באקומען פון גאר א קראנטע מקור א הצלה מעמבער אין די וויליאמסבורגע הצלה
די קעטסקילס הצלה פלעגן נוצן די קרית יואל הצלה ווען מען האט געדארפט טרענספערן פעישענס פון די קעטקילס אויף די לאנגע וועגן פון די קעטקילס ביז צו די שפיטעלער
למעשה האט נישט גענומען לאנג ביז די קעטקילס הצלה האבן איינגעזעהן אז מען קען מיט די שטיינבערג הצלה נישט האנדלען, ווען מען האט אפגעשמועסט אז מען דארף טראגן א פעישען צו א געוויסע האספיטאל, האט די שטיינבערג הצלה געטראגן ווי עס לוינט זיך פאר זיי, צו פאר געלט צו ווי עס איז זיי באקוועמער
האט די קעטקילס הצלה אנגעפאנגען צו נוצן די וויליאמסבורגע הצלה, מען האט זיך געטראפן ביי די רעסט עריע און מען האט דארט איבערגענומען די פעישען למעשה האט פלוצלינג די וומ"ס הצלה אנגעפאנגען צו באקומען טיקעטס איינס נאכן צווייטן, די פאליס האט עפעס פלוצלינג אנגעפאנגען אפצושטעלן (עס איז עפעס אומלעגאל צו ספידן אויב האט מען נישט קיין פעשען)
נשלח ב-11/8/2010 19:33
עס וואלט געווען כדי מען זאל מודיע זיין פארן עולם די ליגאלעטי פון די הצלה וואס זענן די רעכטן פון די פאציענטן און מיט וואס עס זענען די רעכטן פון די הצלה שטערקער ווי דער פאציענט, טייל מאל און די אימשטענדן האט מען נישט דעם קאפ אויפן פלאץ, און מען האט פשוט מורא צי רעדן א ווארט,