| נשלח ב-5/8/2010 00:06 |
|
| |
ניגונים חדשים לקראת ימים הנוראים שנת תשע"א הבעל"ט - בחצר הקודש סאטמאר - (מהר"א)
אין די טעג ווערט פארענדיגט די יערליכע מוזיק אלבום וואס אנהאלט די נייע ניגונים אויף די ימים הנוראים הבעל"ט וועלכע קומט ארויס יערליך דורך די מחברי ומנגנים בחצר סאטמאר .
ווי באקאנט איז געווען דער מנהג ביי רבוה"ק מסיגוט - סאטמאר זי"ע אז יעדעס יאר איז מען מחבר פרישע ניגונים פאר די ימים נוראים. די ניגונים זענען אויף די פיוטים פון מכלכל חיים, מלך עליון, וכול מאמינים, אין קצבה (מארש), חמול, און ויאתיו (די הקפה ניגון).
די ניגונים היי יאר זענען קאמפעזירט געווארן דורך די צוויי בארימטע מחברים הרה"ח יודל ווערצבערגער הי"ו דער לאנגיעריגער מלחין בחצר סאטמאר וועלעכע האט קאמפעזירט דעם הקפה ניגון, מלך עליון, מארש און חמול. והשני בדומה לו מו"ה שלמה הערש עקשטיין הי"ו וועלעכע האט קאמפעזירט די וכול מאמינים און מכלכל חיים.
אויך האט ר' שלמה הערש צוגעלייגט א עקסטערע טרעק ווי אין די פארגאנגענע פאר יאר, זיינס א נייער ניגון וואס ער האט מחבר געווען אויפ'ן פיוט פון 'אודה לקל לבב חוקר ברן יחד כוכבי בוקר' א גאר געלונגענער ניגון.
די מוזיק אויפן אלבום איז געמאכט געווארן דורך ר' משה קרויס (הקפה ניגון) און ר' יואל פייערשטיין, די סאולאו'ס זענען די מובחרי המנגנים ר' שלמה הערש עקשטיין, ר' יואל גאנדל, ר' עמרם אקער, ווי אויך הערט זיך די סטרינעס פון א אינגעלע מיט זיין הארציגן קול. אזוי אויך איז דער גאנצער אלבום באגלייט מיט א רייכער קאפעליע פון סאטמארע משוררים.
אלעס איז רעקארדירט געווארן אין סטודיאו ביי ר' משה קרויס וועלעכע שטעלט אהער מיט זיין אויסגעריפענע עקספערטיז דאס גאנצע אלבום מתחילתו ועד סופו.
דער אלבום וועט זיין צובאקומען די קומענדיגע וואך אין די געשעפטן
תוקן על ידי אדמיראל ב- 05/08/2010 00:21:37
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/8/2010 02:30 |
|
| |
עס אינז א זכי' אז ר' יודל וועצב''ג וועמן ר' זלמן לייב אין משה פרידמאן האבען געוואלט זעהן באגראבען
האלט ווייטער אן די זעלטן לאנגיעריגע חזקה צו זיין דער קאמפאזער פין די נייע נגינום לכבוד די הייליגע טעג ר' יודל בן הרה''ח ר' יקתואל הערש לאוי''ט א אייניקעל פונם ראש המשוררים ביי רביה''ק ר' אברהם וועצב''ג ז''ל אין האט נאך געהאט די זכי צו פארפאסען ניגונים ביי רביה''ק בעל דברי יואל זצוקל''ה
|
|
|
|
| נשלח ב-9/8/2010 22:46 |
|
| |
פאטאקי08, דיר קומט א יש"כ פאר'ן פריוויא
אין איין ווארט: הערליך!!!
ס'איז כדי מדגיש צו זיין 2 נקידות, 1, אז די נייע הקפה ניגון איז א יחיד במינו, שוין יארן נישט געווען אזא גוט'ס
און 2, אז דער אודה לאל איז א ניגון מיט א פארצייטישע געשמאק
כן נראה לפי עניית דעתי
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/8/2010 02:15 |
|
| |
איז דאס דער זעלבער גאנדל וואס מ'זעהט אויף הצלה?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/8/2010 22:40 |
|
| |
יעצט געהערט די סידי, אויסנאם שיינע און הארציגע ניגונים, און א הערליך פראפעשענל כאר
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2010 04:27 |
|
| |
ר' יואל גאנדעל מראשי העסקנים דקהלתינו אין וויליאמסבורג
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2010 01:26 |
|
| |
ווער איז דער גאנדל? פון קרית יואל?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2010 01:24 |
|
| |
שיינע ניגונים און זייער שיין צוזאםגעשטעלט
אקער זינגט טאקע זייער שיין, אבער דער גאנדל זינגט עפעס זייערהארציג מלא געפיל און רגש
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2010 01:06 |
|
| |
עס דארף שטארק ארויסגעברענגט ווערן א ישר כח פאר ר' עמרם אקער הי"ו מנהל סאטמרער קאפעליע וואס אלע גרעסערע שמחות און מסיבות בחצרות קדשינו, פירט ער אן די קאפליע מיט זיינע געלונגענע טאלאנטען, אין אלע געגענטער, טראץ וואס ער וואוינט אין ק"י, איז ער צו טרעפן ביי אלע מסיבות אפילו אין וומ"ס – ב"פ אא"וו (יעצט געזעהן די בילדער פונעם חנוכת הבית פון בצל תומר אין ק"י) און טאקע דא אויפן נייעם טעיפ, איז ער אויך פון די זינגערס. ישר כח כי לחי'
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2010 00:45 |
|
| |
פיינע סחורה היי יאר, אקארשט אויסגעהערט די סידי, הערליכע ניגונים, און א הערליכען כאר
און היי יאר האט ער פראפעשענעל מיוזיק,
בקיצור: הערליך שיין יעצט איין מאל!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2010 00:31 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-6/8/2010 00:18 |
|
| |
תוקן על ידי אדמיראל ב- 06/08/2010 00:25:54
|
|
|
|
| נשלח ב-5/8/2010 00:24 |
|
| |
!!!wow
מהאלט שוין תשע"א און משיח איז נאך אלס נישטא!!!!!!!!!!!
------------
אין יעדן פאל וויאזוי זענען די ניגונים דאס יאר?
|
|
|
|
|