| נשלח ב-26/7/2010 18:47 |
|
| |
אפדעיטס: דין תורה סאטמאר - בני ברק פרשת עקב
נעכטן זונטאג עקב האט זיך אנגעהויבן די לאנג ערווארטעטע דין תורה איבער די שיכון ומוסדות סאטמאר אין בני ברק. די חברי הבי"ד זענען אלע געקומען צופארן פון אמעריקע פאר די ערשטע רונדע זיצונגען. דער הולך לבג"ץ משה חיים ווייס האט זיך נישט באוויזן בכלל די ערשטע צוויי טעג ביי דין תורה, ער האט געשיקט אפאר מטורפים, הערשי האלצער, יצחק בראך, הערשי ווייס און ברוך אילאוויטש. פון די הנהלת המוסדות יטב לב זענען געקומען עלטערע בעל בתים וואס זענען געווען אין די הנהלה אסאך יארן ביז די אלימות, ר' יצחק יאזשעף און ר' אשר זאב גרין, און אויך ר' עזריאל יאזשעף וועלכער איז געווען דער שליח פון די הנהלה צום גאב"ד ירושלים שליט"א מסדר צו זיין דעם דין תורה. די בני ברק'ער האבן געהאלטן לאנגע דרשות קעגן דעם שטן משה פרידמאן מיט דעם ארכי טעראריסט דוד מאיר טאהלער, די חלה דעקלעך האבן מרעיש עולמות געווען וויאזוי דער מיכל שלעזינגער רופט זיך הנהלה פון יטב לב ווען ער איז נישט קיין חסיד פון ר' אהרן, און אפילו נישט געווען קיין חסיד פון ברך משה. דער בית דין האט זיי שטיל געמאכט אז דא איז נישט קיין פלאץ צו זאגן דרשות און פארלאנגט דעם אילאוויטש מפייס צו זיין דעם טוען פון די הנהלה פאר'ן רעדן אזוי ווילד און אומאיידל. דער בית דין האט געזאגט אז אויב זיי האבן עפעס א תביעה זאלן זיי ארויסגעבן די תביעות, האבן זיי געזאגט אז די איינציגסטע תביעה איז קעגן דער שוכר פון די זאל, דוד מאיר טאהלער, וואס צאלט זיי נישט קיין שכירות, און אויב דער טאהלער חתמ'ט נישט איז אויס דין תורה, זיי האבן נישט קיין שום אנדערע תביעה. פון די אנדערע זייט האט בית דין אנגענומען ר' דוד מאיר טאהלער'ס פארשלאג צו חתמ'נען בתנאי אז אלע אנדערע שוכרים חתמ'ן אויך, דאס הייסט אלע איינוואוינער פון שיכון וואס זענען אויף רענט וכדומה, אבער דאס האבן די בני ברק'ער נישט מסכים געווען. ר' דוד מאיר טאהלער האט פארגעשלאגן צו קומען צו בית דין און געבן זיין חתימה אז ער וועט אננעמען דעם פסק בית דין, דאס האבן די בני ברק'ער אויך נישט מסכים געווען. בי"ד האט געזאגט אז מען קען נישט מחייב זיין ר' דוד מאיר טאהלער צו חתמ'ן שטרי בירורין ווען ער איז נישט קיין בעל דין, און ווער ס'וויל קען אים רופן צו דין תורה צו וועלכן בית דין מען וויל, למעשה האט זיך דער טאג געענדיגט מיט גארנישט. היינט מאנטאג האט דוד מאיר טאהלער געמאלדן דעם בית דין אז ער וועט קומען צו בית דין נאכמיטאג, אבער גרשון שפיגעל דער טוען פון משה חיים ווייס האט געזאגט אז דער דין תורה איז פארטיג, ער האט נישט קיין שום תביעות און ווילאנג טאהלער קומט נישט האט בית דין אפילו נישט וואס דן צו זיין. ווען בי"ד האט אים געפרעגט צו די שוכרים פון זייער לאגער גייט חתמ'ן האט שפיגעל געזאגט אז נישט ווייל זיי זענען נישט קיין צד. דער טוען פון די הנהלה האט געוויזן אז משה חיים ווייס האט געברענגט אין בית משפט א צעטיל מיט צוויי