בית פורומים כל העולם כולו

דעם גנב'ס ומחלל שם שמימ'ס יארצייט קומט שוין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/8/2010 01:30 לינק ישיר 
דעם גנב'ס ומחלל שם שמימ'ס יארצייט קומט שוין

מען רעדט נישט אויף קיין אידן וואס זענען אויפ'ן עולם האמת


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 05/08/2010 09:21:35




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2010 01:39 לינק ישיר 

די ריכטגע מעשה גייט ווי כדהלן

דער בעלזער רבי האט געזאגט פאר הרה"צ ר' ישראל אין ברען פין די מלוקה פין ווישניץ .

אין ווילימסבורג איז דא א יוד וואס הייסט א אביגדור יאקאבוויטש, פאר א גרויסע מחלוקה געט ער גרויס געלט
 אין פאר א קליינע מחלוקה געט ער קליין געלט.

זי"ע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2010 01:29 לינק ישיר 

די מעשה איז אמת נאר א טראפעלע אנדערש

מעשה שהיה כך היה.

מיט עטליכע יאר צוריק, נאך איידער ר' ישראל איז צוריק געקומען קיין וויזניץ, האבן עטליכע עסקנים זיך אונטערגענומען צו שאפן געלט און אויסצאלן די חובות פון הרה"צ שליט"א.

די ערשטע אדרעסן זענען, כמובן, געווען זיינע רייכע קרובים, איז מען געווען ביים בעלזער רבי'ן, האט ער געגעבן גאר א שיינעם סכום, און געזאגט פאר די עסקנים, אין וויליאמסבורג וואוינט א איד אביגדור יאקאבאוויטש, און ווי נאר עס איז דא מחלוקת אין איינער ווערט גערודפט, האט ער א אינטערעסע צו העלפן דעם נרדף, גייטס צו אים, און פארציילט אים איבער די וויזניצע מחלוקה, וועט ער ענק שיין געבן.

און איר ווייסט וואס, די עסקנים האבן געפאלגט, און האבן טאקע מצליח געווען.

על כגון דא נאמר, וכן הוה, ויהי למופת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2010 01:23 לינק ישיר 

באבע מעשה האסט מיך אויסגעכאפט, איך האב דאס געוואלט פארציילן דא, ומעשה שהיה כך היה.

מיט עטליכע יאר צוריק, נאך איידער ר' ישראל איז צוריק געקומען קיין וויזניץ, האבן עטליכע עסקנים זיך אונטערגענומען צו שאפן געלט און אויסצאלן די חובות פון הרה"צ שליט"א.

די ערשטע אדרעסן זענען, כמובן, געווען זיינע רייכע קרובים, איז מען געווען ביים בעלזער רבי'ן, האט ער געגעבן גאר א שיינעם סכום, און געזאגט פאר די עסקנים, אין וויליאמסבורג וואוינט א איד אביגדור יאקאבאוויטש, און ווי נאר עס איז דא מחלוקת, האט ער א אינטערעסע דערין, גייטס צו אים, און פארציילט אים איבער די וויזניצע מחלוקה, וועט ער ענק שיין געבן.

און איר ווייסט וואס, די עסקנים האבן געפאלגט, און האבן טאקע מצליח געווען.

על כגון דא נאמר, וכן הוה, ויהי למופת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2010 21:13 לינק ישיר 

דער סיגעטער איז טאקע WRONGאבער אפילו ער איז געווען א רשע און א שגץ טאר מען נאך אלץ נישט רעדן אויף אים. די גיהנום איז נאר 12 חדשים און מען טאר נישט מעורר זיין די מקטריגים. עס איז באקאנט אז אויב איז מען מעורר מקטריגים אויף א מענטש קענען נאך ח"ו די מקטריגים קוקן ווער דער מעורר איז. און עס איז א שפיל מיט פייער!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2010 20:35 לינק ישיר 

מדארף נישט ווערן צו איבערגענומען פון דערסיגעטער, ער האט זיין פרייוועט אזשענדע דא פאר דעם רשע און אכזר אביגדור יאקאבאוויטש, וואס אויסער די רשעות און מחלוקת וואס ער האט אנגעדרייט אין סאטמאר און אין אנדערע קהלות, האט ער פריוואט אנגעדרייט אסאך מחלוקת אין אידישע שטיבער, און קיינמאל נישט תשובה געטון אויף דעם ניטאמאל אויסגעדריקט חרטה.

אזא רשע איז א מצוה צו רעדן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2010 17:45 לינק ישיר 


דער בעלזער רב האט געזאגט פאר הרה"צ ר' ישראל האגער ווען ער איז פארטריבן געווארן פון וויזניץ

פאר קיין אמעריקא מאך עפעס א מחלוקה דארט איז דא איינער אביגדור יאקובאביטש פאר א מחלוקה וועסטו האבן פון אים אסאך געלט

און אזוי איז טאקע געווען ווער סגעדענקט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2010 17:23 לינק ישיר 

דער ניק -דערסיגעטער- איז מער ליצנות פונעם הייליגן ברך משה ווי שרייבן אז האט אויף די עלטער נעבעך נישט געוויסט בין ימינו לשמאלו, ווייל דאס איז נישט קיין בזיון אדרבה דאס איז א לימוד זכות אויף דעם רבן של כל בני הגולה, אבער דער נאמען דערסיגעטער האבן די שונאים עם גערופן עם מבזה צו זיין און זיי האבן פון עם געשפעט (כאטש ס'איז בכלל נישט קיין בזיון צו זיין דער סיגוט'ער, אבער זיי האבן עם אזוי גערופן אלץ א שפעט נאמען).

דאס גאלדענע הארץ פון אביגדור ז''ל דארפסטו קיינעם נישט פארקויפן, ווייל פארענדיג ארום זעט יעדער די מעכטיגע מוסדות התורה וואס ער האט מנדב געווען, די אלע בנינים מיטן נאמען "בית אביגדור" זענען מעיד אויף זיין גאלדענעם הארץ, די באסעס וואס קורסירן ארום ווי עס שטייט "הבאס הזה נתנדב ע''י בונה עולמות של תורה רבי אביגדור יאקאבאוויטש שליט''א, אין ירושלים, בני ברק, וויליאמסבורג, קרית יואל, בארא פארק, אנטווערפן, לאנדאן, איבעראל זעט מען זיינע בנינים וואס ער האט מנדב געווען מיט זיין גאלדענעם הארץ, וואס? האסט עס נאכנישט געזען? איך אויך נישט!!! אבער דאס איז בכלל נישט קיין סתירה צו זיין גאלדן הארץ... 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2010 10:45 לינק ישיר 

חשובער מנהל : די האסט גיט מעורר געווען איך מיין אז מען דארף די גאנצער אשכול פארמאכן 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2010 10:44 לינק ישיר 

איך רייס אראפ דער הייליגער ברך משה ז"ל ? חלילה !

די ביסט צוגעוואונט אלעס אנצונעמען מיט ליצונות . אין צווישן די שורות שרייבסטו :
" דער ברך משה האט עם אנגעהויבן ליב צו האבן ווען ער האט שוין נעבעך נישט געוויסט בין ימינו לשמאלו, "   א חוצפה אזוי צורעדן אויף א רבן של כל בני הגולה - איך בין מוחה

הרה"ח רבי אביגדור ז"ל איז געווען א וואולער איד מיט א גאלדענער הארץ . דער וועלט זאגן אז דער אמת פין א מענטש זעהט מען אויף זיינע קינדער ער האט איבערגעלאזט קינדער וואס א יעדער פארזיך איז חשוב  { די זעלבע מיט די הייליגער ברך משה ז"ל ער האט געהאט קינדער צופרידען צושטעלן אפי זיינע שונאים} - יא ער האט ליעב געהאט אביסל אנצודרייען אין סאטמאר אבער אזוי גייט עס דער וואס האט דער מאה האט דער דעה - ער האט געהאט פיינע ביזנעסער ליידער איז ער פארפארען אין געמאכט א טעות , עס זיצן ליידער אסאך אידען אין תפיסה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2010 05:05 לינק ישיר 

א גרויסער ענותן געווען דער הייליגער ב"מ. אפילו אין זיין צוקאכטקייט האט ער "באמת" געמיינט און"געוואוסט" אז גארנישט איז נישט אין זיין כוח נאר בזכות אבותיו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2010 04:48 לינק ישיר 

איך ווייס נישט ווי אויסגעהאלטן עס איז צו רעדן אויף שוכני עפר, אבער למען ידעו דור האחרון, ולקיים לא תלמדון לעשות, איז אפשר כדאי עס מפרסם צו זיין.

