באקומען פון גאר א קראנטע מקור א הצלה מעמבער אין די וויליאמסבורגע הצלה
די קעטסקילס הצלה פלעגן נוצן די קרית יואל הצלה ווען מען האט געדארפט טרענספערן פעישענס פון די קעטקילס אויף די לאנגע וועגן פון די קעטקילס ביז צו די שפיטעלער
למעשה האט נישט גענומען לאנג ביז די קעטקילס הצלה האבן איינגעזעהן אז מען קען מיט די שטיינבערג הצלה נישט האנדלען, ווען מען האט אפגעשמועסט אז מען דארף טראגן א פעישען צו א געוויסע האספיטאל, האט די שטיינבערג הצלה געטראגן ווי עס לוינט זיך פאר זיי, צו פאר געלט צו ווי עס איז זיי באקוועמער
האט די קעטקילס הצלה אנגעפאנגען צו נוצן די וויליאמסבורגע הצלה, מען האט זיך געטראפן ביי די רעסט עריע און מען האט דארט איבערגענומען די פעישען למעשה האט פלוצלינג די וומ"ס הצלה אנגעפאנגען צו באקומען טיקעטס איינס נאכן צווייטן, די פאליס האט עפעס פלוצלינג אנגעפאנגען אפצושטעלן (עס איז עפעס אומלעגאל צו ספידן אויב האט מען נישט קיין פעשען)
נשלח ב-8/8/2010 11:46
איך קען מעיד זיין!
איך בין געווען א פעישענד פאר צוויי יאר צוריק, מען האט מיר אריינגעפירט פון קעטסקילס און מען האט אריינגעקאלט NYU אז מ'גייט מיר דארט אהין טראגן. ס'איז שוין אפילו געווען אפגעשמועסט א דאקטער. למעשה האט מען מיר נישט אהין געטראגן ווייל משה אהרן שטיינבערג האט געהאלטן אז "דארט איז נישט דא אזאלכע גוטע סערוויס פאר דעי זאך"!
א צווייטע עצה איז אז מ'זאל בשום אופן נישט געבן פאר די הצלה דעם מעדיקל אינשורענס קארטל און קיין שום אינפארמעישאן ביז מ'קומט אן צו דעם ריכטיגן שפיטאל.
נשלח ב-11/8/2010 19:33
עס וואלט געווען כדי מען זאל מודיע זיין פארן עולם די ליגאלעטי פון די הצלה וואס זענן די רעכטן פון די פאציענטן און מיט וואס עס זענען די רעכטן פון די הצלה שטערקער ווי דער פאציענט, טייל מאל און די אימשטענדן האט מען נישט דעם קאפ אויפן פלאץ, און מען האט פשוט מורא צי רעדן א ווארט,