בית פורומים אידישע געדאנק

סעודות לרגל הילולת מרן רבינו הקוה"ט מסאטמאר זי"ע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/8/2010 18:05 לינק ישיר 
סעודות לרגל הילולת מרן רבינו הקוה"ט מסאטמאר זי"ע

אנגעהויבן פון פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש פרשת עקב זענען פארגעקומען איבער די וועלט סעודות לרגל הילולא קדישא פון מרן רבינו הקוה"ט מסאטמאר זי"ע, וואו תלמידים וחסידים האבן זיך צוזאמענגענומען צו הערן עובדות וענינים פון הייליגן רבי'ן זי"ע מפי זקני תלמידים וחסידים.


ווער עס האט א באריכט אדער בילדער פון א סעודה אדער מסיבה לרגל ההילולא קדישא, פון מוצש"ק אדער בעצם יומא דהילולא קדישא,קען עס דא אריינשרייבן.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2010 21:33 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2010 21:10 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2010 04:58 לינק ישיר 

http://ping.fm/ULamp



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/8/2010 22:04 לינק ישיר 

קריטיק אויף די הנהלה באלאנגט אין תיבה אישית. ההנהלה.

תוקן על ידי המהדרין ב- 03/08/2010 23:09:21




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/8/2010 20:59 לינק ישיר 

איך זעע אז מ'מאכט חוזק פין א איד וואס טיילט עסען פאר אידן וועל איך אריין האקן אינדערמיט

איך האב אמאל געהערט פין א איד וואס באדינט דעם עולם ביי פארשידענע געלעגנהייטן אז ער טיט עס ווייל ווען משיח וועט קימען בקרוב ווייסט ער נישט אויב מוועט עם אריין לאזן ביי די צדיקים אבער אזוי ווי ער טיילט דא אינטען פארן עולם האפט ער אז מוועט עם לאזן אויבן אויך טיילען מ'וועט דאך נישט לאזן די צדיקים זאלן טיילען וועט ער אויך קענען זיך אריין שטיפען צי די מסיבה של צדיקים לעתיד לבא


תוקן על ידי kj1234 ב- 03/08/2010 21:02:11




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/8/2010 20:46 לינק ישיר 
הרב בנש"ק ר' שמשון שליט"א איז עומד ומשמש ביי די מלוה מלכה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/8/2010 20:45 לינק ישיר 
הרב בנש"ק ר' שמשון שליט"א איז עומד ומשמש ביי די מלוה מלכה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/8/2010 20:42 לינק ישיר 

עכטער-חסיד;

מיר נעמען אין באטראכט דיין רוף וועגן לעמעלע. דערווייל ווילן מיר זיך באדאנקן פאר אייער חשובע ארבעט פון ברענגן די באריכטן ארום די סעודת הילולא'ס איבער די וועלט, און מיר וועלן זיך אי"ה האלטן דערצו אז דער אשכול זאל גענוצט ווערן נאר פאר דעם צוועק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2010 20:39 לינק ישיר 

א רוף צו די מנהלים:


עס איז צייט אפשצושטעלן דעם אנשיקעניש וואס רופט זיך א_לעמעלע

וויפיל איז דער שיעור צו נעמען יעדע נארמאלן אשכול און דאס צו פארוואנדלען אין פאליטיק??? 

ומכאן הקריאה יוצאות: שרייבט נישט דא קיין זייטיגע זאכן, נאר באריכטן איבער סעודות און מסיבות לרגל ההילולא קדישא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/8/2010 19:09 לינק ישיר 

א בילד פונעם ריזן ציבור





תוקן על ידי עכטער_חסיד ב- 03/08/2010 19:10:03




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/8/2010 18:34 לינק ישיר 

איך וועל אנהייבן מיט די הערליכע סעודת מלוה מלכה בבית המדרש הגדול דקהל יטב לב ד'סאטמאר, וואו דער בעל ההילולא האט אפגעראכטן זיין עבודת הקדוש במשך די לעצטע 10 יאר.


א ריזיגער ציבור פון הונדערטער אידן האבן זיך משתתף געווען. די חשוב'ע ארגאניזירער — בראש פון דעם בארימטן עסקן ומסדר המלוה מלכה מדי שבוע בשבוע הרב בנש"ק ר' יעקב שמשון גאלד שליט"א מנאמני בית כ"ק מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע — האבן זיך פשוט נישט געקענט גלייבן וואסערע עולם עס איז זיך צוזאמענגעקומען. עס האט פשוט אויסגעקוקט ווי דער עולם קומט יעצט אריין פון די קאנטרי... מען האט כסדר געדארפט צושטעלן טישן און בענק צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור.


עס איז געווען צוגעגרייט א סעודה כיד המלך (דאס איז באמת נישט קיין רבותא ווען מען רעדט פון ר' שמשון וואס יעדער וואס באטייליגט זיך ביי די וועכנטליכע מלוה מלכה אין ביהמ"ד הגדול זעט מיט וואסערע הרחבה עס ווערט צוגעשטעלט מדי שבוע בשבוע).


עס האבן אויפגעטרעטן מיט דרשות ווי פאלגענד:


דער בארימטער גבאי דקהילתינו הק' הרה"ח ר' מאיר שניצלער שליט"א — אליינס געווען א הויז-בחור ביי רביה"ק זי"ע –  וועלכער האט אין קורצע ווערטער איינגעלייטעט די מסיבה.


דערנאך האט דער עולם געהערט א מייסטערהאפטע דרשה פון הגה"צ רבי מאיר שפיץ שליט"א אבד"ק ביסטריץ — וואס זייענדיג אן איידעם ביי הרב ר' יוסף אשכנזי ז"ל משב"ק ואיש אמונו פון רביה"ק זי"ע האט ער געהאט די זכי' במשך פון די לעצטע 14 יאר צו זיין פון די משמשים בביתו נאוה קודש — וועלכער האט געהאלטן דעם עולם געשפאנט מיט זיינע הערליכע רעיונות און דערציילענדיג העכסט אינטערעסאנטע עובדות פון יענע יארן.


דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט א הערליכע דרשה הרב החסיד רבי יעקב כהנא שליט"א ראש הקהל דקהילתינו הק', וועלכער האט דערציילט וואונדערליכע עובדות "בדידי הוה עובדא" פון אינדערהיים אין סאטמאר, וואס דער עולם האט געשלונגען מיט דורשט.


עס איז שוין געווען נאך 2:30 אזייגער ווען מען האט געבענטשט, אבער א גרויסער עולם איז נאך געבליבן זיצן און געשמועסט פארשידענע עובדות וענינים.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > סעודות לרגל הילולת מרן רבינו הקוה"ט מסאטמאר זי"ע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext