דער סבלן הדור האט די נאכט אנגעהויבן וויינען און בריקענען ווי א קינד נאך ערגער ווי ביי די מאמעס לוי', אז סבלנות האט אויך א גבול, און עס איז שוין מער נישט צום אויסהאלטן די עטליכע וואכן וואס ער פיגורירט נישט אויף די פראנט קאווער פון די בילדער מאגאזינען.
ער וויל נישט פארשטיין פארוואס האט דער כל העולם כולו נישט אראפגעשיקט היי יאר נאכאמאל דעם פריוואטער מצלם וואס זאל אים פיקטשערן די גאנצע צייט וועלכע ער האט פארברענגט אין ניו העמפשיר פאר א "פרויקט מיוחד".
עס איז געווען הארצרייסנד מיטצוהאלטן די סצענע ווי דער גרויסער סבלן קלאגט כמתו מוטל לפניו "מער וועל איך קיין ניו העמפשיר נישט פארן אויב דאס זענען די רעזולטאטן. איך וועל מוזן סובל זיין און אויפגעבן די וואקאציע רייזעס."
דער חכם הרזין לישע הורוויץ האט דעם רבי'ן בארואיגט. "אבי זיך אפצורעדן. עס זענען היבש פארשפרייט געווארן די בילדער פון רבינס פיצא עסן אין רעסט עריע, און פאטעיטא טשיפ השגחה וואס דער רבי האט געגעבן מיט די טלית ותפלין."
אבער די פראגע ברענט. דער סבלן וויל זיך שוין ווידער זעהן אויפן דעקל פון די פיקטשער מאגאזינען פאר יעדע פרייז. איז וואס טוט מען פאר די וואך?
מיט א אויפגעבלאזענע נאז האט דער סבלן אינגאנצן אוועקגעמאכט איינעמס פארשלאג אז מען זאל לייגן דעם שיינעם בילד ווי דער רבי מיט די געקרייזעלטע פיאה'לעך רעדט אין מיקראפאן ביים אבן הפינה די וואך אין קרית יואל. "וואס וועט מען זאגן ביים זעהן דעם בילד? אז דא האט דער רבי זיך אפגעשטעלט ביי די דרשה און געווינקען ווערטיימער ארויסצוטראגן יענעם אינגערמאן וואס נעמט בילדער פון אזא שיטערער צוזאמקום ביי זיך אין אייגענעם שטעטל!?"
"דאס אז ס'איז שוין באלד דינסטאג און אונזערע אגענטורן האבן נאך קיין איין בילד נישט ארויסגעגעבן פאר די וועלט פרעסע, דאס קען מען נאך פארדייען" האט זיך אנגערופן דער סבלן פון יאר הונדערט. "אבער אויף די וויקענד מוז מען שוין כאטש עפעס האבן!".
עס איז ווארשיינליך געבליבן אז פון די גאנצע וואך וועט מען נאר פובליצירן די בילדער פון קנאקעדיגן באזוך ביים סקווירער שוואגער. אזא אפקלאנג וואס דער וויזיט האט געהאט אז אפילו בחדרי חרדים האט אראפגעשיקט א רעפארטער צום ארט.
און יא! די וואך פרייטאג צונאכטס נאכן טיש, וועט דער סבלן זיך ווידער אויסשטרעקן אויפן קאוטש בביתו נאוה קודש מיט א פאקסי-פאפ אין מויל, און טאקע דארט אין זעלבן ספרים שטוב וואו דער רבן של ישראל וויינט יעדן פינעווע פארטאגס ביי אהבה רבה, וועט דער סבלן זיך קייכלען ווי א זיבעלע און מיט הנאה אראפשלונגען די טעראפי פילן וואס וועט געבן ווייטערדיגע חיות אנצוגיין מיט די עבודת הקודש פון כל אתר ואתר.