הונדערט חתימות פון שוכרים, האט דער בית דין געזאגט פאר שפיגעל אויב האט משה חיים געקענט שאפן די חתימות פאר'ן בית משפט זאל ער דאס שאפן אויך פארן בית דין און אויב נישט וועט דוד מאיר טאהלער'ס חתימה נישט האבן קיין תוקף ווייל טאהלער חתמ'ט על תנאי אז אלע שוכרים חתמ'ן. ווען דוד מאיר טאהלער איז געקומען אין בית דין האט בית דין ארויסגעשיקט די בני ברק'ער, זיי האבן זיך געשלאגן און ווידער געסטראשעט אז אויב מען לאזט נישט זיי אריין דעמאלס שטעלן זיי אפ די דין תורה תיקף ומיד, בי"ד האט זיי אבער מודיע געווען אז דוד מאיר טאהלער איז בכלל נישט קיין בעל דין און זיי האבן נישט קיין שום רעכט צו פארלאנגן צו זיצן דארט ווען בית דין פרעגט אים אויס, זיי האבן זיך כדרכם אויסגעפיפן אויפן בית דין און יא אריינגעקומען צו די זיצונג, אבער בית דין האט זיי פארשיקט בחרפות. דערווייל האט בית דין זיי באויפטראגט צו ברענגן אלע חתימות פון זייערע שוכרים, אזויווי זיי האבן געטוהן אין בית המשפט, און אויב נישט וועט טאהלער'ס חתימה זיין א חספא בעלמא
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/7/2010 00:46 |
|
| |
אפדעיטס: דאנערשטאג עקב
היינט, דאנערשטאג עקב איז פארגעקומען דער לעצטער פון די ערשטע רונדע זיצונגען. דער טוען פון די הנהלת המוסדות האט ממשיך געווען מיט די ראיות ברורות אז דער רבי ז"ל האט מייסד געווען דעם שיכון מיט די מוסדות אין בני ברק, און ער האט געשיקט דאס געלט דערפאר, און ער האט דאס געוואלט אלע יארן אז דאס זאל בלייבן פארשריבן אויף זיין נאמען. און אפילו נאכדעם וואס ער האט מייסד געווען קהלות אין די גאנצע וועלט, האט ער נאך אלס כסדר געשריבן בריוון מיט הוראות וויאזוי מען זאל פארשרייבן די נכסים על שמו ושם הרבנית, און במשך אלע יארן האט זיך דאס אזוי געפירט.
דערנאך האט דער טוען פון משה חיים ווייס געפאדערט נאכאמאל, אז מען זאל שוין אריינגעבן אין בית משפט אז דער עיקול פון בית משפט איז בטל, דהיינו אז דאס וואס דער בית המשפט האט געהאט מעקל געווען אז משה חיים ווייס טאר נישט טוהן קיין שום פעולה בשם די חברה ביזן בירור אויב ער האט רשות פון די מוסדות, און שפעטער בשנת תשס"ו האבן די צדדים אריינגעגעבן אין בית משפט אז היות דער סכסוך גייט צו בוררות זאל דער עיקול בלייבן בתוקף ביז פסק פון בוררות, האט דער טוען פון משה חיים געבעטן אז דער בי"ד זאל פארלאנגן אז מען זאל אראפנעמען שוין דעם עיקול, ווייל משה חיים, וואס איז מנהל אינעם מוסד, האט נישט קיין שום סמכות צו נושא ונותן זיין ער קען חתמ'ן קיין קאנטראקט, ער קען נישט פארקויפן קיין דירה, ער קען נישט בעטן קיין רשיונות און דער מוסד קען נישט אנגיין. ומאידך גיסא טענה'ט דער טוען קענען די אנדערע צד טוהן וואס זיי ווילן, און יעדער וואס וויל פארקויפן א דירה אין שיכון נעמט א חתימה פון משה פרידמאן דער גבאי, אויב דער בית דין זאל כאטש מעקל זיין ביידע צדדים החרשנו, אבער אז משה חיים זאל האבן אן עיקול און די הנהלה נישט דאס איז א קאטאסראפע.
דערנאך האט בי"ד דן געווען אויף די שאלה וואו דער נעקסטער זיצונג פון דין תורה זאל פארקומען, די ארונים ווילן דוקא אין ארץ ישראל, זיי טענה'ן אז אין אמעריקע איז ר' זלמן לייב שטערקער, און די זאלונים האבן געזאגט מתחילה אז עס איז א פשוט'ע געלט פארברענעריי צו ברענגן א בי"ד קיין ארץ ישראל, בשעת ווען אלע רבנים וואוינען אין אמעריקע חוץ איין שליש, ר' נפתלי ה. פרענקל. די זאלונים זאגן אז זיי האבן מסכים געווען צו ברענגן דעם דיון קיין ארץ ישראל ווייל זיי האבן געוואלט אז דער דין תורה זאל צושטאנד קומען, און די ארונים האבן נישט געוואלט מוותר זיין בשום אופן, למעשה איז דאס אויך הלכה'דיגע שאלה פון דן זיין במקום הנכסים.
בסוף האט בית דין געפסק'נט א פסק אויף דריי זאכן:
א') דער עיקול וואס עס איז דא אויף משה חיים ווייס זאל מען מאשר זיין אין בית משפט, און מוסיף זיין ווער די רבנים פון די בוררים זענען, וואס ביז איצט איז געשטאנען בלויז אז דער עיקול איז בתוקפו ביזן פסק פון בוררות אבער נישט די נעמען פון די בוררים,
ב') די בוררים פון ביידע צדדים זאלן זיך מסדר זיין צווישן זיך אלע באווייזן ווי דאקומענטן און עדות וואס איז נוגע דעם סכסוך, כדי צו פארשפארן די גרויסע הוצאות פון א בי"ד של חמש, אלע פאקטען במציאות הדברים זאלן ביידע צדדים זיך פרובירן צו פארגלייכן אויף וואס זיי זענען אייניג און אויף וואס זיי זענען מחולק, און דאס וואס איז א מחלקות במציאות וועט דער בית דין מברר זיין וואס קוקט אויס מער אמת.
ג) ווען די רבנים הבוררים וועלן האלטן אז דער דין תורה איז שוין גרייט אלע טענות וריאות וועט מען צוריקפארן אויף ארץ ישראל אויף דן זיין.
די ארונים זענען זייער נישט צופרידן געווען מיט דעם פסק, ווייל זיי האבן זיך דאך נאר געשלאגן דריי טעג אויף טאלערס חתימה כדי זיי זאלן קענען בעטן א עיקול אויף זיין געלט, און דאס האבן זיי פארלוירן, האבן זיי געבעטן מען זאל אראפנעמען דעם עיקול אויף משה חיים און בי"ד האט נישט נאכגעגעבן, האבן זיי כאטש געבעטן מען זאל מעקל זיין אויף ביידע צדדים און בי"ד האט נישט געוואלט. זיי האבן געוואלט ווייטער דרייען א קאפ מיט שלעפן זיצונגען אזויווי די ערשטע דריי טעג האבן זיי ארימגעשלעפט מיט חתימות און מיט פאלשע דאקומענטן וואס זיי האבן פאברעצירט, און בית דין האט געזאגט דאס וועט מער נישט פארקומען, די בוררים זאלן זיך דורכקומען צווישן זיך איבער די אלע טעכנישע זאכן, און בית דין וועט זיך אראפזעצן ווען אלעס וועט זיין גרייט.
דערווייל האט בית דין קובע געווען דעם זמן פאר די נעקסטע זיצונג בחודש חשון הבעל"ט אין ארץ ישראל, און האפענטליך אויב די רבנים וועלן זיך האבן דורגעקומען אויף אלעם ביז דעמאלס, וועט מען בעז"ה דאן קענען ענדינגן די דין תורה, וואס וועט זיין א גרויסער קידוש השם.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2010 03:49 |
|
| |
אפדעיט: מיטוואך עקב
היינט מיטוואך האט זיך אנגעהויבן די טענות ותביעות בבית דין. דער טוען התובעים האט קודם אראפגעלייגט זיין מעשה מיט זיינע תביעות במשך פון דעם רוב טאג, און דער לעצטע שעה האט דער טוען הנתבעים געענפערט.
דער טוען פון משה חיים און די ארונים האט די ערשטע פאר שעה אפגעליינט א מגילה פארגעשריבן פון א לויער וויאזוי דער חברה איז געווען לעגאל במשך די לעצטע פופציג יאר. דער טוען האט דאס אפגעליינט ווי איינער וואס רעדט א פרעמדע שפראך, ער האט נישט געהאט קיין אנונג ווער די מענטשן זענען, נישט אזא איד ווי ר' שלמה בראווער נישט ר' עזריאל גליק אדער ר' יוסף אשכנזי, און אוודאי אז ער האט נישט געוויסט וואו די מענטשן באלאנגן. ער האט נישט געהאט קיין סך דאקומענטן צו דעקן די פאקטן וואס ער פארציילט.
דערנאך האט ער אראפגעלייגט א שיינע מעשה אז דער רבי דער דברי יואל זי"ע האט געהאט אפאר אידן אין בני ברק, ר' בנציון יאקאבאוויטש און ר' יושע ווייס דער פאטער פון משה חיים ווייס, און זיי האבן געבויט א שטעטל פון געלט וואס זיי האבן צוזאמגעשטעלט, און זיי האבן אפילו א בריוו פון ר' יעקב לאנדא דער רב פון בני ברק, אז מען זאל געבן געלט פאר דעם נייעם שיכון. שפעטער האט משה חיים ווייס געבויט ווייטער דעם שיכון מיט געלט וואס ער זעלבסט האט געשאפן, אבער מיטן רבי'ן האט דאס בויען נישט געהאט קיין שייכות. סך הכל איז ער געווארן נשיא ווייל ער איז געווען רבי פון די אידן דארט, זיי זענען געווען זיינע חסידים, האבן זיי אים פארגינען בטוב לבם ער זאל זיין דער מנהיג פון זייער שטעטל, און זיי האבן אפילו געלאזט פארשרייבן אלע נכסים אויף זיין נאמען און אויף זיין רעבעצין'ס נאמען צוליב זייער נעימת המדות. אבער אליבא דאמת איז דאס זייער שטעטל און אזוי אויך אלע מוסדות זענען זייער.
נאכדעם האט ער פארגעלערנט א בריוו פונעם דברי יואל בגנות פון כתבי פלסתר, און שרייבט אז די כותבי כתבי פלסתר אין להם מקום במחנינו, ובכן דארפן אלע וואס האבן שייכות מיט כתבי פלסתר פאקן פעק און לויפן גלות ליידן, ארויס פון שיכון תיכף ומיד.
נאכדעם האט דער טוען געברענגט פאלשע דאקומענטן, וואס די ארונים האבן פאברעצירט, אז דער דברי יואל האט איבערגעשריבן זיינע שעירס פון די חברה פאר ר' זלמן לייב טייטלבוים, און דערמיט האבן זיי געוואלט איבערצייגן אז יעדער קען פיילן וואס מען וויל, און זיי האבן נאך פרובירט צו זאגן אז דאס האבן די אמעריקאנער הנהלה געפיילט. אבער עס האט יעדער געזעהן אז עס זייערס א געבעקס, ווייל די זאלונים האבן דאך א קלארע גירסה וויאזוי אלע שעירס זענען אריבער צו רבינו שליט"א, דורך די רעבעצין, ר עזריאל גליק, ר' יוסף אשכנזי און ר' שמעון ווייס, דאן פארוואס האבן זיי געדארפט ארויסנעמען פונעם דברי יואל א חתימה לאחר פטירתו, נאך דערצו ווען דער בית החיים האט שוין נישט באלאנגט פאר זיי וויאזוי האבן זיי געקענט נעמען פון אים א חתימה. זאת ועוד, זיי האבן דאך נישט קיין רבי וואס זעהט נפטרים ביי קדושה. טא וויאזוי האבן זיי ארויסגעריקט א חתימה פונעם דברי יואל, אבער דער טוען פון די ארונים האט געשריגן אז אזוי זענען אלע דאקומענטן און אלעס איז פאלש.
ער האט געטענה'ט אז משה חיים ווייס האט געירש'נט זיין טאטע'נס בעלות און די נכסים אפילו זיין טאטע לעבט נאך אבער ביי די ארונים ירש'נט מען בחייו.
די גרעסטע באמבע וואס ער האט געשאסן איז געווען מיט א פשעטל נוסח זבח אהרן, געבויט מיט גזירה שוה פון די שטאטוטן אין ניו יארק, אז דער רבי האט דאך לכתחילה געוואלט בלייבן אין ארץ ישראל און נאר צוליב די מדינה איז ער געבליבן אין אמעריקע און געמאכט קהל יטב לב און דער קהל יטב לב האט דאך שטאטוטן, און אזוי ווי במשחבה תחלה האט דער רבי געוואלט מאכן די קהלה אין ארץ ישראל, מוז זיין אז אלע תקנות פון קהלה יטב לב בארה"ב זענען חל למפרע אויך אויף די ארגינעלע קהלה אין בני ברק, און לויט די שטאטוטן פון קהל יטב איז דער ציבור בעל הבית (עי' ערך עדותו של בערל פרידמאן בערכאות ניו יארק, לשיטת זלמן אלפערט מיושיווע יוניווערסעטי וזה דלא כשיטת השופט באראש). אויב אזוי קומט אויס אז מ'מאכט א בנין אב און משטעלט צוזאם ביידע קהלות, און ביידע זענען נכסי הציבור און נישט דעם רבי'ן דער דברי יואל'ס.
נאכדעם וואס רב פרענקל האט געפרעגט וואס ווילט איר יעצט, האבן זיי געגעבן פינף תביעות וואס זיי ווילן.
איינס אז די אלע וואס זענען נישט מיט זיי בדעה אחת זאלן תיכף ומיד פארלאזן דעם שיכון און די סאטמארע מוסדות, און ווען זיין מאכן זיי א נייעם שיכון זאלן זיי נישט טארן זיך רופן מיט נאמען סאטמאר, ווייל דאס באלאנגט פאר בנציון יאקאבאוויטש מיט יושע ווייס ויורשו בחייו.
די איבעריגע טענות ותביעות איז בעיקר בנוגע טאהלער מיט דעם זאל.
דערנאך האט דער טוען פון די נתבעים אפגעוואנדן אלע שטותים וואס די ארונים האבן געבויט, און געברענגט דאקומענטן ווי דער רבי ז"ל שרייבט ארויס קלאר וויאזוי ער וויל דער שיכון זאל געבויט ווערן, און נאך פון סאטמאר אינדערהיים האט ער געשריבן וויאזוי דער מהלך פון זין קהלה און ארץ ישראל זאל זיין געבויט, און ער האט אייביג מקפיד געווען זאל זיין אויף זיין נאמען, אבער דער עיקר טענות וועט ער מסתם רעדן מארגן.
און מיר זעהט אויס אז קיינער קריגט זיך נישט אין מציאות, ווייל יעדער רעדט פון אצווייטן רבי'ן, איינער רעדט פון דעם דברי יואל, דער אנדערער רעדט פון רבי'ן ז"ל.
אגב אין אנדערן פארום איז געמאלדן געווארן אז מען גייט טוישן דעם מקום פון דיון אין טעלזסטאון. דאס איז לכאורה א טעות וואס זיי האבן, זיי מישן די יוצרות, דער בית דין גייט מארגן דן זיין ווי דער מקום הדיון פון די דין תורה זאל פארקומען, אין ארץ ישראל אדער אין אמעריקע, אבער דאס פלאץ פאר מארגן איז נישט געווען קיין פלאן צו טוישן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2010 22:48 |
|
| |
גירוש אין שיכון קרית יואל בני ברק!
דער טוען פון דעם בגצ'ניק משה חיים ווייס, גרשון שפיגל, האט פארלאנגט זיינע תביעות היינט בבית דין, נאכן אראפלייגן זיינע מעשיות אז דער בעל דברי יואל איז קיינמאל נישט געווען קיין בעל הבית אויף די נכסים נאר דער ציבור זענען בעלי בתים, האט ער געטענה'ט אז אלע ליגאלע דאקומענטען זענען פאלש, און דעריבער פארלאנגט ער אז מען זאל ארויסווארפן אלע תושבים וואס זענען נישט מקבל מרות פון זיינע שליחים די בגצ'ניקעס משה חיים ווייס און הרב אהרון טייטלבוים.
עס נעמען זיך צוזאם יעצט א וועד העסקנים צו מאכן א קול קורא קעגן דעם כת הולכי בג"ץ ציוני ומגרשי תושבי הקרי',
עס קוקט אויס ווי א ליצנות אבער דאס האבן זיי געזאגט בבית דין, יעדער פארשטייט אז בית דין גייט נישט האבן א חלק אין אזא זאך, אבער מען קען זעהן וואס זייערע פלענער זענען, ולולא ה' שהיה לנו, ולולא הסייעתא דשמיא פון רביה"ק וואס האט געבויט דעם שיכון אלס זיין אייגענער נכס, און פארשריבן על שמו ושם הרבנית, אזי עבר על נפשינו המים הזדונים, זיי וואלטן שוין לאנג אויסגעפירט דעם גירוש אילמלא מוראה של מלכות.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/7/2010 01:28 |
|
| |
א יישר כח פאר די אלע באריכטן, זייער גיט באשריבן די טרוקענע פאקטן
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 22:07 |
|
| |
אפדעיט: דינסטאג עקב נאכמיטאג
ענדליך נאך דריי טאג וואס די בני ברק'ער האבן מצליח געווען ארומצעשלעפן די דין תורה, האט דער בית דין געשטעלט א מהלך פאר די דין תורה.
די ארונים זענען אנגעקומען דעם ערשטן טאג אז זיי קענען נישט ארויסגעבן זייערע טענות פארוואס זיי זענען תובע לדין, ווייל איינער טאלער וואס איז דער הויפט בעל דין איז נישטא, דער בית דין האט נישט געזעהן קיין שום סיבה פארוואס דער טאלער איז בעל דין, אבער בי"ד האט אים אריבערגערופן און גערעדט מיט אים שלא בפני בעל דין פון בני ברק, און טראץ זייער התנגדות אז מען טאר נישט רעדן צו א בעל דין שלא בפניהם האט בי"ד געזאגט אז זיי זעען נישט פארוואס טאלער איז א בעל דין, לעת עתה, טראץ וואס אויף היידפארק טענה'ן די אהרונים אז טאלער איז דער פערזענליכער שליח פון דעם טייוול משה פריעדמאן אליינס, און דערווייל מעגן זיי אים אויסהערן שלא בפניהם.
בית דין האט מסביר געווען פאר טאלער אז ער האט א ברירה צו חתמ'ן אז ער וועט זיך נישט מתנגד זיין צום פסק בנוגע זיין קאנטראקט אויפן זאל, און ס'איז בידו צו זאגן אז ער וויל נישט אננעמען א פסק ווען ער איז נישט קיין בעל דין. אבער ר' דוד מאיר האט געזאגט אז בית דין זאל אים שרייבן א נוסח און ער וועט דאס חתמ'ן בתנאי אז אלע אנדערע שוכרים חתמ'ן, נעכטן נאכט האט בית דין פארגעלייגט א נוסח און היינט דינסטאג מיטאג האבן זיי אויסגעבעסערט דעם נוסח און בית דין האט אריינגעפעקסט דעם נוסח פאר די שוכרים דערנאך האט בית דין ארויסגעגעבן א בריוו ווי זיי בעטן א בקשה אז אלע שוכרים זאלן חתמ'ן כדי צו קענען צואיילן די דין ודברים, בית דין האט בייגעלייט דעם נוסח וואס האבן אלע שוכרים פון ביידע צדדים האבן תיכף געחתמ'ט דעם נוסח.
דערנאך האבן די שלישים געפרעגט אויב חיים הערש מייזליש וואס איז דער הויפט טעראריסט ומשתלט על הציבור האט שוין אינטערגעשריבן שטרי בירורין, אבער דער טוען זייערער שרייט אז חיים הערש איז נישט קיין בעל דבר ער איז א פשוט'ער מתפלל אין בית המדרש, אבער דער בית דין האט דאס נישט געקויפט און געלאזט פאר די נעקסטע געלעגנהייט צו זעהן אויב ער איז זיך טאקע משתמט פון שטעלן לדין.
במשך דעם טאג האט דער טוען פון די ארונים געטענה'ט אז ער מוז יעצט באקומען דעס געלט פון טאלער, און ער האט נאך אפאר זאכן וואס ער וויל בית דין זאל מעקל זיין אויף די הנהלה נאך איידער מען הייבט אן די דין תורה. אבער בית דין האט געזאגט אז ביז ווילאנג זיי האבן נאך נישט איבערגעוויזן אז זיי זענען דא בעלי בתים קענען זיי נישט בעטן קיין עיקול, הערשי האלצער האט מסכים געווען אז בית דין זאל דן זיין קודם אויף עצם דיון הבעלים אבער שפיגעל האט געמאכט אויף אים קולות דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט, און ביז ווילאנג דו גייסט נישט ארויס וויל איך נישט ווייטער פירן קיין דין תורה.
סוף כל סוף האט בית דין ארויסגעשיקט אלע בעלי דינים, און געשריבן אז דער מהלך הדין תורה וועט זיין ווי פאלגאנד, קודם דן זיין אויף די תביעות הבעלות, און נאכן פסק ווער די בעלי בתים פון די מוסדות זענען וועט יעדער קענען טענה'ן וואס מען וויל, און פארלאנגן וויפיל עיקולים מען וויל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 19:38 |
|
| |
וואס? מ'שרייבט אונטער אז מען וועט פאלגן דעם דין תורה, מען איז דאך שוין נשבע ועומד פון בארג סיני אז אידן מוזן פאלגן די תורה!
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 19:20 |
|
| |
היינט דינסטאג האבן אלע שוכרי קרקעות אין שיכון קרית יואל פון ביידע צדדים אונטערגעשריבן אז זיי נעמען זיך אונטער צו האלטן דעם פסק בית דין.
יעצט איז צו ערווארטן וואס די אהרונים וועלן טוהן נעקסט, וואס גייט יעצט זיין דער תירוץ פארוואס זיי הייבן נישט אן די דין תורה.
א פונקטליכע באריכט וועט נאכפאלגן שפעטער.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2010 18:25 |
|
| |
מ'האלט שוין דינסטאג נ.מ.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2010 23:50 |
|
| |
אפדעיטס מאנטאג עקב
די בני ברק'ער זענען אהיים געפערליך צושאקעלט, זיי האבן געשריגן אויף דעם שפיגל זייער טוען, לקוב אויב לקחתיך והנה ברכת ברך, אונז האמיר דיך געדינגען פאר צענדליגער טויזענטער דאלאר אוועקצונעמען דעם זאל פון טאהלער, און דערווייל האסטו ערלעדיגט אז די הונדערטער תושבי השיכון זאלן חתמ'ן שטרי בירורין, דער לץ קוילערט זיך פאר געלעכטער ער האט געכאפט א פיפציג טויזענט דאלאר און פון זיי דאס גענאר. אילאוויטש האט געוויינט און געשריגן געוואלד, ער האט געוואלט האלטן נאך א הושענה רבה דרשה ווי זיין רבי, אבער שפיגל האט אים געזאגט עפען נישט דיין מויל ווייל די האסט שוין גענוג פארדארבן, ער האט געשריגן ער מוז זאגן וויכטיגע דיבורים אבער שפיגעל האט אים געווארענט צו פארמאכן דאס מויל. דער שליש הרב ראזנבערג האט אריינגעגעבן א שארפן פסק פאר די בני ברק'ער פארן מאכן חוזק פון בית דין, אראפ שלעפן רבנים פון אמעריקע איבער א דין תורה פון מוסדות סאטמאר, און יעצט זאגן זיי אז זיי האבן נישט קיין שום תביעות, זיי ווילן נאר אריינשלעפן טאהלער צו באצאלן שכירות, בשעת טאהלער איז קלאר נישט קיין בעל דין. צום סוף האט בית דין פארגעשלאגן א נוסח צו חתמ'ן דערויף אלע שוכרים, כאטש זיי זענען נישט קיין בעלי דין, אבער זיי זענען זיך מתחייב אנצונעמען דעם פסק בית דין בנוגע בעלות הנכסים, דער בית דין געט די רעכט פאר די שוכרים אליין צו באשליסן אויב זיי ווילן דאס חתמ'ן אדער נישט, אבער אויב וועלן די ארונים שוכרים נישט חתמ'ן וועט טאהלער'ס חתימה זיין כחספא בעלמא.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2010 19:26 |
|
| |
הייסט וואו עס לייגטס עס אראפ קוקט אויס אז די ארונים זענען אין בני ברק פארלוירענע נאך פאר די דין תורה...
איז עס טאקע אזוי שווער צו ארבייטן מיט זיי דארט אדער עטץ טרייבט'ס אביסל איבער?...
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2010 19:14 |
|
| |
טיפיקל ארוינים און נאך בני ברק'ער די עכטע מצומצמים
|
|
|
|
|