קרעדיט טראק
שאק! זאליס מיר בלייבן אינעם טמא'נעם בג"ץ!נישט צום גלייבען ווי פארכאפט די זאליס זענען אינעם טמא'נעם בג"ץ, און ווי זיי פרובירען מיט אלע כוחות דארט צו בלייבן אין נישט ארויס גיין פון דארט. די בי"ד של חמש האט אינעם לעצטן טאג פונעם זיצונג דן געווען איבערן עיקול אין די געריכט תביעה וואס די זאליס האבן אריין געגעבען קעגן די הייליגע מוסדת יטב לב דסאטמאר אין בני ברק, בי"ד האט גע'פסק'נט איבער די געריכט תביעה - אז די זאליס דארפן אריין געבן א מעלדונג אינעם ציוניסטישען געריכט, און שרייבען אז זיי האבן זיך געשטעלט צו דין תורה, און אונטער געשריבען שטרי בירורין, און זענען געבינדען צום בי"ד, און די קארט ווערט געפרוירען, אזוי אויך הנהלת מוסדותינו דארף אריין געבן אין געריכט אז זיי האבן אונטער געשריבען שטרי בירורין, און זענען געבינדען צום בי"ד. איבערן עיקול האט בי"ד געזאגט אז איצט איז נישט געבליבען קיין צייט דן זיין איבער דעם, דאס קומעדיגע מאל וועט בי"ד דן זיין איבערן עיקול. הנהלת מוסדתינו הק', האט תיכף אריין געגעבען אין געריכט די פאפירען אז מען האט זיך געשטעלט צו דין תורה, אבער די זאליס די הולכי בג"ץ האבן זיך נישט וואוסענדיג געמאכט דערפון, איצט האלט מען שוין איבער 2 חדשים פונעם פסק בי"ד, און די זאליס האבן נישט אויסגעפאלגט, נאר זענען ווייטער אינעם טמא'נעם בג"ץ! איצט האלט מען בלויז א וואך פאר די בי"ד של חמש פארט צוריק קיין בני ברק, מאנטאג כ"ד חשון, בי"ד האט נעכטן איינגעמאלדען פאר כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, אז די זאליס פאלגן נישט די פסק, דאס איז טראץ דעם וואס בי"ד האלט און איין פארלאנגען אז די זאליס זאלן איינגעבען די פאפירען, אבער די זאליס האבן נעכטן קלאר געשטעלט פאר בי"ד, אז זיי האלטן נישט ביים פאלגן, און בלייבן אין טמא'נעם בג"ץ...! הגאון רבי נפתלי פרענקל שליט"א האט געזאגט פאר מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, אז בי"ד האט באשלאסן אז מען זעצט זיך נישט נאכמאל צוזאם ווילאנג די זאליס פאלגן נישט אויס די פסק, גאב"ד ירושלים שליט"א האט נעכטן געריפען ר' זלמן לייב ט"ב, אבער דערווייל איז ער זייער ביזי און קומט נישט צו צום טעלעפאן. ר' זלמן לייב ט"ב איז זייער ביזי מיטן תימן'נער טאלער וואס איז איצט אין אמעריקא, און פארפירט ביי זלמן לייב אז מען זאל בלייבן אין בג"ץ, און זיך ארויסציען פון דין תורה. היינט האט מרן גאב"ד ירושלים שליט"א אריבער געשיקט מיט א שליח, אז ער ווארענט מיטן שארפסטן אז מען זאל שוין פאלגען דעם פסק בי"ד, אז נישט וועט ער טאן וואס מען טוט מיט איינעם וואס פאלגט נישט קיין פסק בי"ד. איצט ווארט מען צו זעהן צו די הולכי בג"ץ וועלן שוין ענדליך אפשטעלען דעם חילול ה' שמים, און ארויס גיין פונעם טמא'נעם ציוניסטישען בג"ץ.
 |
|
|