בית פורומים אידישע געדאנק

התרגשות'דיגע אבן הפנה פאר א לאנטש רום אין קרית יואל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/8/2010 19:17 לינק ישיר 
התרגשות'דיגע אבן הפנה פאר א לאנטש רום אין קרית יואל

מען וועט ווייזען פאר די זאליס וואס זיי האבן געפראוועט א מעכטיגן אבן הפינה פאר זייערע נייע בית רחל
יעצט גייט מען מאכן אן אבן הפינה פאר א אדיטאריעם למזכרת נאכן רעבעצין פעסיל לאה ע"ה!

א גאווערמענט פראגראם אויף אויפבויען א אייגענע אודאטאריום פאר די בית רחל מיידלעך, וואס ביז היינט דארף מען נעבעך ארויסדינגען אינדרויסן פון שטעטל די מאנרא וואודבערי סקול,
דערווייל האט מען אלס ארויסגעדינגען דעם מאנרא וואודבערי סקול, אינאיינעם מיטן פאקט אז ס'פעלט אויך אויס א געהעריגן לאנטש רום פאר בנין מארקאוויטש, האט מכלומרש'ט די לעידיס עקזילערי געמאלדן אז זיי נעמען זיך אינטער דעם פראיקעט אהערצושטעלן א מייעסטעטישן אודיטאריום.

פארשטייט זיך אז אזא פראיקעט דיזערווד זיך א פאמפע כנהוג, און די ערשטע זאך איז א התרגשות'דיגען מעמד הנשגב אבן הפנה בהתאסף ראשי עם והגה"ק בראשם וכו'. אבער מ'קען דאך נישט מאכן סתם א התרגשות'דיגען מעמד פון א לאנטש רום מיט א אודיטאריום.

מ'גייט דאס נוצן פאר א דריטען צוועק.

מ'גייט דארט פראווענען פארשידענע מאורעות, וואסערע מאורעות? האט אונז דער בלאט נאך נישט מגלה געווען. דערווייל הייסט עס "מאורעות" (נילעס העחאג גייט מען דאך שוין בקרוב פראווענען אינעם נייעם ביהמ"ד אויף בעדפארד..) אלזא די בלאט זאגט נישט אויס וועלעכע מאורעות, ס'גענוג די ווארט "מעוראות" און מ'קען שוין מאכן א התרגשות'דיגען היסטארישן אבן הפנה.

א רייכע סעודה ווערט סערווירט ווערן אין בית רחל פערעדייס באגלייט מיט א הערליכע קאפעליע משוררים, פארענטשעס לענגאויס דעם גאנצן זאל פאר די בחורי חמד (פארוואס בחורים דארפן צומאכן די גמרות פאר א בית רחל לאנטש רום פארשטיי איך נאכנישט אפשר כ'וועל עלטער ווערן..)

מ'בעט די אלע וואס גייען קומען צו פארן מיט די קארס, זאלן אויספאלגן די פאבליק סעיפטי קינדער וואס וועלן קאנטראלירן/אנמאכן א שווערן טרעפיק ארום די דערנעבעדיגע 6 גאסן.. 
 


תוקן על ידי גיטעראיד ב- 01/08/2010 19:34:04




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2010 21:32 לינק ישיר 

אונז האב מיר מורא צו מאכן 70 אבן הפינה'ס! די ביזט אויפן קאפ געפאלן??? די גאנצע סייט וועט ווערן געזדשעמד פון די פילע 39 פרישע אשכולות פאר יעדן אבן הפינה....!!!! 70 X 30 =2730 אשכולות...... און פארדעם שעלטן די ארונים... ווען ענקערע 39 אשכולות..... אמת?? מצה טאש וואס דו ביזט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2010 20:48 לינק ישיר 

www.bhol.co.il/news_read.asp?id=18805&cat_id=2



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2010 18:02 לינק ישיר 

איך לאך ווי א יונגעל טוט זיך אויף אינא צווייטע פארום אז מ'מאכט ב"ה אבן הפנה'ס אין ווילימסבורג לאנדאן מאנטרעאל אנטווערפן ירושלים וכו' אין אנדערע ווערטער, מיר האבן נישט קיין בית רחל אין ווימ"ס קיין ת"ת אין לאנדאן, קיין בית רחל אין אנטווערפן, קיין ביהמ"ד אין מאנטרעאל, קיין כולל אין ירושלים,

שעפעלע, מאך דיר 70 אבן הפנה'ס יעדן טאג די פלאן איז געווען פארקערט... 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2010 17:35 לינק ישיר 

איך בין באמת נישט אינטערעסירט דיך צו קאנווינסען... די וועסט דאך מילא נישט מודה זיין.... א שאד דאס טענה'ן! און אז ס'איז יא געווען מענטשן צו נישט מאכט דיר א חילוק? די האלטסט אז טאמער איז נישט געווען קיין מענטשן ווערט עטץ גלייך בעל הבית אין קרית יואל?.... קיין איין האר איז נאכנישט ארויסגעפאלן פון יעקב מאיר פערענץ'ס האנט פלאך.... אגב, ווען מ'נעמט מיר צו א סעלפאון וואס האט אין זיך פארמעגליך'ס סחורה ווער איך אויך ווילד.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2010 17:06 לינק ישיר 

לעמעלע די האסט דאך ליב מברר זיין מעשיות אויב סאיז אמת, אדרבה סיי מברר וויפיל אידן זענען געווען דארט, ברענג א קליפ וויפיל אידן האבן זיך משתתף געווען, וויפיל בחורים זענען געווען אויף די ברענטשעס,

שטעל ארויף דעם ווידיא פון די מסיבה וירא הקהל וישפוט,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2010 07:49 לינק ישיר 

ווי אזוי האט דער סבלן זיך אויסגעדריקט?  כבר היה לעולמים, מען האט איינעם אנגעשלאגן און עס איז שוין ווייטער שטיל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2010 07:45 לינק ישיר 

אזא פנים לאפלאש טראגן אלע דיינע מעשות...... דערצייל יעדן.... וועלכע אינגערמאן האט מען אנגעשלאגן? און ווער האט אים אנגעשלאגן? און פארוואסערע חטא?? איך זאג נאר וואס איך טראכט, ס'קען זיין אז איך בין נישט גערעכט... איז אפשר געזיצן א דרייווער פון די טראק אויבן אן ווי איינע פון די אנגעזעהנע אידן?... אדער איז געווען א סיין הונטערן אויבן אן מיט שארפע קידוש לבנה אותיות: מאת ה' הותה זאת.......???? ערענסט גערעדט, וועם שטערט אז מ'כאפט פיקשטערס?... ס'איז אפשר געווען א פראטעסט וואס האט געטראגן דעם סלאגאן 'עת לעשות לה'?....

תוקן על ידי א_לעמעלע ב- 02/08/2010 07:54:51




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2010 06:45 לינק ישיר 

די בזיונות זענען געווען עד לב השמים,

די ארונים האבן נישט געוויסט ווי זיך אהינצוטוהן פאר בושה, זיי האבן אנגעשלאגן א אינגערמאן פאר דעם חטא פון מאכן בילדער,
דער סבלן האט נישט געקענט סובל זיין די בילדער און ער האט זיך אפגעשטעלט אינמיטן רעדן, און געוויזן פאר ווערטהיימער זאל ארויסטראגן דעם יונגערמאן וואס האט געמאכט א בילד,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/8/2010 00:10 לינק ישיר 

נעבעך... קוקסט אויס צו זיין היבש אנגעווייטאגט.... איינער שרייבט מיר אין אישי א גוטן פוינט: די זאליס זענען בעיקר אנגעווייטאגט אויף דעם היינטיגען אבן הפינה אז אונז בוי מיר אויף א בנין פאר טישן, מסיבות, שמחות, אד"ג א שטייגער ווי זיי פלעגן נוצן די ראסס שול און איז נעבעך אפגעשפארט...... די חילוק פאטשט זיי אין פנים! די ראס ביעם סענטער פלעגט פוסטעווען א גאנץ יאר, נאר איין צוויי מאל האט מען עס אנגעפילט מיט די מאקסימום מענטשן וואס נאר מעגליך צוזאמצונעמען... און נאך אלעם האט זיך עס געציילט אין די נידריגע הונדערטער... די אויסגעצויגענע אויסשטעלונג דורך פראפעסיאנעלע פראדאקשען קאמפעני'ס האט אויסגעקוקט היבש דורכזיכטיג אפילו נאכן אנפילן דאס פלאץ! זיי ווייסן גאנץ גוט וויאזוי עס קוקט אויס א מסיבה צו א שמחה ביי זייערע ליב-האבער די ארונים.... און נאך אלעם האבן די ארונים באוויזען זיי ארויסצושליידערן פונעם בנין כאטשיג עס פיסטעוועט אפ האבן זיי נישט קיין דריסת הרגל! און דא גייען די ארונים זיך מאכן שבת פאר זיך.... מ'גייט זיך בויען פתאום ורעמסס ווען זיי זענען פארבליבן מיט זייער לארקין בילדינג מיט זייערע מיליאנען תלמידים... און אין וומסב"ג צייטווייליג אין געלן ראדני מיט עטליכע הערינג פרעסער.....

תוקן על ידי המהדרין ב- 02/08/2010 01:22:40




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > התרגשות'דיגע אבן הפנה פאר א לאנטש רום אין קרית יואל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext