" /> פורום: כל העולם כולו - בעלזא מכנובקא ביים ציון פון בעלזער רב זכרונו לברכה – בחדרי חרדים
בית פורומים כל העולם כולו

בעלזא מכנובקא ביים ציון פון בעלזער רב זכרונו לברכה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/8/2010 12:30 לינק ישיר 
בעלזא מכנובקא ביים ציון פון בעלזער רב זכרונו לברכה

* width="480" height="385"> <*



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/8/2010 11:20 לינק ישיר 

צי דער בעלזער איז א ציוני צו נישט ווייס איך נישט, איך זעה אויך נישט מיט וואס ער איז מער ציוני פון אלע אנדערע חסידישע רבי'ס און ליטווישע ראשי ישיבות, אבער דאס איז זיכער אז דער בעלז מכנובקר רבי האט אלץ קינד און אלץ בחור געלערנט אין ממלכתי דתי (מוסדות פון די האלב פרייע מיזרחיסטן) און ער איז אויפגעוואקסן אין א הייסע ציוניסטישע שטוב, און דאס האט זיכער משפיע געווען אויף אים מער ווי די פאר יאר וואס ער האט גילערנט אין סקווירא.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/08/2010 04:02:49




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/8/2010 07:42 לינק ישיר 

עוג, חברים און אלע אנדערע, הערט. איך בין נישט קיין בעלז מחנובק'ער חסיד, און אויך נישט קיין בעלזער פון דעם אנדערן. און ביי האבן מעלות און חסרונות, און איך גיי זיכער נישט גיין יעצט האקן אויף דעם בעלז'ער, נישט דאס איז מיין ציל דא.

אבער וואס איך וויל יא זאגן איז אזוי. דער בעלז'ער גלייב איך איז יא א חסיד פון זיין פעטער, כאטש ער האט אסאך סיבות צו זיין אנגעווייטאגט, ווייל זיין פעטער'ס חסידים האבן זייער גע'רודפ'ט זיין טאטן, אבער למעשה געדענקט ער דאס נישט, און ער איז זיכער יא א חסיד. אבער צו דער זעלבער צייט איז ער זייער א געריבענער פאלעטישן, און סתם א געריבענער חברה'מאן, און ער האט זיך זיינע סיבות פארן נישט גיין צו אליינס צו בחירות. אבער קענסט זיין סמוך ובטוח אז מיט קנאות האט דאס זיראו. ווייל ער אליינס שיקט דאך זיינס א קאנדידאט אין כנסת אריין. כ'מיין אז דאס איז נאך אזא גרויסע עבירה ווי גיין צו בחירות. שוין אפגערעדט פון דעם עצם מציאות פון טוישן דאס הייליגע פייער פון בעלזע קנאות אויף די היינטיגע מאדערנקייט און אפענע ציוניזם.

ווידער זיין קאזין פון בני ברק איז באמת א חסיד פון זיין פעטער מיטן גאנצן הארצן. ער איז געוואקסן אין סקווירא, ביים סקווירא'ר רבין ז"ל, און דארט האט מען פון בעלזא געהאלטן עולם ומלואו, און ער איז מיט דעם געוואקסן. און ממילא אז ער פאלגט דעם באפעל פון זיין פעטער קומט אים גארנישט דערפאר. דאס וואס זיין פעטער אליינס איז נישט געגאנגען, איז ער געווען א הימל מענטש, און ער, אלס חסיד, מוז נישט פארשטיין פארוואס דער פעטער אליינס איז נישט געגאנגען, ווידער דאס וואס זיין קאזין פון ירושלים גייט נישט, איז דאך אים אווודאי נישט מחיייב. ממילא זע איך לגמרי נישט די טענות אויף אים.

ווידער דער בעלזער האט זיך ברייט צועפנט דאס מויל אויפן סאטמאר'ן רב זצ"ל, און האט נאך עד היום, כמעט דרייסיג יאר שפעטער, אים נישט איבערגעבעטן, און גארנישט געזאגט אפן אז ער ציט צוריק פון דעם. און מאידך גיסא איז ער זייער א פיינער ציוני, עס פעלט אים גארנישט ווען עס קומט צו דעם.

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/08/2010 04:01:03




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/8/2010 01:51 לינק ישיר 

חברים זיי מסביר, איז דער בעלזר פון ירושלים GAY? פארוואס דארף ער גיין אויף די מצעד התועבה ? איך פארשטיי אויך נישט וואס די שרייבסט אז ער איז נישט קיין חסיד פון זיין פעטער, ווי אזוי איז דאס מעגליך ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/8/2010 21:22 לינק ישיר 

דאס איז נישט אמת, ווייל די זאגסט דאך אליין אז ער האט זעך שיין אויסגעארבעט, נאר אביסל גירסא דינקותא איז געבליבן, שטעלט אייך נאר פאר אויב דאס קומט ארויס פון גירסא דינקותא, וואלט דער בעלזער געדארפט גיין אויף די מצעד התועבה וועגען גירסא דבוגרתא... אדער אויף נאך ערגערע פלעצער.

אלא מאי ס'האט נישט מיט די השקפה פון די מענטש אליין נאר די בעלזא מכנובקער איז א חסיד פון זיין פעטער, און די בעלזער איז כידוע אלע יארן געוועהן גאר א קנאפע חסיד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2010 12:23 לינק ישיר 

די סיבה פארוואס דער בעלז מכנובקער רבי גייט צו די בחירות איז נישט ווייל ער איז א חסיד פון זיין עלטער פעטר דער בעלזע רב ז''ל, דער בעלזער רב פון ירושלים איז נאך אזא חסיד פון זיין פעטער ווי אים און ער גייט נישט צו די בחירות.
 
די סיבה איז ווייל ווי באוויסט איז דע טאטע פון דער בעלז מכנווקער רבי (ר' יצחק דוד רוקח ע''ה) געווען א ציוניסט מזרחיסט, און דע רבי אליין איז אויך געוון אלץ בחור א מזרחיסט ער האט געלערנט אלס קינד אין א מזרחיסטישע מוסד, ער האט זיך טאקע שיין ארויפגעארבט און ער איז היינט גאנץ א שיינע רבי, אבער מיז זיין אז אביסל פון די גירסא דינקתא איז נאך געבליבן.


תוקן על ידי עוגמלךהבשן ב- 06/08/2010 12:26:56




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2010 09:31 לינק ישיר 

בן אהרן, שעם זיך, דער בעלזער איז דיר גוט ווייל ער פלאשט נישט דעם קוויטל? א פייייג, ער איז דיר גוט ווייל יעצט שפילט דייין פאליטיק אזוי (נישט אז מען טאר נישט, איך וואלט מסתם אויך אזוי געטון, אבער פארגעס נישט פארוואס דו טוסט עס) און לכבוד דיין פאליטיק, ביסטו גרייט צו פארגעסן אז ער האט אראפגעפלאשט נישט א קוויטל, נאר דיין רבי'ן דעם בעל ויואל משה, צו בעל דברי יואל (וועלכע דו האסט בעסער ליב) פאר אן עולם פון אביסל מער ווי הונדערט צוואנציג מענטשן, די גאנצע וועלט איז דעמאלס געווארן אויפגעציטערט פון דעם (און ס"ה איז ער דעמאלס געווען א צוציק פון בערך דרייסיג יאר אלט).

דער בעלזא מחנובקא'ר רבי איז א חסיד פון זיין פעטער און אלס אזא איינער מעג ער (און אפשר מוז ער גאר) לייגן דעם קוויטל אין קעסטל (פארשטייט זיך נאר אויב ער קוקט נישט אויף פאליטיק). אבער ער איז אן ערליכער איד, און האט קיינמאל נישט גערעדט אדער זיך אפילו נאר אויסגעדרוקט מיט א געמיין ווארט אויף קיין שום איד, און אוודאי נשיט אויף אזא צדיק וקדוש ווי דער בעל על הגאולה ועל התמורה, ויואל משה, דברי יואל וכו'.

עס איז גאנץ א קליינע נפקא מינא וויפיל אידן ער האט צו אביסל בחור'לעך און אפאר ווייסע בערך ווי שלמה ווייס זאגט, אדער אכט הונדערט ווי צוויי בעלזא'ס זאגט (כאטש דאס איז נענטער צו די אמת'ע נומערן) זייט ווען איז דאס קובע?

ער טוט וואס ער דארף טון, און רעדט נישט אויף קיינעם, נישט ווי זיין קאזין וואס האט געשטויסן און געבריקעט יעדעם וואס איז אים געשטאנען אין וועג (ביז לעצטענס ווען ער האט איינגעזען וואס פאר א גרויסן תכשיט ער לאזט איבער אלס ממלא מקום און ער וויל אים איבערלאזן א שיינעם זאך, וואס איז נישט אין מלחמה מיט די גאנצע וועלט. יא, אפשר קען ער אויך באשטיין געדענקט צו ווערן אלס איש שלום, אדער וואטעווער, אבער איך בין אביסל עלטער פון דעם)

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/08/2010 03:59:23




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2010 02:23 לינק ישיר 

שכוח זייער שיינע בילדער , דער בעלזא מכנובקא רבי מיז גיין צו די בחירות ווייל הרה"ק מבעלזא זי"ע האט געזאגט עס איז א חוב קדוש צי גיין , וואס דער בעלזער רבי טוט ווייס איך נישט אין איך וועל בלנן זיך נישט לאזען אריינדרייען אין א שמועס למען השלום, זייענדיג א ממלא מקום פאר לפחות 800 בעלזא אידען איבער די גאנצע וועלט מיז ער מקיים פסק זיין פין די הייליגער בעלזער רב ז"ל, בעלזא מכנובקא איז קע"ה א שיינער חסידות וואס וואקסט אין בליעט טאקע אסאך קלענער פין בעלזא אבער ס'איז כמעט ווי פאפא ,וויען ,קלויזענבורג , ר' מענדל מוויזניץ



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/8/2010 01:28 לינק ישיר 

נאכן אראפפלאשן די קוויטעלע אין באקס ביי די בחירות הטמאות
מעג ער שוין גיין שייסן מיט זיינע 120 חסידים
ער איז נאך גרעסער פון זיין פעטער הרה"ק מהר"א זצוק"ל
 וואס איז קיינמאל נישט געגאנגען בעצם צו די בחירות
ווי אויך זיין קאמפעטישאן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וואס גייט נישט בעצם שטימען
זעט אויס אז ער איז גרעסער פון זיי מיט די הייליגע מצוה פון זיין א שיתוף בהרכב במדינה





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/8/2010 01:14 לינק ישיר 

שלמה, האלט אויס, עס איז גארנישט געשען אז דער בעלז מחנובק'ער רבי האט חסידים, עס איז נישט קיין נייעס, און אויך נישט קיין סוד.

ס"ה זעהסטו עס נישט אזוי פיל, ווייל זיין קאמפעטישן איז גענוג שטארק צו זען אז זיינע בילדער זאלן נישט ווערן צו שטארק צושפרייט. ער האט אסאך מער ווי הונדערט חסידים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2010 00:35 לינק ישיר 

וואס איז די גרויסע גדולה?
ס'איז אלעס בחור'לעך, מ'זעהט גאר ווייניג אינגעלייט און ממש געציילטע ווייסע בערד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2010 15:08 לינק ישיר 

זייער שיין! איך האב נישט געוויסט אז בעלז מכנובקא האט שוין אזא עולם ? איך מיין אז מען קען זעהן דארט איבער 100 חסידים, בלי עין הרע!

ווייסט איינער וועלכע ניגונים מען הערט אויף די background ? מלאכי רחמים קען איך, אבער די אנדערע ניגונים קען איך נישט, זענען דאס בעלז מכנובקא ניגונים ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2010 12:34 לינק ישיר 

העלייה לציון בראשות כ"ק האדמו"ר מבעלזא מכנובקא שליט"א שנת תש"ע




















































דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > בעלזא מכנובקא ביים ציון פון בעלזער רב זכרונו לברכה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext