בית פורומים אידישע געדאנק

זייט מיר מוחל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/8/2010 06:34 לינק ישיר 
זייט מיר מוחל!

אוי וויי נאך א איד כאפט אנשטאטס מיר, געוואלד און געשריגען!

איך בעט איבער די אלע אידן וואס  ליידן וועגן מיר, איך בין געווען שטיל לעצטענס האב איך געמיינט אז מען וועט קיינעם נישט מער חושד זיין, אבער אזוי ווי איך זע אז עס איז אריין אין רציחה ממש, קען איך מער נישט שטיין גלייכגילטיג.  איך וועל אי"ה ביז נעקסטע וואך אנהייבן צוריק מיט די היסטאריע, פון וואס די ארונים האבן אזוי שטארק מורא, און אויב האט איר הנאה געהאט די פארגאנגענע מאל, דעמאלטס גייט איר אסאך מער הנאה האבןפון די קומענדיגע ארטיקלען אי"ה

במילא בעט איך יעצט א בקשה צי אנ"ש, נישט צי פרובירן צי כאפן א בילד אדער לאכן אין זייער געגענווארט, אין אוואדאי נישט אין דו געגענווארט פון דעם גלויבן זייערע, ווייל איר גייט גלייך ווערן נחשד אויף פארמעגליך...


מיט אנטשולדיגונג פארמעגליך


תוקן על ידי פארמעגליך ב- 04/08/2010 06:49:03




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2010 07:13 לינק ישיר 

איך פריי מיך זייער אז די גייסט שוין ווידער באנייען דיינע ארטיקלען, איך בעט דיך אבער בתחנונים, זאלסט למען השם אביסל מער איבערזאגן דעם שטארקן אמת אז די זאליס זענען איבעראל די מיאריטעט און די ארונים די מיינעריטי, זאלסט אזוי פיל מאל איבער זאגן, אז זאל זיך שפירן כאילו רוב סאטמארע חסידים האבן שוין פיינעלי - נאך צענליגע פראווען אריינגעשטימט זאליס אין קרית יואל - אויך זאל זיך שפירן כאילו אין בארא פארק ווי די זאליס זענען אינדרויסן האבן זיי געהאט די קוראזש און געעפנט נייע מוסדות און תיכף געהאט 40 פראצענט און היינט האלט עס ביי כמעט איבערשטייגן און די קלענערע עידשעס, און אין וומ"ב ווי די ארוינים זענען אינדרויסן האבן די אהרונים זערא...

ממילא אויב דו האמערסט נישט גענוג דעם דברי אמת ונכון, קען מען ח"ו אריינפאלן און א דיפרעסיע מיטן זיך נאך איינרעדן אז די אהרונים זענען גאר די מיאריטעט,

שכוח

נ"ב, איך באוואונדער טאקע דיין אויסערגעוועליגער כיטרעשאפט וויזוי די בייווייזט טאקע צו באהאלטן דיין אידענטעט, ביסטיך אזוי געריבן, למשל מיך ווייסט יעדער ווער איך בין, וויזוי בייווייזטו דאס?


תוקן על ידי קמץ_בארד ב- 04/08/2010 07:14:34




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2010 07:28 לינק ישיר 

אויף נעקסטע וואך וועלן זיך אלע ארונים אזוי פרייען ווי די פרייד דיך יעצט ווען די פרישע סחורה וועט זיין געפאוסט

איך בעט דיר שלאג נישט קיינעם אדער נעם נישט צי טעלעפאנס פון מענטשן פאר פרייד,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2010 07:59 לינק ישיר 

אוי ביסטו גוט!!!!

פארמעליך פארמעגליך, יו נעווער דיסעפוינט מי....

איך האלט אז מ'דארף מפיץ זיין דיינע סחורה אין אלע שולן אזוי ווי די חלה דעקלעך זענען מפיץ זייערע שלחן מלכים, וואס איך דו ווייסן דאך סייווי אז ס'אלעס צוויבעלס תורות, און געמאכטע שטותים, אזוי זאל זיין סחורה זה לעומת זה, אויף דיינע סחורה וועט קיינער נישט חושד זיין אז ס'קומט פון שמיל טייטלבוים, די גאנצע וועלט וועט מעיד זיין אז ס'קומט גראד פונעם מקור...

וואס האלטסטו, דו דשיניעס...?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2010 17:18 לינק ישיר 

לייג דיר אוועק די קללות אויף נעקסטע וואך ווען איך וועל לייגן די פרישע סחורה,דו לויפסט שוין אויס פון קללות יעצט,און ווען עס וועט זיין די פרישע סחורה וועסטו בלייבן מיטן צונג אינדרויסן, און מענטשן וועלן מיינען אז די ביסט אויפגערעגט וועגן מיר

הצלחה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2010 17:57 לינק ישיר 

דער אלטער פארמעגליך איז שוין נישט דא, דער נייער פארמעגליך שרייבט אויך גאנץ פיין אבער עס איז נישט דאס וואס דער אלטער פארמעגליך האט געשריבן,

עס זעהט זיך קלאר אהן אז דאס איז א צווייטער, במחילת כבודו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2010 18:09 לינק ישיר 

*באדאפעסט*

קרבן נומער 39

שאק...טרויער...דאמאראליזאציע...היסטעריע...צומישעניש...פחד..א.א.וו. זענען נישט די פאסיגע אויסדרוקן צו באצייכענען דער שאקירנדע און אומערווארטעטע סיטואציע וועלכע האט זיך בייזוויליג און פארציקנד הונטערגערוקט אויף מיר.... וועמענס הענט זענען בליטיג פארשמירט......................

ס'איז אומבאשרייבליך....א היסטערישע צומישעניש הערשט אצינד ביי מיר מיט מיין קאמפיין וועלכע איך האב זיך אינטערגענומגען א שמוציגער קאמפיין פאר א וויילע צוריק, און אין לענגערע שילדערונגען אטאקירט, ארונטערגעריסן, און באזידלט, אויף א אומגלויבליכער פארנעם פארשידענע פערזענליכקייטן...

א גרופע וואס ביי איר שפיץ שטייען ארום פיר אנגעגעסענע-פארווייטאגטע יונגען... כמעט קיינער אין די זעלבע עלטער...יעדער מיט א ספעציעלע סיבה וואס זאל אים טרייבן צו דער וואנזיניגע און גרויליגע שריט...און נאך עטליכע יוגענטליכע וועלכע פירן אויס די געמיינע שליחות'ער, און נאך וועלכע געבו אנצוהערן זייערע הערות....ביזן לעצטן מוגה...און דערנאך צו די פריי... דאס אלעס שטייט אינטער מיינע געמיינע בליט טרינקענדע פעדער...

גאר ווערטפולע און טייערע שטאף געפינען זיך איצט אין אהרוינישע גוטע הענט... נאכדעם וואס דער סוף גנה לתלי' איז אפגעטייטשט געווארן אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר... גרונטליכע פארשונגען זענען אין פולן קראפט...געהיימניספולע אינפארמאציע פון רויטסטן סארט געפינען זיך אצינד אפן און אינטער געניטע אויגען...וויי א בראך..................אוי א געוויין...
 
א שווארצע רוח וועט איינהילן די שולדיגע אין דער 10 יעריגע הינער-פארטיי ווען דער היסטארישע אנטדעקונג וועט מיט די פילצאליגע סענסעטיווע און געהיימע פאקטן, בילדער, א.ד.ג. ארויסגיין אויף דער פריי, און פובלוצירט ווערן אין די עפענטליכקייט, קיינער, ניין קיינער קען אפילו נישט אפשאצן וויאזוי דער ברי' וועט רעאגירן צום אויפדעקונג....מיר די שולדיגע, די געטראפענע אינעם שווארצן גרופע קענען אצינד זיך נישט אויפפרישן ס'זכרון, און זיך דערמאנען....וואס נאך, וואס נישט...וויפיל....זענען אינטערגעפאלן אינטערן בייזן גורל...................

פרטים יבואו...........ימים ידברו......די אינטערנעמונגען, אינטענסיווע און פארזיכטיגע שריט גייען אן מיט דאס גרעסטע געדולט, און "סבלנות"... ביז צום לעצטן און ענדגילטיגען "הייליגע-מיסיע"...

עד כאן וואס דער אהרוינישען "אראבישען דמיון" מוח האט חשק

מכאן ואילך די טריקענע מציאות:

ווי איר זעט אלע האבן די אהרוינם שוין מצליח געווען צו כאפן דעם 39'סטער פארמעגליך... בערך יעדע 2-3 חדשים קומען זיי אויף מיט פרישע מעשיות און דמיונות אמאל איז פארמעגליך א "פישיגער" אמאל איז ער א "ביבער" ואין קץ לדברי רוח.

יעצט האבן די אהרוינים זיך א ווארף געגעבן אויף א אומשולדיגן אינגערמאן אים צוגענומען זיינע אויסגעטאפט זיינע טאשן און צוגענומען אלע זיינע פריוואטע חפצים אלס פארן חטא פון מאכן א בליד ביים דורכגעפאלענעם "הנחת אבן הפינה" פאר א לאנטש רום וואס די אהרוינם האבן געפראוועט אין שאטן פונם הערליכן הנחת אבן הפינה פארן נייעם גיאגנעטישן בית רחל, די אהרוינים האבן פאר אלע געלטער געדארפט מאכן זיכער אז בילדער זאלן נאר גענומען ווערן דורך קאנטרעלירטע קאמרעס כדי צו קענען צופיצן עטליכע הונדערט הוטן פאר די בילדער גייען ארויס אין פאבליק.

דער דערמאנטער אינגערמאן האט זיך גראדע געפינען בקרבת מקום פונם דורכגעפאלענעם אבן הפינה און געמאכט א פאר בלידער... די המשך איז אייך שוין אלע באקאנט ביז דער הויפט שלעגער האט גענדיגט מיט קייטלעך און ערווארט א טרייל אויף עטליכע הארבע קלאגעס.

איך וויל זיך נישט אריינלאזן אינם גאנצן סיפור הדברים איך וויל נאר בארירן וואס עס איז נוגע צו מיר.

איך האב קיין בלעק בערי "נישט" איך האב אזאנס אין מיין לעבן נישט געהאט, דעריבער האבן זיי מיין בלעק בערי נישט פארכאפט...

וזאת למודעי, די אהרוינים האבן פארשפראכן אז זיי האבן (צום 39'סטע מאל) געפאקט דעם "פארברעכער" און אויפגעבראכן דעם רינג... און איך פארשפרעך אנצוגיין ביתר שאת וביתר עוז...

סוף דבר ווענד איך זיך צו די אומשולדיגע באטראפענע, מיר האבן שוין א חלק איבערגעבעטן אינם עבר, עס דערנענטערט זיך שוין די ימי הרחמים והרצון (דאס וואס די אהרוינים רופן "ימים נוראים"). איך וויל איבערבעטן די אלע וואס ווערן גערודפט אלס פארמעגליך, אמת אז עס איז נישט מיין שולד, פארט קען זיין אז איך בין א שטיקל גורם אין ענקער פארגאסן בליט, דעריבער בעט איך אייך איר זאלט ארויסזאגן בפה מלא "מחול לך". ווער נאך ווי איר פארשטייט די וויכטיגקייט אראפצורייסן די פאלשע סבלנות שלייער פונם שופך דם העולמי?!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2010 19:53 לינק ישיר 

.

תוקן על ידי המהדרין ב- 04/08/2010 19:57:59




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2010 20:59 לינק ישיר 

פאר מיר איז פארמעגליך נישט געווען קיין גרויסע ישועה ווייל איך ווייס די היסטאריע מאז ומקדם, עס איז חקוק על לבבי עס איז בסך הכל א חזרה.

אבער ווען מען זעט ווי די גאנצע פארטיי ווערט דעמאליזירט פון איין שרייבער, זעט מען ווי זיין גאנצע פארטיי הענגט אויף תעמולה און ווען די תעמולה האנקערט זיך איין דעקט זיך אויף די חלה דעקל אין סאיז צרות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > זייט מיר מוחל!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext