בית פורומים אידישע געדאנק

באמבע: שלשה רועי בקר געהעכערט צו חמשה!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/7/2010 19:56 לינק ישיר 
באמבע: שלשה רועי בקר געהעכערט צו חמשה!

היינט איז פארגעקומען די לעצטע זיצונג אין ארץ ישראל ביי די בני ברק'ער דין תורה, וואו בית דין האט צווישן אנדערע געפסק'ט אז די הנהלה זאל ווייטער אנהאלטן דעם עיקול קעגן משה חיים ווייס ער זאל נישט ערלויבט זיין צו בויען אדער טון סיי וואספארא פעולה אינעם שיכון ווילאנג מ'ענדיגט נישט די דין תורה.
 
די אהרונים זענען געפערליך צעווילדעוועט וועגן דעם פסק, אז דער בית דין האט זיי געגעבן א מעכטיגן זעץ. דא האט מען קוים געענדיגט מיט דעם בי"ד של שלש וואס האט געפסק'ט מיט יארן פריער אז די הנהלה פון אמעריקע מעג ארויסנעמען א עיקול אויף די נכסים, און דאן האט זיך דער סבלן ר' אהרן טייטלבוים מיט זיין קאלעגע מאיר אליזער פריעדמאן אויפגעשטעלט און מוחה געווען קעגן די שלשה רועי בקר וואס האבן ארויסגעגעבן דעם פסק. און יעצט קומט א פרישער בית דין של חמש, א זבל"א, און פסק'ט אפ דאס זעלביגע.
 
עס איז צו ערווארטן א פייערדיגע שטורעמישע דרשה פון דעם באקאנטן מקנא קנאת השם צבאות דער הולך לבג"ץ הר' אהרון טיטלבוים וואו ער וועט מיט זיין זיסן שפראך מיאוס אראפרייסן דעם בי"ד וואס איז די וואך געזיצן אין ארץ ישראל אז זיי טרעטן אויף די תוה"ק, און ער וועט מסביר זיין וועלכע פינגער פון די מדינה איז דער בג"ץ א.א.וו.
 
גאר אינטערסאנט וועט זיין צו הערן וועלכע באמבע נאמען אונזער חכם ר' אהרן, וועלכער איז באוואוסט אלץ שטארקער מבין און צוגעבן נעמען (עיין ערך קריאת השם פון די גאסן אין קרית יואל) וועט דאסמאל אויפקומען אויף דעם בי"ד של חמש.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/7/2010 23:16 לינק ישיר 

וואס איז געווען דער ענין פון האבען א בית דין של חמש?

מען זאל קענען שלעפען ווי באבוב?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2010 20:01 לינק ישיר 

איך האב עם א נאמען חמשה חומשי "תורא"

אבער הער באלאנד די פארלויפסט די וועג אין דער סבלן וועט נישט רעדן


תוקן על ידי kj1234 ב- 29/07/2010 20:04:39




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > באמבע: שלשה רועי בקר געהעכערט צו חמשה!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext