שאק און אה: אנדעקט ווידיאו אפאראט אויפגעשטעלט אין בי"ד שטיבל אין טעלזסטאון!
היינט מיטוואך, דער פערטער טאג פון די זיצונגען ביי דין תורה, זענען די בני ברק'ע געכאפט געווארן ביי די גניבה, זיי האבן אויפגעשטעלט א ווידיא קאנפערענסינג סיסטעם אין דעם בית דין שטיבל אין טעלזסטאון.
מתחילה איז געווען א גרויסער חידוש פאר'ן בית דין פארוואס די ארונים שלאגן זיך אזוי אז מען זאל גיין דוקא דן זיין אין די דירה וואס זיי האבן געדינגען אין טעלזסטאון, בשעת ווען די הנהלה פון אמעריקע האט שוין געדינגען א מקום פארן דיון, וואס האט געהאט א בית מלא ספרים, און די ארונים האבן געדינגען א דירה וואס האט נישט קיין איין ספר דערין. אבער היינט אכן נודע הדבר, ווען אינמיטן די דין תורה האט אריינגערופן אויפן סעלפאן פון יחזקאל'ע ראטער, דער הולך לבג"ץ הרב אהרון טייטלבוים פון קרית יואל און געשריגן מיט באנומענע קולות אז דער הערשי ווייס פארשטעלט אים די קעמערע און ער קען נישט זעהן וואס עס קומט פאר. דער ראטער האט זיך נישט געכאפט, און האט זיך אנגערופן הויך פאר דעם ווייס "דו גראבער רוקט דיך אוועק די פארשטעלסט דעם רבי'ן".
עס האט געהערשט א שטילקייט אין בית דין שטיבל, מען האט געמיינט אז די ארונים זענען שוין גענצליכע בעלי דמיון, אקוראט ווי זייער רבי וואס זעהט דעם טאטן ביי קדושה, און זיי זעען דא דעם דברי יואל, אבער הרב ראזענבערג האט געכאפט זייער גוט וואס דא גייט פאר אז דא רעדט מען פון דעם היינטיגן רבי'ן וואס גייט אין בג"ץ, און האט זיך אנגערופן פאר ר' זלמן גרויז, דער בורר פון ר' אהרון, "איך האב אייביג געוויסט ער האט ליב בילדער מיט ווידיאו'ס פון זיך ווייל ער לייגט דאך דאס אין אלע מאגאזינען אבער כהאב נישט געוויסט אז ער וויל זעהן ווידיאו'ס פון מיר אויך"...
די סיבה פון די ווידיאו'ס איז אומבאקאנט פארוואס זיי מוזן דאס רעקארדירן בכלל, מן הסתם ווילן זיי קענען סטראשן די רבנים אז זיי וועלן עס ארויסגעבן און ווייזן אויף די גאס, אויב זיי וועלן נישט פסק'נען אזוי ווי זיי ווילן. אדער קען זיין פשוט ווייל זייער ליידיגייער האט שוין אין ניו העמפשיר דורכגעקוקט אלע פאטעטא טשיפס און אלע וויינען דארט, און מ'האט אים שוין צוריק געברענגט קיין קרית יואל, און ער איז געווארן זייער באורד האט מען אים געמאכט אביסל ביזי מיט א גרויסן פלאזמא סקרין צו וואטשען די דין תורה לייוו, גלייכצייטיג שעפן אביסל חיות דקדושה זעענדיג וויאזוי זיינע אקסן אין בני ברק זענען נאך געבליבן פעלזן פעסט און געטריי צו אים אזוי ווי אלע יארן אן קיין שום שינו כל שהוא.
 |
|
|