דער פארטא ריקא טרעפט נישט זיינע פאשקעווילן
דע נאכט האבן די פארטא ריקאס אין קרית יואל געהאט א שווערע ארבעט מיטן אויסווארפן איבער 5 קעסטלעך פאשקעווילן אינעם גאנצן שטאט, אבער זענען סורפרייזט געווארן צופרי ווען זיי האבן פאר קיין רפואה נישט געטראפן קיין איין איינציגס...
דאס איז צו פארדאנקען דעם נייעם וועד שומרי משמרת הקודש לעניני סידור קידושין על טהרת הקודש, וואס האבן אריבער צוואנציג דרייסיג יונגעלייט וואלענטירן וואס שטייען גרייט 24 שעה א טאג אויף יעדע קאל צו דאס איז פאשקעווילן וועט ביז א האלבע שעה דערויף נישט זיין צו געפונען קיין זכר דערפון, צו דאס איז מעשה נבלה קעגן א אשת איש וועט דער מנוול אויפגעהאלטן ווערן ביז ער ווערט איבערגעגעבן אין פאליצייאישע הענט.
אלזא דארף מען קלאר מאכן פארן פארטא ריקא מיט הרב בערקאוויטש, אז קרית יואל וועט מער נישט טעלארירן קיין נבלה מיט הוצאת לעז, זאלן זיי זיך ענדערש באפאסן מיט זייערע אייגענע... און מנוחה לאזן בנות ישראל הכשרים, ווייל אויב נישט וועלן זיי פאר יעדע אטאקע באצאלן א פרייז.
|
|