| נשלח ב-30/7/2010 02:12 |
|
| |
היסטורי יעצט ביי שמחת בית בעלזא מכנובקא
יעצט קומט פאר די גרויסע חתונה בבית כבוד קדושת מרן אדמו"ר מבעלזא מכנובקא שליט"א די
עלצטער זוהן הרב הצדיק רבי ישכר דב שליט"א מיט די זיין שוואגער חדב"ן אין הרב אהרן מרדכי
רוקח שליט"א בן כבוד קדושת מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז געווען מיט זיינע קינדער
אין אפי' באקומען ברכה אחריתא - בילדער פין די גרויסארטיגע חתונה וועט נאכקומען ,
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 30/07/2010 03:15:32
|
|
|
|
| נשלח ב-2/8/2010 03:06 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2010 11:22 |
|
| |
איך וואלט געווואלט מגיב זיין אויף דעם באהאלטענעם איד וועלכער שיקט אין אישי פאר היראים, מיט עטליכע קורצע שורות.
דער ריס אינערהאלב בעלז, איז נישט געבוירן תש"נ. עס איז געבוירן נאך תיכף ווען דער היינטיגער בעלזער רבי איז געווארן רבי. עס האט נאר געדויערט אביסל לענגער ביז עס איז ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט. אבער עס איז איז ארויסגעקומען, און צווישן די וואס האבן זיך אפגעטשעפעט פון דעם בעלזער רבי האבן זיך געפונען א שיינע פאר פון די חשוב'סטע אידן אין בעלז, א שטייגער ווי דער ראש ישיבה ר' שלום בראנדער, און נאך אנדערע.
דער בעלזער רבי איז געווארן רבי אפיציעל, טאמער געדענק איך גוט, שבת נחמו תשכ"ז.
די חסידים וועלכע האבן זיך אפגעלאזט פון אים האבן געלייגט די אויג אויף ר' יהושע'לע רוקח, אן אייניקל פון ר' ישכר דוב פון בעלז, און האבן געווארט אויף א געלעגענהייט אים אויפצונעמען פאר רבי, און דאס האט פאסירט תשמ"ז (אדער מ"ח, געדענקנישט זיכער) ווען זיין פעטער דער מחנובקא'ר רבי איז נפטר געווארן און ער איז געווארן ממלא מקום, און אויטאמאטיש אויך געווארט די רבי פון די פראקציע אין בעלזא.
דער בעלז-מחנובק'ער רבי האט א שיינע פאר הונדערט חסידים, וועלכע זענען פייערדיגע געטרייע חסידים, און זיי גייען אים נישט איבערלאזן אויב ער גייט שלום מאכן מיט בעלז, עס איז אמת אז עליש וויל דאס נישט, אבער ר' יהושע'לע וואלט עס יא געטון, און קיינער גייט אים נישט צוליב דעם איבערלאזן, ער מוז אבער האבן א סיבה פארוואס דאס צו טון, און ער האט געוויסע תנאים צו דעם אויך, וואס דערווייל האט דער בעלז'ער נישט מסכים געווען צו זיי, און דעריבער איז נאך נישט געווארן שלום.
און צום שלוס, דער בעלז-מחנובק'ער רבי האט זיך גארנישט ווואס צו שעמען מיט זיין חסידות, אוודאי קעגן דעם אנדערן בעלזער איז ער פיצל, אבער ווען דו קוקסט עים אן כשלעמצו, איז ער זייער א שיינער רבי, עס פעלט אים גארנישט (אויסער איין זאך, צו זיין א גוטער מלחמה האלטער און בעל מחלוקה).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/7/2010 22:58 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/7/2010 21:40 |
|
| |
באקומען אין אישי
איך גלייך זייער נישט זיין וועג פין זיך אויסדרוקען אויף יודן
איך האב נישט קיין צייט עס צו מגיה זיין
נעכטן אווענט איז פארגעקומען אין בני ברק די חתונה פון די אייניקלעך פון מאכנובקער רבין שליט"א. א באמבע האט גענידערט אינמיטן די חתונה ווען ר' אהרן מרדכי רוקח, זון פונעם בעלזער רבין האט זיך באוויזן מיט שטריימעל בעקטישע און געטאנצן מיט מאכנובקא רבי'ן.
ווי באקאנט שלאגן זיך שוין די צוויי חסידות'ער ארום פאר לאנגע יארן, דער בעלזער האט זיך אריינגענומען אין קאפ אז דאס זענען זיינע ארונים, און ער האט זיך מיט זיי געשלאגן אויפן זעלבן שטייגער ווי ר' זלמן לייב, נאר מיט איין נפק"מ, ר' אהרן איז א פאקטיש אסאך גרעסערע פראצענט פון סאטמארע אידן און דעריבער האט ר' זלמן לייב זיך מיט זיי געשלאגן עד חרמה, אזש ער האט זיי צענדליגע מאל גערופן אין קארט אין נאך עד היום הזה וויל ער זיך נישט שטעלן צו די''ת דארט ווי ס'איז אים געלונגען צו כאפען די בנינים ביז יעצט ווען א ריכטער האט אים געצווינגן, ווידעראום מאכנובקא האט זיך הערשט געגרינדעט בשנת תש"נ, באלד צוואנציג יאר נאכדעם וואס דער בעלזער איז געווארן רבי, דורך אפאר אנגעווייטאגטע בעלזא חסידים און איז א אויסגעשפילטע חסידות, קיינמאל נישט געהאט קיין ערנסטן ציבור. אבער דער בעלזער האט נישט געוואוסט פון קיין מעשיות, ער האט זיך מיט זיי געשלאגן כאילו זיי וואלטן געווען א מעכטיגע אימפעריע וואס שטייט אין וועג פון זיין בליענדע חסידות.
די לעצטע שטיק צייט האט דער בעלזער באשלאסן צו ווערן דער "שר שלום" אין ארץ ישראל, ער איז פארנומען שלום צו מאכן ביי די אינערליכע ריסן אינערהאלב די אגודת ישראל פראקציע אין ארץ ישראל, איבערהויפט ביי די לעצטע חינוך עצמאי פרשה, וואו ער האט אריינגעלייגט לייב און לעבן אז די צדדים זאלן שלום מאכן, און נאך שווערע ארבעט איז אים ממש לעצטענס געלונגען אז די צדדים זענען אויפגעקומען מיט א פשרה. אזוי אויך לויפט ער שוין נאך די עדה החרדית מיט סאטמאר פאר קרוב צו פינעף יאר אז ער וויל מיט זיי שלום מאכן, ער שיקט צענדליגער שלוחים יעדע שטיק צייט מיט נייע הצעות פארוואס סאטמאר זאל מיט אים שלום מאכן, (אפציעלע קוועלער פין ר' זלמן לייב לייקענען דאס אין לייגען צו אז ער האט געזאגט פאר זיינס א מענטש אז ער איז נישט אינטערסירט שלום צו מאכן מיט זיין שוואגער פין סאטמאר, ווייל ער ווייסט אז דעמאלס קען ער פארגעסן פון שלום מאכן מיט ר' זלמן לייב כלשונו. – א געבעקס וועלכע ברענגט א שמייכל)
הכלל מיט מאכנובקא איז ער שוין יארן אויף מעסער שטעך, און די לעצטע צייט האט ער מיט זיי אויך געוואלט שלום מאכן, אבער דער מאכנובקער רבי ווייסט אז אויב מאכט ער שלום מיטן בעלזער קען ער צומארגנס ארויף לייגן שלאס און ריגעל אויף זיין חסידות און זיך גיין זיכן א צווייט בית המדרש, איבערהויפט ווען זיין אונטערהאלטער איז הנגיד ר' אליש ענגלענדער פון לאנדאן וועלכער וויל פאר קיין שום פרייז נישט הערן פון שלום מאכן מיט בעלזא.
וואס עס האט באוויגן דעם בעלזער צו טון דעם שריט היינטיגן אווענט ווייסט קיינער נישט. לויט ווי מ'זאגט האבן נישט די בעלזער און נישט די מאכנובקער חסידים געוואוסט פון דעם סורפרייז וואס ווארט זיי אפ ביי די חתונה, נאר ממש די גאר נאנטע מענטשן ארום ביידע רבי'ס. דער בעלזער האט אריינגעשטאכן טיף אין די מאכנובקער, און זיי געוויזן אז עס גייט אים קנאפ ווייניג אן זייער גאנצער עקזיסטענץ, ער האט געשיקט זיין זון ער זאל גיין טאנצן דארט, און די מאכנובקער זענען געפערליך צושרויפט און זיי שומפן אויף זייער רבין. ער האט מיט זיי געשלאגן כפרות און דערלעבט א זיסע נקמה אין זיין בלוט שונא {ר'} אליש ענגלענדער.
ובכן צדיקים יראו וכו'...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/7/2010 15:03 |
|
| |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/7/2010 14:46 |
|
| |
Rabbi Aharon Mordechai Rokeach at Belz Machnovka Wedding
* width="500" height="405">
<*
|
|
|
|
| נשלח ב-30/7/2010 09:55 |
|
| |
איך בין אין ישראל איך וועל טרייען ארויף צולייגען בילדער ס'גייט נישט דערווייל
Microsoft OLE DB Provider for SQL Server error '80040e10'
Procedure or function 'dt_chkuser' expects parameter '@password', which was
not supplied.
/post_info_old.asp, line 595
תוקן על ידי - הצלה_חברה - 30/07/2010 10:23:36
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-30/7/2010 04:27 |
|
| |
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 30/07/2010 19:44:39
|
|
|
|
|