די זאלי'ס פארקויפן שוין ווידער שקרים וכזבים אויפ'ן רבי'ן ז"ל
און די קינדער פארום איז די לעצטע 2 טעג געווען א דעבאטע, און ליכט פון די נייע מילך וואס די ליבאוויטשער האבן מסכים געווען ארויף צו לייגן דעם פורים בג"ץ הכשר, איז געווארן א דעבאטע וואספארע מילעך דער רבי ז"ל בעל דברי יואל האט געטרינקען, פאר ווער ס'געדענקט נאך אז מע טאר נישט משנה זיין פון רבי'ן ז"ל'ס עסן און טרינקען
איז דארט אויפגעקומען איינער פון די בחורים פון קווינסער ליידיגייערס, מיט א חידוש אז דער רבי ז"ל האט בכלל נישט געטרינקען מילך, ע"כ השקר
איך האב זיך נישט געפוילט און אנגעקאלט 4 הויז בחורים פון רבי'ן פון די יו"ד יארן מיט די שאלה
האט דער רבי געטרונקען יעדען טאג צופרי א קאווע? איז די תשובה געווען יא
וועלכע מילעך איז דאס געווען? האבן אלע 4 מיר גענפערט גאלדן פלוא מילעך
צווישין די 4 איז אויך דער באוויסטער עזריאל וואס לשיטתם איז ער דער נאמן אבער דאך האט ער גענפער אז דער רבי האט געטרינקען א קאווע מיט גאלדן פלוא מילעך,
קומט דער קינד פריש און שרייט אז דער רבי האט נישט געטרינקען קיין מילעך בכללות
יעצט בלייבט איבער צו זהען וואס דער תירוץ גייט זיין אז דער רבי ז"ל'ס מילעך איז שוין היינט נישט גוט
אדער ווי מ'רופט דאס הא לן והא להו
נשלח ב-23/7/2010 09:08
א שאד זיך צו טענה'ן מיט די היפאקריטן! די בעסטע זאך איז, ווען מ'שטייט אין די זייט און מ'קוקט....
די מילך איז נישט די ערשטע זאך וואס זיי ווילן משנה זיין פונעם רבין ז"ל'ס מנהגים.... איינער געדענקט נאך די גרעיפ זדשום מיטן הכשר פון בג"ץ????.....
נשלח ב-27/7/2010 19:34
איך האב היינט געטראפען הרה"ח ר' חיים אלטר בראך זאל זיין געזונט און שטארק, וואס איז געווען א משמש ביים רבי'ן בעל דברי יואל, און איך האב אים גפרעגט די שאלה, האט דער רבי געטרינקען מילך און פון וועלעכע קאמפעני, די תשובה איז געווען בזה הלשון "איך האב יעדען טאג געמאכט א קאווע פאר'ן רבי'ן מיט גאלדן פלו מילך"
והמפורסמות אין צריך ראי' אבער די מענטשען וואס האבן א בלינדע שנאה אויף די "אנדערע זייט" וועלן פארקויפן א שקרים אפי' ווען די לעבעדיגע וואס געדענקען שרייען פארקערט און ממילא איז נישטא מיט וועם זיך צו טענען, ביי זיי איז דער רבי גוט נאר צו שטויסען יענעם, לאמיר אלע שרייען הויך "השנאה מקלקלת את השורה"