די רבי האט עס געזאגט פאר אים אליין ביי א חתונה פון א אייניקל, בזמן ווען עס האט זיך געטון א רעדע אין גאס איבער א פירוד בינו לרמ"א פריינד זצ"ל, האט ער אים געזאגט בערך בזה"ל:

איך בין א אייניקל פון דברי חיים, די זיידעס זענען יעצט דא, איך וועל דיר פארווארפן פון ביידע וועלטן, וועסט נישט ליגן מיט קיין אייגענע תכריכים

הוי זהיר בגחלתן...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2010 04:37 לינק ישיר 

לאנדא עס איז נישט שיין צו עפענען אן אשכול קעגן א מענטש וואס לעבט שוין נישט. דו ווייסט נישט צו ער איז שוין אפשר אפגעקומען זיינס און מיטן שרייבן פון אים וועקסטו אויף מקטריגים אבער דערסיגעטער פרובירט צו פארשעמען דעם הייליגן ב"מ וועל איך אביסל ענטפערן: דער היליגער רבי דער ברך משה זי"ע האט זייער גוט געוואוסט מיט וועם ער האט צו טהון ער האט כמה פעמים געזאגט (פאר ארונים און זאליס צוגלייך) אז ער האט מורא אז ער "נוצט די מוסדות פאר שווינדלערייען" און עס איז אויך באקאנט אז ער האט געזאגט פאר איינעם(איך געדענק נישט פאר וועם יעצט אויפן מינוט) אז "ער וועט נישט באגראבן ווערן אין זיינע אייגענע תכריכים" יעדער וואס האט דאס געהערט דעמאלטס (ליידער אני הקטן אויך) האט געלאכט. וויאזוי קען זיין אזא עלטערער יוד מיט אזויפיל געלט זאל נישט האבן קיין פרוטה ביים טויט??? אבער עס איז מקוים געווארן (איך ווייס אז דו גייסט שרייען "שקר" אבער הונדערטער יודן האבן געוואוסט אפאר יאר פאר ער איז אוועק אז ער גייט גיין בעירום ובחוסר כל)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2010 03:16 לינק ישיר 

דער ברך משה האט עם אנגעהויבן ליב צו האבן ווען ער האט שוין נעבעך נישט געוויסט בין ימינו לשמאלו, און ווען ער האט פון עם גענומען געלט האט ער געמיינט אז ער איז ר' עזריאל קאסירער ז''ל, לאמיר הערן, ווייל ער האט עם זייער ליב געהאט האט ער געזאגט ברוח קדשו אז מען וועט עם נאך לייגן מיט נישט אייגענע תכריכים? על כל פנים די דאזיגע רוח הקודש איז מקויים געווארן במילואו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2010 03:13 לינק ישיר 

עס מיז זיין עס ער האט יא געהאט 100 פראצענט כשר געלט עס איז נישט מעגליך אז א רבן של כל בני הגולה , נשיא עדה החרדית , נשיא התאחדות הרבנים , נשיא כולל שומרי החומות , וואס האט אויפגעטעלט טויזענטער אידישע שטובער אין געלערנט טויזענטער אידישע קינדער תורה . זאל זיך דרייען מיט מחללי שם שמים . אין ממש בדרך נס ליגט ער לעבן אים סמוך ונראה ..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2010 03:06 לינק ישיר 

לאנדא איך האב דיר געווארענט אז דאס גייט פאסירן!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דעם גנב'ס ומחלל שם שמימ'ס יארצייט קומט שוין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext