הצלה ק"י בעט די עלטערן פון ויוא"מ בנ"י בלייבן אינדערהיים - מיר נעמן דאס אן.
די אומפארטייאישע הילף ארגענעזאציע חברה הצלה קרית יואל האט היינט אהיימגעשיקט מיט די קינדער פון ת"ת און בית רחל, הצלה קארדס וואס אויב די עלטערן ברענגן דאס מיט היינט צו די פארטי קענען די עלטערן אהיימטראגן פאר די קינדער א קליינע הצלה קיט.
4,000 קינדער אין קרית יואל האבן נישט באקומען דע קארדס, 1,800 פון בני יואל, 2,200 פון ויואל משה, דע קינדער זענען יעצט אויפן גאס צווייטע קלאס קינדער.
אויב האט איינער ווערטער זאל ער ביטע מגיב זיין ווייל איך האב נישט.
נשלח ב-5/8/2010 16:48
שקר!! ווי אלע זייערע שקרים!!
נשלח ב-5/8/2010 07:46
איך ווייס גראדע אז מען האט זיי געגעבן קארטלעך אויסצוטיילן ביי חברת תהלים אבער אויף איינס פון די קארטלעך איז עפעס געשטאנען בהוראת הדומ"ץ. דאן האבן די חברה תהלים מענטשן אפגעמאכט אז מען טיילט עס נישט אויס, איר קענט פרעגן איינס פון די חברה תהלים אנפירערס וואס איז אויך אין הצלה און ער וועט אייך דאס קאנפירמען
נשלח ב-4/8/2010 23:16
דיןתורה דע ציפער 4,000 האט דיר געקאסט א לאך ב"ה נאר אויף שמחות.. מיך קאסט עס אויך א לאך... וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ.
נפל, אט גענוי האב איך געטון ווי דו שרייבסט.
נשלח ב-4/8/2010 21:20
נו... געגאנגען! יאלא....
עפענטס א אייגענע....
איינער שיקט מיר אין אישי א גוטן געדאנק:
איך קען קוים ווארטן די זאליס זאלן עפענען א אייגענע הצלה נאכפאלגענדיג זייער אייגענע וויליזדש פאליס..........
קענסט זיך אוודאי פארשטעלן אויב זיי עפענען, וואס פארא סיירינס זיי גייען ניצן.... קענסט זיין זיכער אז ס'גייט אויסשרייען זייער ווייטאג אקעגן דעם רבי'ן... זייערע לייטס און בליצערס וועלן אויסשפייען בלוט פון די לעצטע 30 יאר....
אזש מ'וועט נישט קענען נאנט קומען צו זייער הצלה גאראזדש...!
נשלח ב-4/8/2010 20:54
איך פארשטיי באמת נישט פארוואס מען האט נאך קיין נייע הצלה נישט געמאכט דאס איז גרויסע ביזנעס פון מיליאנען אויב וועלן די אנדערע ארגעניזאציעס אויהערן צו שטיצען אונזערע קרייזען וועט בלייבן גענוג אין נאך געלט צו מאכען נייע ארגעניזאציעס
איך פארשטיין אז עס איז שווער צו מאכען א נייע תלמוד תורה סקול כולל בית מדרש ווייל דאס קאסט געלט אבער הצלה איז א גוטע השקעה
נשלח ב-4/8/2010 20:49
איך בין אינגאנצען צימישט דא לאמיך לייגען אין א זייט דעם ציפער 4000 קינדער וואס וואשיינדליך ציילט איר פיס אנשטוט קעפ אבער דאס איז נישט די טעמע, עס האט מיר נאר געקאסט א לאך
נאר וועגן די הצלה איר שרייט שוין דא עטליכע חדשים אז מען זאל נישט שטיצן די הצלה איז וואס איז פליצלינג געשעהן אז איר זענט ברוגז אז מען האט נישט געשיקט קיין קארטלעך פין די קינדער פין בני יואל אין מהרז''ל?
נישט אז רופן נישט צו שטיצן די הצלה קומט פין יודישע מידות אפגערעדט פין אלע ליגענט וואס מען פארקויפט דא אויף די הצלה אבער אז איר רופט יא מען זאל זיי נישט שטיצן פארוואס האט איר טענות וועגן א נערישע הצלה קיט פאר קינדער?
נשלח ב-4/8/2010 18:46
איך פארשטיי נישט פארוואס איר וויינט אזוי
אויב טוט אייך וויי די הצלה קיט וואס אייער קינד האט נישט באקומען, קענט איר נעמען די נדבה וואס איר האט געפלאנט צו געבן פאר הצלה און גיין אין טוי סטאר קויפן דערמיט 10 הצלה קיט'ס...
איר קענט ווייטער ניצן הצלה על כל צרה שלא תבאו, באצאלן וועט אינשארענס און די אהרוינים.
נשלח ב-4/8/2010 18:12
סענדער ווי עס קוקט אויס ביסטו אינטער די איינפלוס אז אלע אנדערע ארגאנאזאציעס וועלן זיך אטאמאטיש צושטעלן צו די ארוינים, אמת אזוי וואלט געטראכט א ארוינישע קאפ (ווי האט מיר אמאל א ארוינישע בחור געזאגט מיין רבי נעמט צוביסלעך איין די גאנצע וועלט, איבעראל רעדט יעדער פון אים ((פון זיין טפשות)) ער ווערט צוביסלעך בעל הבית אויף אלע קהילות.... איך האב צוגעלייגט "חוץ אויף ראדני" )
עס איז בכלל נישט אזוי ווי די זאגסט, קודם כל רפואה העלפליין למשל גייט קיינמאל נישט שפילן קיין פאליטיק ווען עס קומט צו פיקוח נפשות, און טאמער יא איז דא גענוג און נאך גיטע ריפירל ארגאנאזאציעס חוץ רפואה העלפליין,
וועגן חברים איז דאס דערווייל בכלל נישט קיין פאליטישע שפיל, זיי זענען זייער נייטראל און כאטשיג האלב פון זייערע מעמבער'ס זענען אנ"ש, ממילא גייען זיי אוואדאי נישט שפילן קיין פאליטיק ווען עס קומט צו פיקוח נפשות
טאמער וועלן זיי יא שפילן פאליטיק האבן אונז גענוג מעמבער'ס דארט צו מאכן שבת פאר זיך, אבער ווי געזאגט וועט דאס נישט פאסירן קיינמאל לכאורה