מהר"א ט"ב כוא"ב דרשה תש"ע-א בליק אין כת"י קדשו
דער פעטער זצ"ל וועט האבען גרויס נחת אין גן עדן..ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה,
ווי מיר האבען מצליח געווען היי יאר אין די יעשיווע..
ווי מיר האבען היי יאר צוריק געשטעלט דת על תילה אין ארצינו הקדושה ...שוין מער נישטא קיין
חילול שבת, מער נישטא קיין בזיון קברי ישרא', מער נישטא קיין ניוול מתים, מער נישטא קיין
פארקינג לאט'ס, אלע פאבריקען זענען געשפארט אין שב"ק.
מיר האבען ענדליך צוגעשטעלט כשר ווייץ וואס איז נישט חמץ'דיג ווי די אנדערע וואס שניידען ביים
רעגען און טאמער גלייבט איר נישט קוקט נאך אויף Accu Weather אדער Weather Channel
אויף יענע כלי וואס מען טאר נישט מטמא זיין דאס מויל מיט ארויסזאגען דעם נאמען.
מיר האבען ענדליך צוגעשטעלט א כשר שטיקעל קאטשקע וואס מיר האבען נישט מורא מודה צו זיין
ווען עס איז נישט כשר.
מיר האבען ענדליך נאך פופציג יאר באוויזען צו האבען טשיקען פריי פון וועלכע צומת הגידין שאלה
אנדערש פון אונזערע טאטעס, זיידעס און עלטער זיידעס וואס האבען דאס נישט געהאט.
ענדליך האבען מיר באוויזען צו האבען א עכט כשר שטיקעל פלייש נישט מיט דעם קלות פון די
פריערדיגע יארען און אוודאי נישט מיט דעם קלות פון די לעצטע יארען פון נעמען גרויסע גראבע
סרכות, קלות'דיגע שוחטים, ניקור וואס מען טאר נישט נעמען אין מויל און ווער שמועסט נאך פון די
מליחה וואס איז געווען עד היום און איך דארף דעם פעטער ז"ל אוודאי נישט דערמאנען בעולם העליון
די אויפטו פון שחיטה מונחת וואס איז איינס אין די וועלט.
אויך האבען מיר שוין אמתדיג כשר מילך מיט קעז וואס דער פעטער האט ליידער נישט זוכה געווען צו
דעם
די איינציגע פאר זאכען וואס דארפען נאך א תיקון איז די אלע מוסדות אונזערע אין קרית יוא'
וויליאמסבורג בארא פארק, קעמפ'ס זאלען וועלען אנהויבען נוצען די אלע מאכלים וואס ביז היינט
קען מען דאס נאך נישט דערעך פירען אבער אין זכות פון דעם בעל הילולא וועלען מיר אים בעטען ער
זאל מעורר רחמים זיין די מוסדות זאלען תשובה טוען און אויך נוצען די אמתדיגע כשר זאכען.
כקען נישט מסיים זיין און נישט דערמאנען אז עס איז שוין ב"ה ענדליך נאך 60 יאר געלונגען צו
האבען א רבין א מוהל מומחה וואס זייט אברהם אבינו איז נאך קיינער נישט געקומען לכלל ישרא' פון
א מוהל מיט אזוינע הידורים, חומרות, וסייגים אשר לא שערום אבותינו ואבות אבותינו מדור דור מאז
היתה לגוי....
ע"כ דברי קדשו.........
 |
|
|