אין ליכט פון די אנגייענדע חפירות אין אור אלטן בית הקברות אין די שטאט יפו, וועלכע נעמען ליידער נישט קיין עק, טראץ אלע ביז איצטיגע פראטעסטן און פיקעטינגס איבער די גאנצע וועלט, האט די התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדא אין שפיץ פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א באשלאסן ביי א זיצונג היינטיגן דינסטאג פר' עקב, צו פאררופן א "מאסן דעמאנסטראציע" אויף דעם קומענדיגן מאנטאג פר' שופטים נאכמיטאג, וואו טויזנטער אידן וועלן ארויסקומען פארנט פון די רפ"ר הויפטקווארטיר געביידע אין מאנהעטן, אויסצושרייען דעם קול מחאה וזעקה פון יהדות הגולה!
דער הויפט ציל מיט אונטערנעמען די איצטיגע מאסן דעמאנסטראציע, איז באהויפטעט אויף די קלארע אנווייזונג פון הרה"צ רבי דוד שמידל שליט"א וועלכע זאגט קלאר אז צוליב וואס מען האלט אצינד אינמיטן פארהאנדלן מיט די הארטנעגיקע רשעי ישראל, איז וויכטיג צו צייגן א שטארקער פאראייניגטער כח פונעם יהדות החרדית, אז מען איז פעסט אנטשלאסן פאר יעדע פרייז צו ברענגן א אפשטעל צו די ביטערע גזירה פון פארשוועכן און אויסגראבן עצמות קדושי ישראל! און מען וועט נישט רוען קיין איין מינוט ביז די גזירה וועט מבוטל ווערן ולא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים.
ענערגישע כוחות פון מערערע עסקנים האבן זיך אצינד אריינגעווארפן מסדר צו זיין אלע דעטאלן ארום דעם בעפארשטייענדן עצרת מחאה אדירה, און מען גרייט זיך יעדער ארויסצוגיין ברבבותינו דעם קומענדיגן מאנטאג נאכמיטאג.
אין דעם אשכול וועט געברענגט ווערן כסדר'דיגע אפדעיטס פון די צוגרייטונגען
כולנו למערכה ולה' הישועה!
תוקן על ידי המהדרין ב- 05/08/2010 18:46:17