייס נישט וואס ער וויל. אזוי האט מען האט די גאנצע צייט פון פסח ביז ח"י סיון פרובירט צו כאפן א סטעיטמענט אבער סאיז נישט געראטן.

 

די גאנצע תקופה פון ל"ג בעומר ביז נאך שבועות איז דער רבי געווען אזויווי אלע יארן אין קרית יואל, ווי ער האט געדאווענט יעדן טאג אין גרויסן בית המדרש, און אויפגענומען מענטשן מיט קוויטלעך ווי שטענדיג, יעדער האט געהאט א אפענער טיר ביים רבי'ן, און דער גבאי ר' משה פרידמאן האט זיך בכלל נישט געפינען אין קרית יואל נאר שבתים, דער רבי איז געווען ארומגענומען מיט ר' אהרן'ס ידידים, ווי שמואל הכהן פרידמאן און נפתלי הערצקא צוויבל און יודל וויינשטאק, וואס האבן געהאט זייערע שיעורים קבועים מיט'ן רבי'ן, און אויך שפאצירט מיטן רבי'ן יעדן טאג, אויך אנדערע קרית יואל'ער ראשי קהלה וכדו' אזוי ווי אברהם ווידער מאיר הירש פלעגן עטליכע מאל א וואך קומען צו מנחה מעריב און שמיסן מיטן רבי'ן איבער אלעם, קיינער איז נישט געלונגען צו קענען ארויסשלעפן א ווארט פון רבי'ן בנוגע דאס רבנות, וויפיל ר' אהרן האט געבעטן שתדל'ן פאר אים האט אים גארנישט געהאלפן, ווייל די פילן וואס דר' מענגעלע האט געגעבן האט געארבעט אן אויפהער,

איינע פון די אנשי ביתו פונעם ברך משה האט פארציילט אן אינטערסאנטער עפיזאד צווישן פסח און שבועות, האט זיך געמאכט איינמאל אז דער ירושלים'ער רב ר' זלמן לייב האט איינגערופן צום טאטן אויפן טעלעפאן, און דער קרית יואל'ער רב איז דארט געווען משוגע מאכן דעם רבי'ן, דער שוטה האט געכאפט דעם טעלעפאן און שנעל אויפגעהויבן דעם טרייבל, ער האט געכאפט דאס קדחת ווען ער האט געזען אז אויף די אנדער זייט איז ר' זלמן לייב. 

ער האט זיך פארלוירן פאר 2 מינוט און נאכדעם אנגעהויבן שטאמלען. ר' זלמן לייב האט זיך אבער נישט געמאכט וויסעננדיג און אנגעהויבן שמיעסן מיטן ברודער, דעמאלס האט זיך איבערגעדרייט ארץ ישראל מיט די בחירות פאר ראש ממשלה, און מען האט גערעדט פון דעם נושא פון די בחירות, עס איז געווען א גרויס טומל צווישן די פרומע וואס האבן געשטיצט אפען א קאנדידאט אלס ראש ממשלה, האט ר' אהרן דעמאלס געזאגט אז זעהט פאראויס אז נתניהו וועט געווינען, ווייל ער האט א סלאגאן מנהיג חזק לעם חזק, און דער עולם וויל א שטארקער פירער א טעראריסט, דער ברודער פון ירושלים האט געזאגט אז ער מיינט אז אהוד ברק וועלכער לויפט מיטן סלאגאן פון שלום האט בעסערע שאנסן, ווייל דער עולם האט שוין קיין כח צו קיין מלחמות מען וויל שלום ומנוחה, לכאורה איז דער ויכיח געווען א לשיטתם, אבער צום סוף האט אהוד ברק געווינען, אלע האבן זיך דעמאלט געוואונדערט אויף די מורא'דיגע חכמה פונעם ברודער אין ירושלים
,

ר' אהרן אליין וואס פלעגט זייער זעלטן באזוכן זיין טאטן ווען ער האט געוויילט אין קרית יואל, ער פעגט קיינמאל נישט אריינפאלן אהין, אבער דאס מאל האט ער זיך זייער אסאך באוויזן אין טאטען'ס הויז, און ער האט אליין פרובירט אויף אלע אופנים צורעדן צום טאטען בדברים העומדים על הפרק, ער האט שוין געזעהן אז דער טאטע איז מוחלט אז ער מוז געבן פאר ר' זלמן לייב א שיינעם פאסטן, און אז ער איז גענוג געלונגען אים צו געבן אייןס פון די גרעסטע סאטאמאר צענטרן אדער וויליאמסבורג אדער קרית יואל, ר' אהרן האט באמת נישט געהאט א לאגישע סיבה אפצורעדן דעם טאטן פון געבן א שיינעם חלק פאר זלמן לייב, וואס דער טאטע האלט איז גארנישט וויינגער פון אים, ער האט נאר געקענט מסביר זיין אז דער עולם וויל נאר אים, און נישט ר' זלמן לייב'ן, וואס דאס האט ער געהאלטן אין איין שפינען, ער האט בתוך אחד השיחים האט ער פארציילט פאר'ן רבי'ן אז ער האט געבויט א מקוה אין וויליאמסבורג, און מען האט געמאכט א דינער אין ראוז קעסטל, און בשעת מען האט אויסגערופן די נדבנים האט מען דערמאנט אליעזר קעסטנבוים נאמען און קיינער האט נישט געקלאטשט, אבער ווען מען האט דערמאנט יצחק ראזענבערגס נאמען האט מען געקלאטשט פאר צען מינוט אן אויפהער, האט אים דער טאטע געפרעגט וואס אינטערעסירט מיך דאס, האט ער מסביר געווען מיט זיין ילדישן סכל, אז דער עולם האט זייער ליב יצחק ראזענבערג וואס שטיצט אים אבער נישט אליעזר קעסטנבוים וואס האט אים פיינט, דער טאטע האט אים אנגעקוקט מיט רחמנות בליקן וואו איינער זאגט טיפש איינער וואקס שוין אויס דיין קינדישע שיך, דער טאטע האט נאכדעם געזאגט פאר די שטוב מענטשן אז דער עלסטער זון זיינע איז עפעס אינגאנצן צערידערט., אבער מיט אזאלעכע זאכן האט ער געוואלט משכנע זיין דעם טאטן אז ער זאל צוריק ציען די החלטה פון געבן א חלק פון סאטמאר פאר ר' זלמן לייב, מיטן מהלך אז דער עולם וויל אים נישט.
 

ר' אהרן האט נישט מצליח געווען צו קענען טוישן זיין טאטן'ס מיינונג, און האט דעריבער איינגעשפאנט וועם ער קען נאר, צו פרובירן רעדן מיטן רבי'ן ולא עלתה בידו, איינמאל האט זיך געמאכט אז זיין טאכטער אשכנזי האט געשמיסט מיטן זיידן אינעם גארטן,

זי די חי' אשכנזי פלעגט אייביג פארקויפן ווי נאנט זי איז מיטן זיידן. זי פלעגט זיך זיס מאכן פאר זיידן. למעשה איז זי דאך סאשע'ס טאכטער און אזא חונף איינס אין דער וועלט און א שפילער און א שקרן ווי דער טאטע. און זי האט געמאכט וויינען אז מען נעמט אלעס אוועק פון איר טאטען און מ'געט דאס פאר אינגערן ברודער ר' זלמן לייב, דער רבי האט שנעל געכאפט וואס זי וויל, האט ער איר געזאגט אז דאס וועט ער נישט צולאזן, מעולם לא עלתה על דעתי אז ר' אהרן זאל גארנישט באקומען,

דאס איז שוין גענוג געווען פאר ר' אהרן אז ער זעהט דער טאטע האט אים נאכנישט אויפגעזאגט און האלט זיך פעסט ביי דעם אז ער זאל נישט בלייבן אן גארנישט, האט ער שנעל גערופן א מיטינג ביים טאטן אין שטוב מיט ראשי הקהלה, פון קרית יואל, און אויך האט דער מוהל מרדכי אהרן מייזליש ארויסגעברענגט משה שעהר פון וויליאמסבורג און אליעזר אבראמאוויטש פון בארא פארק, און ר' אהרן מיט די ראשי הקהלה האבן זיך אריינגעזעצט צו די אסיפה ביים רבי'ן און שטוב, און דארט האט אליעזר אבראמאוויטש גענומען דאס ווארט,

אבער בין ל"ג בעומר לשבועות, איז עס געראטן פאר די טאכטער פון ר' אהרן -לפי דבריה- אז זי האט געשמיסט מיטן זיידן אינדרויסן אין גארטן וואס ר' אהרן דערמאנט אין זיין רב הצעיר הכתרה מיטינג, און דארט האט איר דער זיידע געזאגט "מעולם לא עלתה על דעתי". הגם דער טעיפ איז נאך עד היום הזה נישט ארויס.

 

לויט די שטוב מענטשן פון רבי'ן האט פאסירט ביי יענעם באזוך פון חי'  שמוס פון די אשכנזי ביים זיידן

 

זי איז אריינגעקומען צום רבי'ן און האט אנגעהויבן צו וויינען אז משה גבאי מיט אליעזר קעסטנבוים צאפן דאס בלוט פאר איר טאטען טאג אין נאכט אין ער האלט עס נישט אויס, ולא זו אף זו אז זיי ווילן ברענגען ר' זלמן לייב פון ירושלים און אים מאכן פאר רב אין וויליאמסבורג כדי צו טשעפענען איר טאטען. דערער רבי האט איר געפרעגט וואס ברענגען ווען ברענגען איך ווייס נישט וואס דו ווילסט. האט זי אנגעהויבן א נייעם ניגון אז מען נעמט אלעס צו פון איר טאטען אין זיידי גייט אלעס געבן פאר פעטער ר' זלמן לייב און ווער וועט קוקען אויף איר טאטען, האט זיך דער רבי אנגערופן מעולם לא עלתה על דעתי אלעס צו געבן פאר ר' זלמן לייב עס איז שקר. דא האט די אשכנזי געזען א פתח ווי מען קען מאכן אביסל חאגע מיטן זיידן, מען קען נוצען דעם וועג אז מען געט אלעס פאר ר' זלמן לייב און דורך דעם וועט מען שוין ארויסריקן עפעס א ווארט און מען וועט מאכן אן אפשטעל צו די גאנצע וויליאמסבורגער רבנות. זי איז שנעל אהיימגעלאפן זאגענדיג אז דער רבי האט איר געזאגט אז לא עלתה על דעתי צו מאכן ר' זלמן לייב פאר רב אין וויליאמסבורג, אין יעצט איז א שעת הכושר אריבער צו לויפן צום רבין. סיי ווי איז יעצט משה גבאי נישט אין קרית יואל במילא קען מען רעדן מיטן רבין וואס מען וויל.

 

וכך הוה דער ר' אהרן האט זיך צו דעם צוגעכאפט ווי צו הייסע לאקשן און אריבער געלאפן צום רבין אהיים אין זיך גענומען דרייען דארט, קודם זאל זיין טאטע זען זיין ליבליך הייליג פנים פאר די אויגן, אבער צום טאטען האט ער זיך נישט געטרויט צו רעדן קיין ווארט וועגן וויליאמסבורג.

ער האט אויך פראבירט אריינצוריקן אנדערע מענטשן דארט, אבער דער חלום איז אויך אים אוועק מיטן רויך
.

 

יענעם פארנאכאטכס האט ר' אהרן אין איילעניש געכאפט א פאר שווענצלעך און זיי אריבערגערופן צום טאטן נאך איידער משה גבאי קומט צו פארן פון שטאט, ער האט געלאזט רופן אליעזר אבראמאוויטש פון בארא פארק, אברהם ווידער פון קרית יואל אליעזר ווייס און דעם פיקח לישע, מיט להבחל"ח משה שעהר ע"ה, אינאיינעם מיט זיי איז מיטגעקומען דער פלומעניק ר' מרדכי אהרן מייזליש דער מוהל. מען האט פאר קיינעם נישט געהעריג פארציילט וואס דער יאגעניש יעצט פאר א אסיפה ביים רבי'ן, אויסער פאר אליזער אבראמאוויטש. דער הויז בחור פרעגט וואס גייט פאר, זאגן זיי אז עס נישט זיינע געשעפטן. דער הויז בחור גייט אריין צום רבי'ן און זאגט אז אז ר' אהרן מיט זיין קהלה איז דא און זיי ווילן האבן א מיטונג ביים רבין. דער רבי באפעלט מ'זאל זיי אריינלאזן. דער רבי נעמט זייער שיין אויף די ראשי הקהלה אין הייסט אלעמען זיך זעצן, ר' אהרן זאגט פארן הויז בחור אז דו האסט נישט דא וואס צו זיכען, מיינענדיג אז אזוי וועט משה גבאי נישט וויסן וואס עס איז פארגעקומען. דערנאך זעצט זיך ר' אהרן צום טיש און מען ווארט איינער זאל עפענען דעם זיצונג. דער רבי פרעגט אפאר מאל אינדערצווישן וואס גייט פאר, וואס איז די מיטונג, אבער מען ענטפערט אים נישט געהעריג יעדער האט מורא צוזאגן. ענדליך שטעלט זיך אויף אליעזר אבראמאוויטש און הייבט גראד אן אז מען דארף האבן א רב אין וויליאמסבורג און עס איז נישט דא אין גם אחד וואס וויל האבן ר' זלמן לייב פאר רב. דער רבי ווערט מוראדיג צוקאכט און זאגט אריין דעם עזות פנים, פרעגט אים וואס שרייסטו דא? וואס ווילסטו? הייבט ער אן צו רעדן שטילער אין הייבט אן רימען דעם ר' אהרן וואס פאר א געלונגענער מענטש דעם רביןס זון איז, דער רבי ווערט נערוועז אין הייבט אן שרייען וואס ווילט עטס פון מיר?

 ר' אהרן זעט אז די מעשה גייט בכלל נישט ווי געפלאנט געט ער ווינק פאר אליעזר אז ער זאל זיין שטיל, און ר' אהרן הייבט אן מסביר זיין אז דער אליעזר וויל נישט גארנישט, נאר זיי טראכטן אז עס וואלט געווען א גוטע זאך אזוי ווי דער טאטע איז דאך זומער דא אין קרית יואל זאל איך אריינפארן און וויליאמסבורג. ווי נאר ער האט ארויסגעזאגט דאס ווארט וויליאמסבורג האט זיך דער רבי געגעבן א שטעל אויף אז דער גרויסער שטוהל האט גענומען קוילערן פון אונטן אז עס האט שיעור נישט אויסגעשאסן די שויבן, און זיך גענומען שרייען מיט קולות אויף דעם צעדרייטן זון זיינעם, און האט געזאגט ר' אהרן אין פנים, איך האב דיר שוין געזאגט אז איך וויל נישט אז דו זאלסט אריינפארן קיין וויליאמסבורג, פארשטאנען?  און גייטס ענק אלע ארויס פון דא, איך וויל ענק נישט דא זען, עטץ וועטס מיר נישט קומען איינטיילן וואס איך האב צו טאן. עס איז גלייך געווארן א געפערליכע מהומה, די מאנרא ראשי הקהלה האבן געכאפט דאס קדחת און געלאפן ווי די אויגן האבן זיי געטראגן אן טוישן ווארט איינער מיטן צווייטען. מ'האט זיך דארט שיער ציטרעטעטן איינער דעם אנדערן.

אברהם ווידער איז זיך געקומען בעטן ביים הויז בחור אז ער זאל אים ארויסלאזן פון די גארטן ווייל ער שעמט זיך אזוי צו אנטלויפן. דער טיפש ר' אהרן איז געבליבן דארט שטיין באמאכטערהייט פארפרוירן ווי לוט'ס ווייב נאכן ווערן א שטיק זאלץ
.

 

ווי נאר דער שטוב איז ליידיג געווארן און דער רבי האט דערזען זיין רב הצעיר'ל שטיין דארט, האט דער רבי זיך אנגערופן צו ר' אהרן דו בהמה איינער, איך קען נישט גלייבן וואס די טוסט מיט מיר, ביסט משוגע געווארן לאותו דבר, דו מיינסט דו וועסט מיר איינטיילן וואס צי טאן?, אים דער רבי אנגעהויבן אפירנעמען, זאג נאר, דאס טוסטו צו מיר, דו שעמסט דיך נישט, פארדעם האסטו זיי דא אהער גערופען?

אונזער ר' אהרן האט זיך גענומען קעקעצען עם עם דעם עם עי עי ע יעי ע י, דער רבי רופט זיך אן איך בין נישט נייגעריג אויף דיינע תירוצים.

 

 

דער סך הכל פון דעם צווייט דורכגעפאלנעם פארזוך צו מאכן אפיציעל ר' אהרן פאר רב אין וויליאמסבורג, איז געווען אז דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט און מיט קולות ארויסגעטריבן די ראשי הקהלה פון שטוב. ער האט זיך אויך אנגערופן פאר ר' אהרן אליין זייער א שארפן סטעיטמענט איבערן צער וואס ער מאכט אים.

 

עד כאן הגהתי,

 

דער ארונישער מעסעדש וואס מאטי בערגער האט ארויסגעגעבן אויפן אימעיל איז געווען, אז דער רבי האט געזאגט פאר די ראשי הקהלה פאר אליעזר אבראמאוויטש מעולם לא עלתה על דעתי צו מאכן רז"ל פאר רב, און אליעזר אבראמאוויטש האט מיטגעשפילט, אבער אליעזר ווייס האט יא פארציילט פאר'ן עולם דעם אמת, אז דער רבי האט זייער שארף געשריגן און אויך פערזענליך אויפן רב מיט קולות וברקים.

 

עס קומט שוין אט אונטער דער יו"ט שבועות, אלע ארונים קומען שוין ארויסצופארן קאמפסגרייט, מען האט אנגעווארפן דעם ביהמ"ד מיט פאשקעווילן צו מאכן זיכער אז עס זאל קיינעם חלילה נישט בייפאלן צו ווערן אנגעווארעמט דעם יו"ט פון דעם רביןס דאווענען, נאר יעדער זאל גאנץ יו"ט אינזינען האבן דעם רב הצעיר, און זיין גרייט פאר סיי וואספארא איבערדרייעניש. מיט אזא לופט האט מען זיך געגרייט צום יו"ט, פארשטייט זיך אז די אלע ווערק האבן נושא פירות געווען, מען האט נישט געזען אזא הכנה ביי די בחורים אויף יו"ט שבועות אין סאטמאר זייט סאטמאר שטייט.

 

די ערשטע בולט'דיגע איבערדרייעניש איז געווען ביי די קרעפל טיש, מען האט געווארט אויפן רביןס אריינקומען, און אונזער ר' אהרן האט אנגעגאסן דעם כוס צו קידוש מאכן, אבער מען קען נישט מאכן קידוש סתם אזוי מען דארף דאך ווייזן פארן טאטען אז דער עולם וויל אים, ווארט מען ביז דער טאטע קומט אריין, און ווי נאר דער טאטע קומט אריין הייבט זיך אן א געשישקעכטס אז מען האט געקענט מיינען אז אלע עירקאנדישנס האבן זיך צובראכן אין אנגעהויבן צו מאכן משונה'דיגע קולות א שטייגער ווי ביי די לוויות געוויינערייען. דער רבי זעצט זיך אוועק אין עפענט די זמירות אין וויל אנהייבן צו מאכן קידוש ער נעמט די בשמים, אינמיטן ברעכט אויס א פארדרייטע שטימע אלה מועדי ה' .... סברי מרנן ..... ששששהההככללל ננננההההייההה בבבבדדדבבבררררוו און דער עולם האט אויסגעשאסן אין א הילכיגן געלעכטער. טייל שווענץ האבן זיך גענומען הויך שרייען אמן אמן ווי ביי תקיעת שופר אבער אלע האבן געשאסן פאר געלעכטער פון דעם משוגענעם בן הגדול.
 
דער רבי געט א קוק אויף זיין אפגעפליקטן בענאק אין ער זעט שטערנס, ער גלייבט נישט וואס ער זעט. עס זענען געווען אידן וואס האבן דעם רבין אזוי געשוינט דעמאלטס, עס איז נישט געווען קיין ספק אז ער האט פונקטליך אינאכט גענומען וואס דא איז פארגעקומען, אין וואס פארא בעל דרך ארץ זיין בנו הגדול איז
.

 

דער הויפט איבערדרייעניש איז געווען נאכדעם פארשטייט זיך ביי נעילת החג טיש, מען האט דעם משה גבאין געלערנט דרך ארץ, מען האט הויעך געזינגען ווען ער האט נאר אויפגעהויבן זיין האנט, אין אונזער ר' אהרן האט געקלאטשט אף ביעט צי ווייזען ווער עס איז גבאי, און ווען משה גבאי האט געהייסן זינגען האט זיך ר' אהרן אומגעקוקט ווער עס זינגט מיט. בקיצור מען האט אלעס געטוען אז דער ברך משה זאל זיך איבערצייגן אז דער עולם וויל ר' אהרן אין ער קען גיין בארן קלאפן מיט זיינע גבאים, עס איז ארויני טיים, אין אז דער רבי וועט זיך צופאסן איז גוט אין אז נישט איז טאף לאק. ביים באגלייטן האט מען זיך אפגערעכנט מיט משה גבאיס מענטשן, מען האט צופליקט דעם שטריימעל פון ישראל לאנדא מיט אפאר קלעפ אין דער זייט, אלעס צו לאזן וויסן אז מען גייט זיך נישט לאזן שפייען אין די קאשע.

 

אין ארץ ישראל אין ירושלים איז דער ירושלימער רב ר' זלמן לייב ארומגעגאנגען צו אלע גדולי הדור פרעגן צו ער זאל אננעמען דאס רבנות און וויליאמסבורג. ער האט פאר יעדן מסביר געווען אז דאס איז בכלל נישט קיין מוציא מיט האניג, און מען וויל מיט אים מלחמה האלטן במילא איז אפשר יצא שכרו בהפסידו. אבער אלע גדולי ישראל האבן אים געזאגט אז ער זאל חלילה נישט אפזאגן דאס רבנות, כלל ישראל קוקט זייער ארויס דעראויף, און דאס קען זיין אז ישועה פארן דור.

 

יענעם שבועות געווען א גאר געהויבענעם יום טוב אין ירושלים, דער צווייטן טאג שבועות איז געווען שבת און אין ארץ ישראל איז שוין געווען שבת בהלותך, דעמאלס האט דער רב פון די קהילה באווארפן זיין זון הרב יואל און עס איז געווען א מוראדיגע פרייליכע שטימונג אין סאטמאר, און גאנץ ירושלים האט מיט געהאלטן די שמחה. מוצש"ק ביים פארשפיל איז געקומען די גאנצע עדה החרדית, ווייל די חתונה גייט דאך זיין אין וויליאמסבורג ביים רבין במילא האט מען געפראוועט א כמו חתונה וואו אלע אנשי שלומינו פון א"י האבן זיך מיטגעפרייט מיט די שמחה.

 

 

***

 

מען שפאנט איין עמרם כהן

 

די יועצים פון ר' אהרן זענען אויפגעקומען נעקסטער סטעפ אין די פי. אר. און דאס איז געווען עמרם כהן'ס שיעור אין חובת הלבבות. (אביסל בעקראנד אויף עמרם כהן ביטע) ער איז דער פאסיגער פארשוין וואס גייט שארף ארויסטרעטן קעגן די שטוב מענטשן פון ברך משה.

 

מען אויפגעקומען מיט דעם איינפאל אז מען גייט דעם רבין שיקן ליפטערן אויף אייביג. אבער ווי אזוי וועט דאס ארבייטן, עס זענען דאך דא תמימי לב וואס וועלן דאס נישט דולדען, איז פארדעם דא א מוסר ספר וואס הייסט 'חובת הלבבות', וואס דארט שטייט אלעס, און נאך דערצו ווען עס איז דא אזא פה מפיק מרגליות ווי ר' עמרם כהן וואס זיינע מידות אליין איז א לעבעדיגע שמוציק ספר, און ער וועט שיין אונטערבעטן א פשעטיל פארוואס דער ברך משה איז א פארטיגער. יענעם ערש"ק נשא, אינמיטן די געהויסענע שמחה בבית רבינו האט זיך עמרם כהן אויפגעשטעלט אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל און אנגעהויבן באזידלען די אלקאהאליקער וואס דרייען דעם רבי'ן א קאפ, און אויך נאכגעזאגט א סטעיטמענט פון ר' עזריאל אז אן אלטן רבי'ן קענען גבאים טוען וואס זיי ווילן.

איך וועל יעצט אראפ ברענגען זיין דרשה:

די דרשה ליגט אין דעם לג בעומר פייל)

 

 

 

די וואך פון די חתונה אין קרית יואל

 

די חתונה פון אייניקל פון רבי'ן בן בנו אב"ד סאטמאר ירושלים איז פארגעקומען דינסטאג נשא. זונטאג האט דער ירושלימער רב געדארפט אנקומען אויף אמעריקע, דער רב האט געהאט א תלמיד ר' זושא געלב פון קרית יואל וועלכער איז געווען זייער נאנט מיטן רב אין ער האט געדארפט פארטאגס אויפנעמען דעם ירושלימ'ער רב פון עירפארט. נו ווי אזוי שטעלט מען עס אפ, אט הערט א באמבע פון די חלה דעקל קעפ; 2 אזייגער אינמיטן די נאכט האט מען אינטערגעצינדן די קאר פון ר' זושא געלב אין דאס האט געפלאקערט אז מען האט געדארפט אויסליידיגען דעם גאנצן בילדינג אויף מרדכי שעהר בלווד. די גאס איז געווען איבערגעדרייט טאטעס און מאמעס מיט קינדער האבן זיך געדרייט מיט פידזשאמעס אויף די גאס לכבוד די גרויסע מדורה. צו איז דער רב לכבוד דעם געבליבן אין עירפארט? אוודאי געוויס אז נישט אבער פאר א חלה דעקל פרעגט מען נישט קיין קשיות.

 

די חתונה

 

די חתונה איז פארגעקומען אין גרויסן ביהמ"ד אין וויליאמסבורג דינסטאג פרשת נשא. ביי די חתונה האט זיך אנטפלעקט אן אינטערסאנטע זאך, עס זענען געקומען מענטשן זיך מיטפרייען מיט די חתונה וואס ביי ר' אהרן קומען זיי נישט, אנגעבליך "די שונאים". עס האט זיך אנגעהויבן א מאסן קאמף מיט די סארט מענטשן, די ערשטע זאך איז מען באפאלן יעדע מענטש וואס האט געהאט א נאז וואס האט געשמעקט אז עס קומט נייע צייטן און געוויזן ווי די בית הכסא איז. אזוי זענען די ארונים ארומגעלאפן און פרובירט מיט אלע מיטלען צו פארטרייבן מענטשן וואס גלייכן דעם ירושלימער רב. ביים טאנצן זעלבסט האט מען דעם אבי החתן גוט צומזיקט די פיס מיטן שטויסן און שטופן, און מען האט זיכער געמאכט אז דער רב זאל נישט קענען טאנצען מיט זיין זון דעם חתן, א זאך וואס ר' אהרן וואלט בלי שום ספק אויפגעשפרינגען ווען ער ווייסט דאס ווען, ווייל ער איז דאך בשיטה געפערליך קעגן צוברעכן משפחות.

 

די חתונה

 

די חתונה איז פארגעקומען אין גרויסן ביהמ"ד אין וויליאמסבורג דינסטאג פרשת נשא. ביי די חתונה האט זיך אנטפלעקט אן אינטערסאנטע זאך, עס זענען געקומען מענטשן זיך מיטפרייען מיט די חתונה וואס ביי ר' אהרן קומען זיי נישט, אנגעבליך "די שונאים". עס האט זיך אנגעהויבן א מאסן קאמף מיט די סארט מענטשן, די ערשטע זאך איז מען באפאלן יעדע מענטש וואס האט געהאט א נאז וואס האט געשמעקט אז עס קומט נייע צייטן און געוויזן ווי די בית הכסא איז. אזוי זענען די ארונים ארומגעלאפן און פרובירט מיט אלע מיטלען צו פארטרייבן מענטשן וואס גלייכן דעם ירושלימער רב. ביים טאנצן זעלבסט האט מען דעם אבי החתן גוט צומזיקט די פיס מיטן שטויסן און שטופן, און מען האט זיכער געמאכט אז דער רב זאל נישט קענען טאנצען מיט זיין זון דעם חתן, א זאך וואס ר' אהרן וואלט בלי שום ספק אויפגעשפרינגען ווען ער ווייסט דאס ווען, ווייל ער איז דאך בשיטה געפערליך קעגן צוברעכן משפחות. (עיין הספד ב' מטות מסעי תש"ע)

 

עס איז געווען נאך א קרבן ביי יענע חתונה, דאס איז געווען דער מאנסי רב ר' חיים יושע, וואס ער האט געהאט די חוצפה צו טאנצען מיטן חתן,אין פאר די עבירה האט ער אריינגעהויבן ווי עס ברויך צי זיין, עס איז אים געווארן געשוואלן זיינע פיס, ווי ער האט עס שפעטער געוויזען פארן רבין. אינמיטן די חתונה איז ר' אהרן אנטלאפן, דאס איז געווען דער ערשטע מאל וואס מען האט געזען ווי שטארק ער איז קעגן נישט גיין צו קיין שמחות פון די משפחה, ער האט דאמאלטס געפילט אז ער מוז צוגיין צי אן אנדערע חתונה, ווייל עס איז וויכטיגער ווי משפחה. ער איז צירוקגעקומען אין געזיצען און די קאר און געווארט אז מען זאל בענטשן, און ווי נאר מען האט גענדיגט טאנצן האט ער זיך באוויזען אויפן אויבן אן אזוי בלאזעדיג און געקוקט און געווארט אויף איבעדרייענישען.

 

זונטאג בהעלותך האט קהל געמאכט שבע ברכות פארן רבין'ס אייניקל, און דעמאלטס האט מען אראפגעווארפן פון ווייבער שול עמרם כהן'ס דרשה, אבער נישט סתם געווארפן נאר די בית המדרש איז געווען ווייס ווי שניי פון אזויפיל קאפיס וואס זיי האבן אויסגעווארפן. ווען דער רבי איז אריינגעקומען צו די שבע ברכות האבן אלע בחורים ארויסגענומען די צעטלעך און געליינט, אוןגעמאכט זעכער אז עס זאל זיין א פורים שבע ברכות.

 

 

***

די לעצטע שבע ברכות אין מערבין שמחה בשמחה.

 

דינסטאג נאכמיטאג האט דער רבי געמאכט די לעצטע שבע ברכות אין בית רחל זאל אויף העיווארד סט. איך מוז מאכן דא א שטיקל הקדמה, זייט מאנטאג נאך שבועות האט זיך דער ר' אהרן אונטערגענומען עפעס א מין כיבוד אב וואס מען האט יארן נישט געקענט פועלן ביי אים און איז יעצט צושטאנד געקומען.

ער איז האט אנגעהויבן אריינגעקומען יעדען צווייטען טאג צום טאטען קיין וויליאמסבורג, און ווען ער איז נישט געווען האט באויפטראגט זיין ברודער שלום אליעזר. ער האט געזאגט דעמאלטס פארן הויז בחור אז ער גייט מאכן א נייעם סדר החיים אין זיין ביזי סקעדזשול, ער גייט דא זיין כמעט יעדען טאג אין אבאכט געגעבן אז ביז ווי לאנג דער ברודער ר' זלמן לייב פארט נישט צוריק זאל דער טאטע חלילה נישט פרובירן צי מאכן א רב אין וויליאמסבורג.

 

די צוויי ברודערס ר' אהרן מיט שלום אליעזר האבן דעמאלטס זיך צוזאמגעפארט אין געקליקט ווי קיינמאל בעפאר, מען האט שטארק שטארק אכט געגעבן אויפן טאטען, יעדע טעלעפאן קאל האט מען פרובירט אונטער צו הערן, און אויב איז איינער פון זיין ברודערס משפחה אריין צום זיידן האט מען שטרענג אנגעקוקט אין געווארנט מיט די אויגן אז איך בין דא אין דערוואג דיך נישט. אזוי פלעגט מען זיצן ביים גבאי טיש, און ווען עס איז נישט געווען וואס צו טוהן איז ער בטעות נישט נכשל געווארן צו פארברענגען מיט די מאמען אדער אפילו א גריס געבען אין מען רעדט דא נאך פארן א.ג. פארשפארן די טיר, פארשטייט זיך ווען דער רבי האט געזוכט מיט איינעם צו לערנען אדער פארברענגען זענען די צוויי אחים הקדושים געווען אין בוידעם פארשפארט.

 

הכלל דעם טאג פון די לעצטע שבע ברכות איז געווען שלום אליעזר'ס רייע צו וואטשן דעם רבין. דער רבי פאר זיך האט געמאכט פלענער אז ער גייט ביי די שבע ברכות מכתיר זיין ר' זלמן לייב פאר רב אין וויליאמסבורג. ער האט געלאזט וויסן פאר משה גבאי'ן אז ער גייט עס דעמאלטס טוהן אין ער זאל זיין גרייט.

למעשה דער רבי האט געדאוונט מנחה אין נאך מנחה האט מען זיך אנגעטאן צי גיין צי די שבע ברכות, אראפגייענדיג פון די טרעפ רופט זיך אן דער רבי צו ר' אביגדור יאקאבאוויטש ע"ה, דו ווייסט איך האב מחליט געווען אז אין מערבין שמחה בשמחה, איך וויל אים אויפנעמען נאך די שבע ברכות נישט בשעת מעשה.

צו עס האט געשמעקט פאר משה גבאי זיכער נישט , אבער אז דער רבי וויל אזוי וועט מען אזוי טוהן.

 

ביי די שבע ברכות זעלבסט איז געווען געפערליך אנגעצויגן, דער ברך משה איז געווען אין זייער א אויפגעלייגטע גוסטע. דער ר' אהרן האט געציטערט צו עס גייט חלילה נישט יעצט פאסירן דאס ערווארטעטע. עס איז געווען א גרויסער גאסט ביי יענע ש"ב דער סקווירא רבי וואס איז געקומען באשיינען די שמחה. די ש"ב האט זיך גענדיגט און ר' אהרן האט אפגעאטעמט טראכטענדיג אז עס איז נישט יעצט צושטאנד געקומען וועט עס שוין נישט זיין, ווייל זיין ברודער פארט דאך שוין צוריק מארגן קיין ירושלים, איז ער אהיימגעפארן אויף מאנרא מיט א רואיג געוויסן אז ער האט ב"ה גוט אכטונג געגעבן אויפן טאטען'ס געזונט.

 

דער רבי איז אהיימגעקומען פון די שבע ברכות און מען האט זיך געשטעלט דאווענען מעריב. דער מאנגאליע שלום אליעזר איז געקומען אבאכט געבן אז עס זאל ח"ו גארנישט פאסירן אין די פאר שעה וואס עס איז נאך פארבליבן פון ר' זלמן לייב'ס וויילן אין אמעריקע. נאך מעריב זענען אנגעקומען צום רבין די דיינים דער ראב"ד שליט"א און ר' זלמן לייב פילאף שליט"א. דער אבאכט געבער שלום אליעזר האט גלייך געפרעגט וואס גייט דא פאר, האט מען אים געזאגט אז עס גייט זיין א מיטונג ביים רבין. דער חכם ארזים זיך געשטעלט אונטערן טיר און געהערט ווי משה גבאי רעדט אויפן טעלעפאן עפעס וועגן עמרם כהן, האט ער גלייך צוזאמגעשטעלט אז מען גייט מאכן א חרם אויף עמרם כהן צוליב די חוצפה'דיגע דרשה א פרייטאג בעפאר, ער איז שנעל געלאפן אין געקאלט אויף מאנרא, מיט דעם געדונגענעם מאטאראלע טעלעפאן וואס ער האט באקומען פון ר 'אהרן, און זיך אונטערגעלאכט אז מען גייט יעצט מאכן א חרם אויף עמרם כהן.

 

נאכן מאכן דעם טעלעפאן קאל איז ער צוריק אריין צום טאטן אין שטוב און ער זעט נישט מער און נישט ווייניגער אז זיין ברודער ר' זלמן לייב איז אנגעקומען אין גייט גלייך אריין צום רבין אין דער רבי הייסט יעדען זיך זעצען. דער רבי באמערקט אז שלום אליעזר איז אויך אין שטוב רופט ער אים צו און איז אים מכבד צו זיצן נעבן זיך, שלום אליעזר האט זיך גענומען מאכן פאקסן אבער דער רבי האט אים געזאגט, איך האב דיך נישט געפרעגט וואס צי טאן, זאלסט זיך אראפזעצן האב איך געהייסן.

ווען יעדער איז שוין געזעצען נעמט דער רבי ארויס א בריוו פון ביזעם טאש געשריבן מיט זיין אייגנעם שריפט און הייבט אן זאגן, איך האב אייך דא גערופען ווייל איך וויל אויפנעמען מיין זון ר' זלמן לייב פאר רב דא אין וויליאמסבורג אין די קהילה, איז איך האב אפגעשריבן א בריוו וואס איך וויל אז איר דיינים זאלט עס מאשר זיין. דער רבי הייבט אן פארליינען דעם באקאנטן בריוו הנני .......... אשר על כן פירט דער רבי אויס בעט איך אז איר זאלט דאס אונטערשרייבן, די דיינים שרייבן אונטער דעם צעטיל, און עס ברעכט אויס א קול רינה וישועה באהלי צדיקים אין דער רבי נעמט אפ מזל טוב פונעם ציבור.

דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט  טאנצן און ארומלויפן די שטוב מיט אזא שמחה וואס מ'האט נאך קיינמאל בעפאר נישט געזען. ווען מ'האט געפרעגט דעם רבי'ן נאכדעם פארוואס ער האט זיך אזוי אנגעשטרענגט מיטן טאנצן, האט דער רבי געזאגט, דאס איז מיין גרעסטע שמחה אין מיין לעבן.

 

 

מען שטעלט לחיים מיט לעקעך דער רבי מאכט א ברכה אין געט לחיים פארן נייעם רב און ווינטשט אים אן זייער ווארעם אז ער זאל האבן סייעתא דישמיא אין די זכות אבות זאל אים מגין זיין אז ער זאל קענען מרחיב זיין גבולה דקדושה אין ער זאל זוכה זיין צו מגדל זיין תלמידים ווי עס פאסט זיך פאר אונזערע אובות הקדושים זי"ע, און דער רבי געט לחיים ווייטער פאר די דיינים, און שלום אליעזר האט נישט קיין ברירה אין געט אויך לחיים און ווי נאר דער רבי געט אים לחיים געט אים דער רבי א פרעג שמעקט דיר נישט, הא? ער ענטפערט נישט נאר אנטלויפט ווי א ביבער, און קאלט אן קיין מאנרא אז עס איז צרות עס האט יעצט פאסירט דאס שרעקליכסטע און הייסט מען זאל שוין איבערגעבן פארן רב די ביטערע בשורה.

 

אונזער ר' אהרן איז פונקט דעמאלטס געזעצן ביי א בר מצוה פון ר' בנימין יצחק גליק אין שאפינג סענטער, ווען אינמיטן לויפט צו צום רב צדוק שפיצער און רוימט אים אריין אין אויער די ביטערע בשורה. ר' אהרן וויל זיך געבן א הייב אויף פון זיין פלאץ אבער ער איז אראפגעפאלן אויף די ערד בלאסערהייט.

ער האט גע'חלשט אויפן ארט. מ'האט געשריגן הצלה, און צדוק האט אים אויפגעהויבן. דער שוטה הייבט אן ארויסלויפן ווי א שיכור אן א נאך ברכה מיט קעיק ברעקלעך אויף די בעקעטשע אין לויפט אריין און די קאר זיך צו פארבונדען מיטן יועץ פרטי און מיטן טאשן שניידער זען וואס מען קען ראטעווען
.

 

 

נאך די אויפנאמע פון ר' זלמן לייב איז ר' אהרן באמת געווען שטארק צוקלאפט און צושלאגן. דער טיפש לישע האט אים גע'עצה'ט אז ער זאל זיך גוט אויסוויינען פאר'ן טאטן אז ער ליידט רדיפות אין קרית יואל, דער שוטה האט אזוי געטאן, אבער דער טאטע האט אים געפרעגט וואס פעלט דיר דארט, זאגט ער מען שרייט מיך נאך, פרעגט דער טאטע וואס שרייט מען זאגט ער יוסל וואלדמאן שרייט מיך נאך אויף די גאס, כבד את אביך...

 

 

א טאג נאכן אויפנעמען ר' זלמן לייב פאר רב, איז פארגעקומען אן א אסיפה אינעם כולל אין קרית יואל ווי עס האבן זיך אויפגעשטעלט דרשנים וואו דער עולם האט זיך געהאלטן ביי די זייטן. ביים פארופען דעם אסיפה האט מען פארשפרייט אז ר' ברוך מיללער שליט"א גייט רעדן בנוגע דאס רבנות אין ווילאמסבורג. למעשה האט דער רבי דער ברך משה אים אנגעקאלט אין אים געזאגט אז ער זאל זיך נישט דערוואגן צו רעדן איבער די נושא פון רבנות, ער האט טאקע געפאלגט אין נישט אויפגעטרעטן. די ארונים האבן דעמאלטס פארשפרייט אז דאס איז געווען ברוך מרדכי לעבאוויטש'ס ארבייט מיט משה גבאי'ן ווי ער האט נאכגעמאכט דעם רבין'ס קול. דעמאלטס האט אויפגעטרעטן דער צעדרייטער עקיבא וויינשטאק דער שמיני עצרת תהילים זאגער הידוע, וואו ער האט אראפגעלייגט דעם רב'ס צדקות און ווי מען טרויעט זיך אפילו זיך ארומצושפילען מיט אזא איינעם. איינע פון די זאכן וואס ער האט דארט געדרשנט איז געווען , אז ער האט אראפגעלייגט דעם סדר היום פונעם רב, אנהויבענדיג אז ער שטייט אויף פארטאגס (שוין נישט גערעדט צי די זאך ווי מיר האבן שוין געשריבן אין אנפאנג) און אזוי ווייטער אז ער דאווענט שחרית יעדען טאג, און אויך דאווענט ער מנחה מעריב, און ביינאכט איז ער פארנומען מיטן כלל עד אין שיעור און די שיינע פשעטלעך וואס ער מאכט. 

 

אן אנדערער בעל דרשן איז געווען שלום מאיר עקשטיין, א ברודער פון דעם שלעגער און טעראריסט דוד עקשטיין, וואס איז געגאנגען אין די כוללים האלטן דרשות. ער איז גענוצט געווארן אלס א שעיר לעזאזל, ווען עס האט זיך אויסגעפעלט איינער זאל זיך ארויסשטעלן איז ער געווען דער חכם. למשל ווען ר' אהרן האט באשלאסן אז די ועד להצלת יהודי תימן איז נישט אונטער זיין נשיאות ווייל יצחק חיים פריינד איז נישט געווען זיינס א מענטש, האט ער געוואלט מייסד זיין א נייער הצלת יהדות תימן האט ער דעמאלס ארויסגעשטעלט דעם שלום מאיר עקשטיין, וואס ער האט ארומגעשיקט צו האלטן דרשות אין אלע סאטמארע כוללים. דער שלום מאיר האט א גרויסע מעלה ענליך צו ר' אהרן, ער איז א מנוול מיט שארפע אויגן, ער קען רעדן זייער לאנג און רעדט שטייט אויך, אבער נאך א גאנצע דרשה ווייסט קיינער נישט וואס ער האט געוואלט, א עכטער חלה דעקל. ער האט געהייסן א מגיד שיעור אין די מתיבתא, בעיקר האט ער זיך אפגעגעבן מיט די ארגענטיע בחורים אין די מתיבתא און מיט די יונגעלייט פון ארגענטינא ביז ער האט זיך צוקריגט מיט זיין שוואגער ר' פייוויל סופר אב"ד באונעס איירעס. על כל פנים אין קרית יואל אינטען נעבן די מקוה דארט האט ער געהאט א שטיבל וואו ער פלעגט האבן א שיעור פאר די ספרדים און דארט איז ער ארויס זייער שארף און אפן קעגן משה גבאי, דער שלום מאיר האט דעמאלטס צוזאמגערעדט שטותים אז די ארונים זענען אנטלאפן אינמיטן זיין רעדן. עס איז כדי איבערצוהערן דעם טעיפ, דאכט זיך אז עס איז נאכנישט געווען אזא צורקיס אין סאטמאר בעפאר... מענטשן זענען געלעגן אויף דער ערד פאר געלעכטער.

 

מיטוואך נאכט האט ר' אהרן געמאכט א מיטינג פון זיינע מטורפים ביי זיך אין בעיסמענט אויף סאנז קט. עס איז געפארן א באס פון וויליאמסבורג מחזק זיין דעם רב, די גרושים מיט קארצאג און אלע אנדערע היצקעפ. דארט האט ער האט אפען דערקלערט אז דער טאטע ווייסט נישט בחייכון וביומיכון, און ער ווייסט נישט פון קיין זונטאג און פון קיין מאנטאג. ער האט דארט געזאגט אז דער טאטע איז א גנב און ער איז אים נישט מול.

לייג צי מער פון די מיטינג פון די חוצפה'דיגע ווערטער וואס ער האט זיך דארט באנוצט.

דער משוגענער האט דארט אויפגעהעצט די געמיטער אז משה גבאי מיט אליעזר קעסטנבוים האבן זיך אנגעפאקט די טאשן אויפן חשבון פונעם ציבור, זיי האבן זיך אוועקגעכאפט או די עי, פון די מוסדות, און געגנב'ט דעם גאנצן קרית ויואל משה. ער האט געזאגט אז דער טאטע האט אים אוועקגענומען דאס רבנות וואס איז זיינס וואס על פי הלכה קען מען נישט מאכן א רב אויס רב, דעריבער מאכט ער יעצט א מחאה כדין, און געזאגט פלניא גזלנא ולמחר תבענא ליה בדינא
.

 

ער האט דעקלערט אז ער איז א זון און ער איז מציוה אויף כיבוד אב, במילא מוז ער זיין שטיל, אבער עטס קענטס טאן וואס עטס האטס צו טאן.

עס האט געהערשט דארט א שרעקליכער צומישעניש, מענטשן האבן נישט געגלייבט וואס זיי הערן פון א זון אויף א א טאטען און נאכדערצו זייער רב וואס ברויך זיין א סימבאל.

 

אזוי ארויסגייענדיג האט זיך משה אהרן שטיינבערג אונטערגעמורמעלט פאר איינעם אזוי שמייכלדיג, אז אויב דעס הייסט שווייגן דעמאלטס וואס מיינט רעדן?!

 

דאנערשטאג איז געווען דער שטורעמישסטער און גורל'דיגער טאג פון די "חלוקה אין סאטמאר". ר' אהרן האט גערופן אלע געשוויסטער וואס זענען אויף זיין זייט ביים רבי'ן אין הויז. דארט איז געגאנגען פייער ער מיטן ברודער שלום אליעזר מיט די שוועסטער פון מאנטריאל זענען געקומען אנגעלאדענט מיט פולווער, דער פלאן איז געווען אז ער וועט פארלאנגען אז דעס רבנות איז א שפיצעל פון משה גבאי'ן און זיי ווילען נאר טשעפענען ר' אהרן, און דער רבי זאל צוריקצוען פון דאס רבנות. למעשה האט דער רבי דער ברך משה נישט געלאזט אז מען זאל מאכן פון אים דאס גענאר.

 

אנגעהויבן האט זיך עס אז עס איז אנגעקומען די מאנטריאלע רעבצין, און זי נעמט שלום פון רבין און דער רבי פרעגט איר פארוואס זי איז דא? האט זי גענטפערט אז עס גייט זיין א מיטונג מיט אלע קינדער אן ר' זלמן לייב, דער רבי רופט זיך אן גלייך אז אן ר' זלמן לייב איז נישט דא קיין מיטונג, אויב איז דא א מיטונג פון די קינדער איז זלמן לייב אויך א קינד, אז נישט איז נישט דא קיין מיטונג. זי האט געכאפט דאס קדחת.

ברכי איז נאך דעמאלטס געווען פארקויפט פאר ר' אהרנ'ס כאריזמע, אבער זי האט בלית ברירה מסכים געווען און געזאגט געצווינגענערהייט אז טאטי וויל אזוי איז זי מסכים. האט זי אריינגעשלעפט די רעבעצין די מאמע און אנגעהויבן צו בעטן וויינעדיג אז משה מיט אליעזר טשעפענען אהרן פאר גארנישט און נאר פארדעם מאכט מען זלמן לייב פאר רב. די מאמע האט געשריגן הער אויף צו פארדרייען א קאפ, און  דער רבי האט זיך אויפגערעגט אין געזאגט שטרענג אז אויב ביסטו געקומען אהער וועגן ר' זלמן לייב צו מאכן אויס רב, קענסטו שוין אהיימפארן
.

 

די מיטונג האט שוין באקומען א נאך טעם, אבער מען געט נישט אויף, מען רופט אריין ר' אהרן צו די מיטונג און מען הייבט זיך אן צו טענה'ען. די ערשטע באמבע טענה איז אז אזוי ווי דער טאטע האט אים געגעבן דעם אויסוואל זיך צו וועלן וויליאמסבורג צו קרית יואל, וויל ער יעצט זאגן פארן טאטען אז ער וויל ענדערש וויליאמסבורג, דער רבי פרעגט אים גלייך דו האסט דיך געזאגט אז דו ווילסט ק"י? ענטפערט ר' אהרן איך האב עס קיינמאל נישט געזאגט, (נישט דער ערשטער ליגענט פארן טאטען) פרעגט אים דער רבי דו האסט נישט געזאגט פאר יוסף מרדכי בערקאוויטש אז דו ווילסט קרית יואל? ניין ענטפערט ער אזוי קאלטערהייט. ר' ליפא הייבט צו שרייען דו זאגסט ליגענט פארן טאטען, דער רבי זאגט וואס האט מען זיך צו טענהן לייג ארויף יוסף מרדכי אויפן טעלעפאן לאמיר הערן וואס ער זאגט. אזוי האט מען געטוהן, מען האט געלייגט יוסף מרדכי אויף ספיקער און געפרעגט צו ר' אהרן האט אים געזאגט אז ער דארף ענדערש קרית יואל? ענטפערט ער אוודאי האט ער מיר אזוי געזאגט, רופט זיך אן ר' אהרן אז עס איז נישט אמת, האט אים יוסף מרדכי דערמאנט פונקטליך וואו און ווען ער האט עס געזאגט. אונזער ר' אהרן האט זיך געזען און א קארנער, רופט ער זיך אן אז ער האט זיך געטוישט זיין מיינונג, און יעצט האט ער באשלאסן אז ער וויל וויליאמסבורג. פרעגט אים דער רבי וואס מאכסטו זיך נאריש. דו גייסט יעצט אריינמופן אויף ווילאמסבורג ווען דו און דיינע קינדער זענען שוין באזעצט און ק"י. וויאזוי ארבייט דאס? וואס מאכסטו פון דיין קאפ א שופר? ענטפערט ר' אהרן אז וויליאמסבורג האט אסאך מער מענטשן; מענטשן פרעגט דער רבי? וואס איז דאס מענטשן? ווי איז דיין ערנסקייט? פאר אביסל מער מענטשן פירסטו דיך אזוי אויף? מענטשן?

 

ר' אהרן זעט אז דאס ארבעט נישט גייט מען א אנדערע וועג. שלום אליעזר הייבט אן זאגן אז ביים טאטן אינדערהיים מאכט יעקב בער פאשקעווילן אויף אהרן. וואס הייסט פרעגט דער רבי? נעמט שלום אליזער ארויס א פאשקעוויל ווי עס שטייט אויפגעשריבן אהרן טייטלבוים משכב זכר, דער רבי טוט אן די גלעזער און געט א קוק און געט א שריי פוי! דאס האלטסטו אין טאש דו שעמסטיך נישט? דאס צעטיל האט די רבי געגעבן א ווארף און געשריגען אן עקל. אינמיטן איז אריינגעקומען משה גבאי דער ר' אהרן האט זיך גענומען שטורעמען אז ער מוז ארויסגיין, אבער דער רבי רופט זיך אן אז ער מוז נישט ארויסגיין ער קען דייקא דא בלייבן, אז דו ווילסט קענסטו ארויסגיין, רופט זיך אן ר' אהרן אז ער ליידט זיך אן פון דעם וואס ער נעמט זיך אן פארן טאטען, פרעגט אים דער רבי דו ליידס דיך אן? ווייזט דער רבי אויף משה גבאי'ן אים האט מען געהארגעט וועגן מיר. משה נעמט דאס ווארט אין זאגט פארן רבין אז דער ר' אהרן האט זיך ארומגענומען מיט מענטשן וואס ווילן אז ר' אהרן זאל זיין רב הצעיר און זענען בכלל נישט מסכים וואס דער רבי וויל אז ר' זלמן לייב זאל זיין רב און ווילאמסבורג. דער ר' אהרן האט אנגעהויבן לייקענען שטיין און ביין אז ער ווייסט נישט פון גארנישט, האט משה גבאי געזאגט פארן רבין אז ר' אהרןס נאנסטע מענטשן מתתי' דייטש איז ארומגעגאנגען זאגן פאר די בר מצווה און ירושלים אז ר' אהרן גייט מאכן פון ר' זלמן לייב א סענדוויטש. פרעגט דער רבי ר' אהרן ווער איז דאס דער מתתי' דייטש? ענטפערט ר' אהרן אז ער ווייסט נישט ווער ער איז, איר הערט ווערטער? ר' ליפא האט דערלאנגט דעם ר' אהרן פארן נישט וויסן ווער מתתי' דייטש איז. משה פארציילט ווייטער פארן רבין אז ר' אהרן האט זיך אויפגעשטעלט דרשענען אז דער טאטע ווייסט נישט בחייכון וביומיכון און דערקלערט פלניא גזלנא, דער רבי ווערט דא אביסל צוקלאפט און פרעגט ר' אהרן אזוי רעדסטו? ענטפערט ר' אהרן אז דער טאטע האט מיר אזוי געזאגט אז דער טאטע פארגעסט. רעגט זיך דער רבי אויף איך מעג עס זאגן אבער דו זאגסט עס? האט זיך אנגעהויבן א שקל וטריא פון דעם פלניא גזלנא, דער רבי פארשטייט נישט וואס מען רעדט וואס מיינט דאס? האט מען אים געענפערט פאר א דין תורה , פרעגט די רבי וואס פאר א דין תורה? האט ר' זלמן לייב אנגערופן אז ר' אהרן פלאנט מיך צו רופן צו דין תורה נאכדעם פון יקרבו ימי אבל אבי. באמבע, דער רבי האט געגעבן צו הערן פאר דעם ר' אהרן אז ער זאל זיך נישט דערוואגן אפילו.

נאכדעם איז ר' אהרנ'ס חיים הערש, וואס האט אזויפיל שכל וויפיל זיין טאטע זיך גענומען שרייען אז משה נעמט אלע שונאים פונעם טאטן. פרעגט דער רבי דעם חיים הערש'ן, ווער האט דיך געפרעגט, אבער חיים הערש שרייט ווייטער אז מיכל שטעסל האט געמאכט א דאמי און נאך אזעלכע שטותים, אבער ר' אהרן האט אים געוויזן ער זאל אויפהערן, ווייל ער מאכט נאר ערגער.

 ר' אהרן הייבט אן פירן א אפענעם קאמף קעגן טאטן. 

 

 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2010 00:14 לינק ישיר 

רחמנא ליצלן צו ליינען דעם מוסדות תבל.

ער שרייבט אזעלכע געפערליכע זאכן אז מ'דארף זיך קורע זיין דערויף.

שומו שמים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/7/2010 20:42 לינק ישיר 

איך רייב מיך די אויגן
איך האב נישט קיין ווערטער
ווי ראדני קינג דרוקט זיך דארט אויס

איין תשעה באב, דער טאג פון חורבן בית מקדשינו צוליב שנאת חנם, קען מען נישט נעמען א ברעיק פון די עקלדיגע מחלוקה?
עס איז א שאנדע, אז ''לכבוד תשעה באב'' גיבט מען ארויס ארטיקלען קעגן א חסידישע פיינט
ווי ווייט קען די שנאה פירן א מענטש
 
משיח מיז שוין קומען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/7/2010 00:52 לינק ישיר 

וואס פארשטייסטו נישט, הקריאה מעורר הזמן

בימים ההם ובזמן הזה

 

ברוך אלקינו שהבדילנו מן התועים




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואס צו ליינען תשעה באב (נאך פארמעגליך פון אמאל)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext