די מעשה איז אמת נאר א טראפעלע אנדערש
מעשה שהיה כך היה.
מיט עטליכע יאר צוריק, נאך איידער ר' ישראל איז צוריק געקומען קיין וויזניץ, האבן עטליכע עסקנים זיך אונטערגענומען צו שאפן געלט און אויסצאלן די חובות פון הרה"צ שליט"א.
די ערשטע אדרעסן זענען, כמובן, געווען זיינע רייכע קרובים, איז מען געווען ביים בעלזער רבי'ן, האט ער געגעבן גאר א שיינעם סכום, און געזאגט פאר די עסקנים, אין וויליאמסבורג וואוינט א איד אביגדור יאקאבאוויטש, און ווי נאר עס איז דא מחלוקת אין איינער ווערט גערודפט, האט ער א אינטערעסע צו העלפן דעם נרדף, גייטס צו אים, און פארציילט אים איבער די וויזניצע מחלוקה, וועט ער ענק שיין געבן.
און איר ווייסט וואס, די עסקנים האבן געפאלגט, און האבן טאקע מצליח געווען.
על כגון דא נאמר, וכן הוה, ויהי למופת.
|
|