בית פורומים כל העולם כולו

לכבוד ט' באב פעטישן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/7/2010 16:24 לינק ישיר 
לכבוד ט' באב פעטישן

ב"ה

היות דער יום שריפת בית אלוקינו דערנענטערט זיך, דער טאג וואס דער ביהמ"ק איז חרוב געווארן צוליב שנאת חנם, בין איך דער אונטערגעשריבענער, מיך מקבל אז פון היינט חצות ביז א טאג נאך תשעה באב חצות, גיי איך נישט באזוכן קיין שום היידפארק פורום אדער סיי וועלכער וועב סייט וואס קען ענהאלטן לשון הרע, הלבנת פנים אדער מחלוקה,

איך ווייס אז די סארט וועב זייטלעך קען אסאך מאל זיין זייער עדיקטעט, אסאך מאל אויב ס'גייט דורך א שעה אומגעזען היידפארק שפריגנט מען פון די הויט אז אפשר האט מען פארפאסט א היסטארישע נייעס אדער אפשר דארף מען צוריק ענטפערן א גוטער אנטווארט וואס ליגט מיר אויפן צינג, צו מיין קעגענערס ארטיקל, וועל איך מיך אבער שטארקן איבער מיין געוויסן און איך וועל בלי נדר פאר די 48 שעה נישט קוקן אויף די וועב-זייטלעך

איך וועל איך פרובירן ווי ווייט מעגליך, אין די 48 שעה, אינדרויסן פון די ראמען פון היידפארק, נישט צו רעדן מיט קיינעם קיין שום עניני מחלוקת ופאליטיק,

איך האף אז דאס וועט זיין לזכות און דאס וועט זיין מיין חלק צו מקרב זיין די גאולה,

והימים האלו יתהפכו לימי שמחה בב"א.

ראדני קינג


רבותי! רופטס ענק אן ווארעם און מאכטס א קידוש השם! אויב איר האט מער ווי איין ניק ביטע שרייבט אייך אונטער מיט אלע אייערע ניקס כדי להרבות כבוד שמים!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/7/2010 18:54 לינק ישיר 

פין זאלי'ס פארום - די זעלבע אשכול
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2810530&forum_id=21016


אגב
די אלע וואס קומען דא אן נאך חצות זאלען זיך האלטען רואיג
זיי האבען גארניטש פארפאסט די לעצטע 48 שעה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/7/2010 02:33 לינק ישיר 

כ'האב געזעהן דעי פילם וואס דו ברענגסט, זיסקייט
איך פארשטיי נישט ווי ס'קומט צו ווייזן "אין הונדערטער שולן אין אמעריקע"
ס"ה איז דאס א קאמפיין פון א קירוב ארגאניזאציע
אגב זעהט מען דארט אויך ווי א בעלזער פון מאנסי פארט ארום פארשפרייטן אידישקייט נוסח ליובאוויטש
און ער רופט זיך "די טרעוועלינג חסידים"
(מ'קען זעהן נאך א מאווי דארט ווי מ'גייט באזוכן אין פולין די קאנצעטראציע לאגערן, ס'איז גאנץ אינהאלטספול און רירענד)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2010 07:59 לינק ישיר 

13HOOPER
נאר אויב עס קימט נישט ארויס א דעסיזען פין דעם קארט of אפיעלס וואס מען ווארט עני טאג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 23:36 לינק ישיר 

איך האב באקומען אין אימעיל א לינק מיט א פרי תשעה באב ווידיא "ווייפינג עי טיער". איך האב עס נאכנישט געזען, סאו איך ווייס נישט וואס דאס איז. זיי ווייזן עס אין הונדערטער שולן איבער גאנץ אמעריקע.

http://www.kiruv.com/toolsForSharing/ProjectInspire/Wiping_A_Tear.asp



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 23:29 לינק ישיר 

זיסקייט שרייבט אונטער מיט טרויער אויפ'ן ביטער'ן חורבן איבער וועלכן מיר טרויערן שוין פאר אזויפיל יארן.

מיר זענען צו שאנד און צו שפאט אין א פינסטערן גלות. יעדער איינער האט זיך זיין פעקל צרות.

זאל שוין דער רבונו של עולם שיקן די גאולה און אונז צוריקפירן צו אונזער הייליג לאנד און מיר זאלן קיינמאל מער נישט וויסן פון קיין צרות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 22:23 לינק ישיר 

ראדני, ביסטעך אזא שייגץ

אידן פאסטן שווער ת"ב, דער איינער היידפארק איז איינע פון די פלעצער צו דורכשטיפן דעם טאג, פארגינסטו אויך נישט?

אז ס'שוין יא אזוי, איז מיר שוין נישט אזא נסיון צו זיצן אויף היידפארק, ווייל ס'וועט דאך סיי ווי נישט זיין קיין מאטריאל וואס צו ליינען, אויב אזויפיל שרייבער שרייבן נישט

ע"כ

דא האסטו מיין חתימה,

בלי נדר

קושקע

זיך זעהן ווידער נאך תשעה באב האפנטילך בירשולים הבנוי'




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 20:43 לינק ישיר 

איך וועל מיך אנשטרענגן בלי נדר!! א_לעמעלע. איך זע דער עולם רופט זיך צוביסלעך אן ווארעם, א מורה'דיגן קידוש השם! מחשבה טובה הקב"ה מצטרף למעשה כש"כ וכש"כ אז דער עולם איז זיך מקבל בחתימה, בזכות זה זאלן מיר נאך זוכה זיין צו הערן דעם שופר של משיח נאך איידער מ'הייבט אן צו קלאגן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 19:54 לינק ישיר 

איך וועל זיכער פרובירן,

סקאטמאלען 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 19:32 לינק ישיר 

למען השלום




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 19:24 לינק ישיר 

כ'האף נישט ארייצוטרעטן דא די נעקסטע שטוק צייט
לויט די הלכה פסוקה אין שו''ע טאר מען נישט די מעת לעת פין תשעה באב זיך באשעפטיגן מיט סיי וועלכע זאך עס איז מסיח דעת פין אבילות
ניק דיןתורה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2010 19:16 לינק ישיר 

FiveBoro



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2010 19:00 לינק ישיר 

בלנ"ד

קראך הוט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 16:51 לינק ישיר 

גם אני מצטרף בלי נדר

 

וואלן ס"ח




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 16:43 לינק ישיר 

ראדני_קינג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 16:40 לינק ישיר 

ראדני ביזט מכובד צו זיין דער ערשטער... מ'איז נישט יוצא מיטן ארויפלייגן די פעטיציע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > לכבוד ט' באב פעטישן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext