פרישע רז"ל ט"ב פערענויע: ברעכט אויף פאלאק גדר!
די ברייטבאקאנטע הרמת יד בתורת משה וואס די זאליס האבן אזוי זיך געשלאגן אין אלע קארטס צו באקומען קאנטראל אויפן ביה"ח קומט זיי נעבעך צוריק צו בייסן, ווי 3 מאל איאר, וואס ער איז געצווינגען אריינקומען און זיין שונא'ס טערעטאריע און ציטערט פונעם אייגענעם שאטן, אלס באשטעלט די בני יואל און קווינס יונגלעך זאלן איהם קומען וואטשן, אנכאפן די הענט ווען ער קראסט, יעדעס מאל עקסטער קומט ער אויף מיט א פרישע חכמה דוקא זיך אריינציברעכן פון א אונטער טיר, און נישט אריינקומען ווי א נארמאלער מענטש, ווי יעדער רב קומט... דאס איז דיין שכר פארן מחלל שם שמים זיין, פארשטייצעך לשיטת המצה טאשן זענען זיי גאר געווינערס!!! ווייל זלמן לייב האט זיך אריינגעבראכן און די סאטמארע ביה"ח מתפלל זיין ביי די סאטמארע רבי'ס ציונים, מורא'דיג!! טייערע זאליס איך בין זייער ציפרידן ווען מיין רבי קומט צום ציון ווי א נארמאלער מענטש ללא שומרים ללא פערעניוע, איך פארגין ענק גערן די רעגלמעסיגע געווינסן!!
אזוי שרייבנדיגע האב איך אזוי אריינגעקלערט, אונז חסידי רבינו שליט"א האבן טאקע פארלוירן קאנטראל אויף ראדני והמסתעף, ס'איז טאקע געווען זייער פיינפול, אבער סוכ"ס, יו געט אווער איט, איך בין לגמרי נישט משועבד צו דיר אפי' זאלסט האבן א מיליאן בנינים, איך קען מיך גענצליך אויסמייכען אויף דיר, און זיך גיין מיין וועג, לאידך גיסא, די מצה טאשן, נישט נאר וואס זיי האבן אינגנאצן פארלוירן זייער "דע-פאקטע" סטאטוס אויף קהל יטב לב, כמבואר היטב במקו"א, זענען זיי נעבעך געצווינגען צו "אריינברעכן" צו שונא #1 טעראטאריע, און זיין א געווינער...
איך וויל פרעגן א נארמאלער רעכטדענקער זאלי איז דאס טאקע געווען די בלו-פרינט 10 יאר צוריק ווען מ'האט געפייערט די מפלה פון די קליפה פון אהרן ט"ב, און די זאליס האבן געווינען שטענדיק אין קארטס...
 |
|
|