בית פורומים אידישע געדאנק

להסיר מכשול: שפע אפעטייזינג - מוסקאווי בית השחיטה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/7/2010 18:11 לינק ישיר 
להסיר מכשול: שפע אפעטייזינג - מוסקאווי בית השחיטה

איך וויל מעורר זיין פארן ציבור המדקדקים בכשרות, אזוי ווי ס'דא אסאך אידן וואס עסן התאחדות השגחה אבער זענען מקפיד נישט צו עסן פון די קרית יואלע מוסקאווי שחיטה, - דאס שפע אפעטייזינג האט התאחדות השגחה, אבער וואס זיי שרייבן נישט איז, וועמען'ס שחיטה זיי נוצן, און מענטשן זעענדיג התאחדות שטעלט מען זיך פאר אז דאס איז אויך פון התאחדות פליישן, דעריבער לכל מאן דבעי למידע, איך האב אריינגערופן די שפע אפעטייזינג מברר זיין, אין דעס בין איך געוואויר געווארן, אז זייערע פליישיגע פראדוקטן זענען קרית יואלע מוסקאווי שחיטה (ווייל דעס באקומען זיי לכאורה די ביליגסטע, אויב אלץ הידור וואלטן זיי עס ארויסגעשריבן אויפן לעיבל).

ובזה יצאתי ידי חובתי.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 22:56 לינק ישיר 

איך האב געקאלט התאחדות כשרות אפיס אין איך האב געלאזט א שיינע מעסעדש אין די מאשין פרעגן וואסערע פלייש מניצט ביי שפע אין מיט דעם איז עס געבליבן


תוקן על ידי kj1234 ב- 28/07/2010 22:58:46




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 22:30 לינק ישיר 

רשכבהג שרייב נישט קיין זאכן פאר די ביסט עס מברר, צענדליגער מענטשן וגם אני בתוכם האבן אריינגערופן צו שפע און זיי האבן קלאר געזאגט פאר יעדן איינעם אז די פלייש איז פון מאסקווי קעי זשעי שחיטה , אויב די האסט ספיקות דאן רוף קודם אן פאר די שרייבסט דערוועגן אדערדר זאג ניטש גארנישט

נאר וואס דען מען דארף אויך אנרופן דער בעל מכשיר ר' הילל וויינבערגער, לויט ווי איך האב ביז יעצט געהערט אז ווער עס רופט אים נאר אן דערוועגן שיקט ער אז מען דארף רעדן צו די משגיח...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 20:52 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס די ווילסט איך האב אליין געקאלט זיי אין זיי זאגן אז זיי האבן ק"י פלייש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 20:23 לינק ישיר 

איך בין אמאל געווען און א שלאכט הויז ווי עס זענען געקומן באזיכען דארט פארשידענע סארט באזיכער, איינמאל, ס'איז דורך א פאר טאג נאך עפעס א געוויסע באזיך, און מען הערט, עס הייבט זיך אן א שעריריא איבער דעם שלאכט הויז, וואס איז? מענטשען וואס זענען דארט געווען האבן פארציילט אז זיי האבן אליין געזען ווי מען שנייד אפ די פיסלעך פון די הינדלך נאך פאר מען באקוקט די הינדל פון אינעוויינוג, קומט דאך אויס אז אויב טרעפט מען א הינדעל שפעטער טרפה ווייסט מען דאך נישט וועלעכע פיסלעך עס האט באלאנגט צי דעם הינדעל קומט אויס אז מען פארקויפט טרפה'נע פיסלעך,
עס זעט טאקע אויס שרעקעדיג, ניין?
וועל איך אייך פארציילען וואס די מעשה איז,
גאנץ פשוט, טראכט נאר אריין איין מנוט, א יעדע הינדעל וואס מען פארקויפט האט צוויי פיסלעך אויף זיך,
פיסלעך פארקויפן, איז קליין און מספר, און אביסל גרעסער, און געוויסע צייטן און יאר, אלזא וואס טוט מען מיט אזויפיל פיסלעך? דער תירץ איז אז מען ווארפט דאס אוועק אזוי ווי מען ווארפט אוועק אנדערע חלקים פונעם הינדל, נאר איינמאל א וואך וואס מען ווארפט עס נישט אוועק און טאקע דענסמאל לאזט מען די פיסלעך אויפן הינדעל, ביז נאכן כשר מאכען,
וזה בא ללמד על הכלל כלו,
אז ווי לאנג מען איז נישט חוקר בשבע חקירת ודרישת און נישט נאר מיט איין חקירה'לע,
טאר מען נישט האבען א חלק און דעם, אמת, אז א יחיד ווען ער הערט א לשון הרע אויף א הכשר מעג ער אויף זיך מחמיר זיין, נישט ווייל די לשון הרע איז זיכער אמת, נאר אפילו נאר אויף א ספק איז געזאגט געווארן והמחמיר תבא עליו ברכה, אבער אויף מפרסם זיין איז שוין דא אוודא, אז די מאכסט שאדן פאר א איד, א קעגען א ספק, ווי געזאגט אויבן ווילאנג מען מאכט נישט קיין גרינטלעכע חקירה ודרישה עיין בהמעשה שהבאתי לעיל איז עס נאך בגדר ספק,


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 28/07/2010 20:27:00




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 06:06 לינק ישיר 

זיי נישט ברוגז אבער איך האב געקאלט אין זיי האבן מיר קלאר געזאגט אז יא זיי ניצן ק"י פלייש

אין נאך אזאך האב איך היינט געהערט אין שיל אז אנהויב ביז די שיינע מעשים אין ק"י שעכט הויז איז ארויס געקימען האבן זיי געשריבן אויפ'ן דעקעל אז סאיז ק"י פלייש נאר נאכדעם וואס מענטשן האבן אנגעהויבן כאפן וואס דארט גייט פאר האבן זיי עס אראפ גענימען פינעם דעקעל "אז נישט יעדער זאל וויסען מזאל מיינען אז סאיז נישט פין דארט"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 05:29 לינק ישיר 

איינער האלט מיך פאר און אישי היתכן איך מאך אזוי אוועק די גאנצע מעשה,
וויל איך אייך זאגען איינס האט שוין געכאפטער אויבן געשריבן, וז"ל האט איינער שוין געקאלט הרה"ג ר' הילל וויינבערגער שליט"א פרעגן איבער די מעשה? צווייטענס איז דעס טאקע א ענין וואס דארף באהאנדלט ווערען דא אויף היידפארק? פאר מען לאזט ארויס אזעלעכע סטעטמענטס אויפן חשבון פון א צווייטן איד דארף מען עס גוט חוקר ודורש זיין, ווארום: שטעלט אייך פאר אז די מעשה איז נישט אמת האט איר סתם שאדן געטון פאר א איד,
איי איינער שרייבט אזוי און היידפארק און דא דארף מען מציל זיין אידן פון א מכשול, וויל איך אייך מודיע זיין אז א ניק און היידפארק האט נישט קיין דין נאמנות איינס ווייל ער איז א ניק און נישט קיין מענטש און אנדערע ווערטער די ווייסט בכלל נישט מיט וועם די שטייסט און ווארט, ציאיז דאס גאר אזא איינער פינקט וואס די וואלסט גאר נישט פארטוישט א ווארט, און אפשר איז ער ניטאמאל באגלייבט אפילו ווען ער שרייבט ארויס זיין נאמען,
און יעצט אפילו אלעס איז טאקע גערעכט און לאמיר זאגן אז דא איז דאס פלאץ ווי עס דארף באהאנדלט ווערן, אבער וויבאלד איר האט נישט געטון כאטשיק אביסל אייגענע האם ווארק זייט נישט מגיב בשעת ווען ביי אייך איז די גאנצע זאך נישט אזוי נתאמת געווארן וואס דעמאלטס איז דאס ביי אייך א ספק פון שאדן מאכן פאר א צווייטן איד,
אלזא: איך האב נישט מברר געווען גארנישט איך ווייס נישט וואס דער אמת איז און עס איז מיר אויך נישט נוגע געווען ב"ה ביז היינט, און פאר די וואס מיינען דעם תכלית גייטס אריין און די זאך און טוטס די ריכטיגע פעילות סיי חקירה ודרישה און נאכדעם עס זאל נתפרסם ווערען אויף א ריכטיגע אויסגעהאלטענע וועג דאס וואס די חקירה ודרישה האט אויפגעוויזן אז מען דארף מפרסם זיין אויב עס האט,
ואתכם הסליחה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 01:40 לינק ישיר 

דער ערשטער און דעם אשכול וואס רעד צי דער זאך,
איך וועל דיר זאגן דעם אמת,
איך האב שוין אנגעהויבן טראכטן אז די פארפלייצונג פון אזויפיל נייע ניק'ס אויף איינמאל,
איז נישט א ספין געפירכעטס פינעם בעל הספינער וואס טוט דאס א גאנצן טאג,
ווייל דער שפראך הער איך גראדע נישט און אינזערע מקוואות בתי מדרשים א.ד.ג.
און אפילו דא און פארק איז אלס געווען ווער עס האט זיך אנגעריפן א קעגען אזעלעכע נארישע מהלכים,
נאר און אמתן עס איז געווען צי מאוס אפילו אריין צי רעדן,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 01:25 לינק ישיר 

דערווייל האב איך נאר באקומען איין מעסעדש פון די טוויטערלעך


האט איינער שוין געקאלט הרה"ג ר' הילל וויינבערגער שליט"א פרעגן איבער די מעשה? די פארגאנגענע ווינטער האבן אים די ארוינים צאמגעשאלטן ווייל ער האט נישט געלאזט אין די זאלן די פלייש פון מאסקעווע, האט ער געוויסט אז זיי נוצן קרית יואל פלייש אן לאזן וויסן פאר'ן ציבור וואס איז בארעכטיגט צו וויסן נאך וואס עס איז נישט קיין סוד אז חוץ א ארויני האלטן זיך מענטשן אפ פון צו עסן מוסקאווי?






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2010 00:50 לינק ישיר 

איך האלט למשל אז דע וואס קענען פארשפרייטן זאכן אדער אדארעך אינטערנעט אימעל אדער טעקס ווי למשל SATMAR_HQ זאלן מזכה זיין דעם רבים זאל עס נאכגייין אין אויב סאיז אמת (וואס איך האב געקאלט די # אין זיי זאגן קלאר סאיז פין יענע שעכט הויז) זאלן ער עס מודיע זיין פארן עולם אז זייער פלייש אין פין די שעכט הויז אן קיין הכשר רח"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2010 18:48 לינק ישיר 

יוספ'ל איך שטים מיט מיט דיר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2010 18:42 לינק ישיר 

איך קיק דא צי דאכטס מיר אז דע פאר ניקס וואס זענען לעצטענס אפיר געקימען שפילן זאלי זענען באמת ארונים ווי למשל איינער האט גראד אנגעהויבן שרייבן אויף היתאחדות מיט די זעלבע מיסע וועגן וווי די ארונים סזעט מיר אויס אז ווי זיי זענען שפילערס פאר א אנדערע צד ווי זיי שרייבן נא וואס האלט איר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2010 18:41 לינק ישיר 
דרינגענדע בקשה

עס איז דא געווארן ארויפגעלייגט די נומבער פון שפע, ביטע נישט קאלן סתם צו משוגע מאכן,

שולדיג איז נישט שפע שולדיג איז התאחדות וואס גייט זיי נישט אן צו מכשיל זיין טויזענטער אידן וואס זענען זיך מונע פון אנצורירן צו זייער מויל א שטיקל פלייש פון די מאסקעווע שחיטה

שפע האט נישט מער ווי אויסגעפאלגט זייער משגיח

די פארעווע פראדוקטן פון שפע ווי למשל בונדלעך קישקשע קאמפאט און אנדערע זאכן איז נישט דא קיין שום סיבה זיך אפצוהאלטן פון דאס צו קויפן

לאמיר זיין קלאר מיט דער ציל פון די אשכול, עס איז נאר להסיר מכשול אויף די טריפהנע פלייש, עס איז נישט געצילט בכלל קעגן שפע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2010 18:26 לינק ישיר 

שלעק איז גערעכט, אויב איינער איז מקפיד נישט צו עסן KJ זאל ער נישט עסן התאחדות פלייש, אדער סיי וועלכער בעל מכשיר וואס איז נישט חושש אויף די קאטשקע סקאנדאל.

איינער קען דא ביטע איבערגעבן וועלכער הכשר קען מען זיין רואיג איז זיי ניצן נישט KJ פלייש, אויסער רז"ל'ס בי"ד. איך מיין אז ס'נישטא, אדרבא אויב איינער ווייסט זאל ער מודיע זיין,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2010 17:58 לינק ישיר 

איך רעד נאר אז אטאמער איינער וויל וויסן די פאקטן זאל קאלן איך זאג נישט אז זיי זענען א פראבלעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2010 17:50 לינק ישיר 

די גאנצע אישו באלאנגט צו התאחדות טאמער התאחדות גיבט א הכשר אויף ק"י פלייש קען איך מער התאחדות הכשר נישט ניצן, עס האט מיטן פירמע גארנישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > להסיר מכשול: שפע אפעטייזינג - מוסקאווי בית השחיטה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext