בית פורומים אידישע געדאנק

הצלה ק"י בעט די עלטערן פון ויוא"מ בנ"י בלייבן אינדערהיים - מיר נעמן דאס אן.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/8/2010 03:08 לינק ישיר 
הצלה ק"י בעט די עלטערן פון ויוא"מ בנ"י בלייבן אינדערהיים - מיר נעמן דאס אן.

די אומפארטייאישע הילף ארגענעזאציע חברה הצלה קרית יואל האט היינט אהיימגעשיקט מיט די קינדער פון ת"ת און בית רחל, הצלה קארדס וואס אויב די עלטערן ברענגן דאס מיט היינט צו די פארטי קענען די עלטערן אהיימטראגן פאר די קינדער א קליינע הצלה קיט.

4,000 קינדער אין קרית יואל האבן נישט באקומען דע קארדס, 1,800 פון בני יואל, 2,200 פון ויואל משה, דע קינדער זענען יעצט אויפן גאס צווייטע קלאס קינדער.

אויב האט איינער ווערטער זאל ער ביטע מגיב זיין ווייל איך האב נישט.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2010 03:19 לינק ישיר 

בליעה''ר 4000 קינדער אזא מספר עצום זענען נישט קיין צווייטע קלאס קינדער
זיי זענען ב''ה גענוג א גרויסע כח, איך זארג מיך נישט פאר זיי,
טראכט נאר אריין וואס עס האט אמאל געמיינט פאר א קינד אין קרית יואל צו לערנען אין א מוסד וואס איז נישט געווען אונטער ר' אהרן וואס דאס קינד איז אדורך טאג טעגליך ה''י, אבער היינט צוטאגס 4000 קינדער בליעה''ר סך הכל
באקומען זיי נישט קיין הצלה קארדס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2010 04:34 לינק ישיר 

העלד ברענגסט עס גוט ארויס אבער נישט אינגאנצן, מיר ווייסן ב"ה ווי מיר שטייען און ווער די צווייטע קלאס איז, מיר דארפן ב"ה נישט קיין חיזוק, אבער, די קינדער ווייסן נאר פון די הצלה קארדס, און איך האב גערעדט פון זייער וועלטל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2010 05:36 לינק ישיר 

איך בין זיכער אז די הצלה גייט טרעפן שיינע תירוצים אויף דעם, אבער עס איז אזוי ווי דער אינגעל פלעגט ממש יעדן טאג קומען שפעט און אייביג געהאט א מעכטיגן תירוץ, האט אים דער רבי געזאגט, אינגעלע טייערע א פיינע תירוץ האסטו טאקע שטענדיג אבער אזוי וועסטו קיין תלמיד חכם נישט ווערן

הצלה האט טאקע פיינע תירוצים אויף אלעס אבער אזוי הייבט זיך אן א רעוועלוציע ביז צוביסלעך וועט זיך בויען נאך א ציגל און נאך א ציגל ביז עס וועט איינמאל פאר אלעמאל געגרינדעט ווערן א אייגענע חברה הצלה אין קרית יואל

דערווייל האבן זיי נאכנישט געטוהן קיין שום שריט צו איבערצייגן אז זיי בייגן זיך אוועק פון די פארטייאישקייט און דינען דעם גאנצן ציבור צוגלייך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2010 10:10 לינק ישיר 

פארוואס רופסטו אן די קינדער צווייטע קלאס ווייל זיי האבן נישט באקומען הצלה קיטס?... למשל ווען די הצלה זאל ווען אויסטיילן אין וומסב"ג פאר די פאפא ת''ת קינדער הצלה קיטס וואלסטו געזאגט אז סאטמארע קינדער אין וומסב"ג זענען צווייטע קלאס?.... די ארונים דא זענען היינט צו טאגס אזוי גרויס ווי פאפא ת"ת אין וומסב"ג.... עטץ האטס דאך 4000 קינדער.... ניין?... נ.ב. זעהטס ביטע ווי שנעלער צו עפענען א אייגענע חברה הצלה... פליז! איך ווייס דאך אז עטץ טויגטס.... פאבליק סעיפטי יוכיח............ זעהט נאר אז ס'זאל נאכפאלגן אזוי ווייטער און ווייטער: גמ"ח הצלה, מצילי אש, און אזוי אויך א געהעריגע תלמיד תורה און מיידל שולע פאר ענקערע 4000 קינדער וואס האבן נישט באקומען קיין הצלה קיט

תוקן על ידי א_לעמעלע ב- 04/08/2010 10:17:47




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2010 16:23 לינק ישיר 

לעמעלע. א שאד די ניצט נישט דיין קאפ פאר תורה. די ענטפערסט אייביג אזוי צו דער זאך. אייביג קורץ און שארף. און גוט אויפן פלאץ. איך מיין אז די זאלסט זיך זעצן לערנן. און לאזן דא שרייבן נאר מענטשן מיט אביסל א העכערע IQ וואס די האסט. בד"וו האלט איך אז לעמעלע איז פאר אונז א שטראף מן שמים אויף דעם וואס מיר זיצן אויף הייד פארק. שיקט דער באשעפער צו אזא בריאה ווי לעמעלע. און פארמיאוסט מיט זיין מיאוסן פעדער גאנץ הייד פארק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2010 16:59 לינק ישיר 

גרינדען א אייגענע הצלה איז נישט קיין אפשען, הצלה איז צוטיילט אין עטליכע אפטיילינגען, למשל לינת הצדק, ווען זיי טרעפן נישט איינער זאל מיטפארן מיטן פאציענט רופן זיי א לינת הצדק מעמבער. אויב מאכט זיך א עמערשענסי מיט א פרוי און מ'דארף ארומזיכן דעם מאן אין בתי מדרשים גראסעריס וכו' נוצן זיי חברים. וועלעכע שפיטאל גייט מען, נוצט מען רפואה העלפליין. יעצט אויב עפענסטו א אייגענע הצלה איז זייער קרוב אל השכל אז משה אהרן שטיינבערג וועט זאגן פאר דע ארגענעזאציעס, הלנו אתה או לצרינו.. דע וועלן זיך ענדערש צושטעלן צו שטיינבערג ווי צו דיר, דאן דארפסטו דיר עפענען דע אלע ארגענעזאציעס אפשר אויך גמ"ח הצלה

לפי עניית דעתי, איז די איינציגסטע וועג זיי עס צו מאכן שפירן פינאנציעל, און מיט דעם שיקן א מעסעדש פאר זיי און פאר אלע הילף ארגענעזאציעס, אז מיר דארפן צוקומען צו אייך, אבער עטץ דארפטס אויך צוקומען צו אינז..! 






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2010 18:12 לינק ישיר 

סענדער ווי עס קוקט אויס ביסטו אינטער די איינפלוס אז אלע אנדערע ארגאנאזאציעס וועלן זיך אטאמאטיש צושטעלן צו די ארוינים, אמת אזוי וואלט געטראכט א ארוינישע קאפ (ווי האט מיר אמאל א ארוינישע בחור געזאגט מיין רבי נעמט צוביסלעך איין די גאנצע וועלט, איבעראל רעדט יעדער פון אים ((פון זיין טפשות)) ער ווערט צוביסלעך בעל הבית אויף אלע קהילות.... איך האב צוגעלייגט "חוץ אויף ראדני" )

עס איז בכלל נישט אזוי ווי די זאגסט, קודם כל רפואה העלפליין למשל גייט קיינמאל נישט שפילן קיין פאליטיק ווען עס קומט צו פיקוח נפשות, און טאמער יא איז דא גענוג און נאך גיטע ריפירל ארגאנאזאציעס חוץ רפואה העלפליין,

וועגן חברים איז דאס דערווייל בכלל נישט קיין פאליטישע שפיל, זיי זענען זייער נייטראל און כאטשיג האלב פון זייערע מעמבער'ס זענען אנ"ש, ממילא גייען זיי אוואדאי נישט שפילן קיין פאליטיק ווען עס קומט צו פיקוח נפשות

טאמער וועלן זיי יא שפילן פאליטיק האבן אונז גענוג מעמבער'ס דארט צו מאכן שבת פאר זיך, אבער ווי געזאגט וועט דאס נישט פאסירן קיינמאל לכאורה

די זעלבע זאך איז מיט לינת הצדק און אנדערע, עס איז דא גענוג און נאך ארגאנאזאציעס וואס ווערן אנגעפירט דורך אנ"ש איבער גרעיטער ניו יארק

טאמער




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2010 18:46 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט פארוואס איר וויינט אזוי

אויב טוט אייך וויי די הצלה קיט וואס אייער קינד האט נישט באקומען, קענט איר נעמען די נדבה וואס איר האט געפלאנט צו געבן פאר הצלה און גיין אין טוי סטאר קויפן דערמיט 10 הצלה קיט'ס...

איר קענט ווייטער ניצן הצלה על כל צרה שלא תבאו, באצאלן וועט אינשארענס און די אהרוינים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2010 20:49 לינק ישיר 

איך בין אינגאנצען צימישט דא
לאמיך לייגען אין א זייט דעם ציפער 4000 קינדער וואס וואשיינדליך ציילט איר פיס אנשטוט קעפ
אבער דאס איז נישט די טעמע, עס האט מיר נאר געקאסט א לאך

נאר וועגן די הצלה
איר שרייט שוין דא עטליכע חדשים אז מען זאל נישט שטיצן די הצלה
איז וואס איז פליצלינג געשעהן אז איר זענט ברוגז אז מען האט נישט געשיקט קיין קארטלעך פין די קינדער פין בני יואל אין מהרז''ל?

נישט אז רופן נישט צו שטיצן די הצלה קומט פין יודישע מידות
אפגערעדט פין אלע ליגענט וואס מען פארקויפט דא אויף די הצלה
אבער אז איר רופט יא מען זאל זיי נישט שטיצן פארוואס האט איר טענות וועגן  א נערישע הצלה קיט פאר קינדער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2010 20:54 לינק ישיר 

איך פארשטיי באמת נישט פארוואס מען האט נאך קיין נייע הצלה נישט געמאכט
דאס איז גרויסע ביזנעס פון מיליאנען
אויב וועלן די אנדערע ארגעניזאציעס אויהערן צו שטיצען אונזערע קרייזען וועט בלייבן גענוג אין נאך געלט צו מאכען נייע ארגעניזאציעס

איך פארשטיין אז עס איז שווער צו מאכען א נייע תלמוד תורה סקול כולל בית מדרש ווייל דאס קאסט געלט אבער הצלה איז א גוטע השקעה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2010 21:20 לינק ישיר 

נו... געגאנגען! יאלא.... עפענטס א אייגענע.... איינער שיקט מיר אין אישי א גוטן געדאנק: איך קען קוים ווארטן די זאליס זאלן עפענען א אייגענע הצלה נאכפאלגענדיג זייער אייגענע וויליזדש פאליס.......... קענסט זיך אוודאי פארשטעלן אויב זיי עפענען, וואס פארא סיירינס זיי גייען ניצן.... קענסט זיין זיכער אז ס'גייט אויסשרייען זייער ווייטאג אקעגן דעם רבי'ן... זייערע לייטס און בליצערס וועלן אויסשפייען בלוט פון די לעצטע 30 יאר.... אזש מ'וועט נישט קענען נאנט קומען צו זייער הצלה גאראזדש...!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2010 23:16 לינק ישיר 

דיןתורה דע ציפער 4,000 האט דיר געקאסט א לאך ב"ה נאר אויף שמחות.. מיך קאסט עס אויך א לאך... וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ.

נפל, אט גענוי האב איך געטון ווי דו שרייבסט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2010 07:46 לינק ישיר 

איך ווייס גראדע אז מען האט זיי געגעבן קארטלעך אויסצוטיילן ביי חברת תהלים אבער אויף איינס פון די קארטלעך איז עפעס געשטאנען בהוראת הדומ"ץ. דאן האבן די חברה תהלים מענטשן אפגעמאכט אז מען טיילט עס נישט אויס, איר קענט פרעגן איינס פון די חברה תהלים אנפירערס וואס איז אויך אין הצלה און ער וועט אייך דאס קאנפירמען



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/8/2010 16:48 לינק ישיר 

שקר!! ווי אלע זייערע שקרים!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הצלה ק"י בעט די עלטערן פון ויוא"מ בנ"י בלייבן אינדערהיים - מיר נעמן דאס אן.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext