ווי יעדער ווייסט קענען די בג"צ'ניקס נישט זאמעלן קיין געלט ביים ציון הקדוש, נישט נאר זיי נאר אפילו די וואס שטיצן זיי קענען אויך נישט זאמלען קיין געלט.
היינט ביים ציון איז אנגעקומען ישראל בן משה אפרים הערשקאוויטש וואס ער איז דער פאנדרעזער פאר די בג"ץ מוסדות נאך געלט פארשייט זיך אליינס ס'איז געווארן אן איבערקערנישט מיט דעם מי בקש זאת מידכם רמוס חצרי מען האט אים תיכף פארשיקט.
וואס האט עס מיט בי''ד פארדעם זענען די זאלי'ס למפרע אויס קלעגער אין בג''ץ?
ב''ה האפענטליך וועט די קעיס אין בג''ץ פארמאכט ווערן בקרוב זייענדיג געצווינגן זיך צו שטלען צו די''ת דורך די רבנים שליט''א אבער די פלעק וועט אויף ר' זלמן לייב טייטלבוים בלייבן לדראון עולם איינער וואס האט זיך געוואגט צו אריינטראגען א סוכסוך אין ציוניסטישען בית משפט ה''י
אין זיינע ציהלעפרס וואס רופן זיך יטב לב ירושלים טארען נישט גיין נאך געלט ביים ציון הק' אין פארשוועכן די הייליגע כבוד פין רביה''ק ז''ל פינקט ווי די חינוך עצמאי אין סוכנות
נשלח ב-11/8/2010 02:37
די בי"ד אין בני ברק האט דערווייל גע'פסק'נט אז די זאליס זענען די תובעים און נישט די נתבעים, ווייל זיי זענען אריין אינעם טמא'נעם בג"ץ בלי רשות בי"ד, זענען זיי די תובעים, ווי די הלכה איז, און צוליב דעם איז די זאלי פארלאנג אז די דין תורה זאל זיין אין אמעריקא אפגעווארפען, ווייל התובע (זאליס) הולך אחר הנתבע (אהרונים).
איבערן עיקול האט בי"ד געזאגט אז זיי קענען נישט דן זיין איצט וואס בי"ד זאל מעקל זיין, ווייל די צייט איז קורץ, נאר די זאליס מיזן שוין גיין אינעם ציוניסטישען קארט איינמעלדען אז זיי האבן זיך געשטעלט צו בוררות. און איבער אראפ נעמען די עיקול בערכאות וועט מען דן זיין ביי די קומעדיגע זיצונג.
***
ישראל הערשקאוויטש איז געשטאנען נאך געלט דארט פאר די זאלי בג"ץ מוסדות אין ירושלים, מען האט אים געהייסען אז ער זאל גיין פון דארט, ווייל ער מאכט א חילול פאר רביה"ק זי"ע ווען ער שטייט נאך געלט פאר א מוסד וואס פירט אן די טמא'נע בג"ץ תביעה, און מיט דעם איז ער מבזה ומצער רביה"ק זי"ע.
ווי אויך איז פארשטענדליך אז די מוסדות אין ירושלים איז אוועק גע'גנב'עט געווארן פון אנ"ש, און ווילאנג זיי שטעלן זיך נישט צו דין תורה טאר מען זיי נישט געבן קיין רויטע פעני, און קענען נישט שטיין נאך געלט ביית החיים דקהלתינו, אז ער וויל קען ער שטיין נאך געלט ביי פאלאקס.
מען האט געהייסען דעם שלוח בג"ץ ישראל אראפ גיין מיט שיינעם, אבער ער האט אנגעהויבען צו שרייען איך וועל ווייזן אז די אהרונים זענען נישט בעל הבית דא, מען האט אים נאכמאל געבעטען מיט שיינעם אז ער זאל אויף הערן גיין נאך געלט פאר די בג"ץ גע'גנב'עטע מוסדות.
נאך 3 מאל הייסן האט מען אים אנגעכאפט ביים קארג און ארויס געטראגען, אפען וועג ארויס האט ער אין מיטען אנגעכאפט די טישל פון מוסדותינו אין וויליאסמבורג, און ער האט עס מיט כוח געוואלט איבער דרייען אלס נקמה, שרייענדיג אהרונים שקצים פייגער'טס, דארטן האט מען אים געגעבען צו קאסטן, אנשטאט די טישל זאל ווערן איבערגעדרייט, האט מען אים איבער געדרייט...
שטעלט אייך פאר ווען ביים ציון הקדוש שטייען די שלוחי פון די ציונים און גייען נאך געלט פאר די קרן קיימת, עלי', סוכנות, חינוך עצמאי, וכו', די זאליס וואלטן ווען איבער געדרייט א וועלט מיט מחאות קללות אז די אויערן וואלט שטים געווארן.
אז מען האט מקדש שם שמים געווען און ארויס געווארן א שלוח לבג"ץ, וואס איז געגאנגען נאך געלט פאר א מוסד וואס האט מחלל שם שמים געווען די נאמען פון רביה"ק זי"ע מקצה העולם ועד סופו, און א מוסד וואס האט מיקר שם אלילים געווען מיטן גיין אינעם טמא'נעם ציוניסטישען בג"ץ, איז פארוואס פרייען זיך די זאליס נישט?
נשלח ב-10/8/2010 19:19
איז דא א פסק פון בי"ד אז זיי מעגען שטיין ביים ציון פאר געלט?, וואס מאכסטו משוגע דעם עולם בי"ד, דאס איז טאקע א שווערע פיל פאר דיר אבער מיט דעם קענסטו נישט מאכן וואס די ווילסט
נשלח ב-10/8/2010 19:12
מלך'ל די בי"ד האט געפסק'עט וויאזוי עס איז לגבי הלכות חו"מ. לויט דעם מעג ער האלטן דעם עיקול. אונז רעדן אבער לגבי ציונות וואס דארט האט אונז שוין רביה"ק בעל דבר"י געזאגט אז דאס איז ביהרג ואל יעבור. און פארדעם איז די גרעסטע חוצפה צו שטיין נאך געלט ביי זיין ציון פאר א מוסד וואס גייט אין בג"ץ. פארשטאנטא??
נשלח ב-10/8/2010 19:09
מלך_מלכים כתב:
ביי א דין תורה פירט מען זיך צו טון נאר וואס דער בי"ד הייסט, נישט וואס א בעל דין
בי"ד האט געהייסן "ארויס פון באגאטץ"!
נשלח ב-10/8/2010 18:36
ביי א דין תורה פירט מען זיך צו טון נאר וואס דער בי"ד הייסט, נישט וואס א בעל דין
נשלח ב-10/8/2010 18:34
אבער נישט אינדרויסן פון בג"ץ...
נשלח ב-10/8/2010 18:25
דאס איז שוין ווען מאיז ביי דין תורה,
נשלח ב-10/8/2010 02:49
הודעה פון חזקה (בערך)
תמימות, אומשילד אדער אומוויסנד? קוראזש!
אנשי שלומינו חסידי סאטמאר דרוקן אויס שטארקע צופרידענקייט נאך דער סוקסעספולע יומא דהולולא ווען דאס הייליג בארג ביים ציון הק' אין קרית יואל איז שטארק אפגעהיטן געווארן פון די בעלי זרוע און אנשי רשע וועלכע זוכן פאר אלע פרייזן צו ברענגען אן אומארגענונג און דאס קענען דערנאך נוצן פארן גואישן ריכטער, און אזוי ארום אפשר מעגליך באאיינפלוסן דעם ריכטער אז וויבאלד עס הערשט נישט דארטן קיין ארדענונג ווען עס איז אינטער זייער פירערשאפט זאל עס באלד איבערגעגעבן ווערן פאר די וואס ווילן עס האבן אבער האבן עס נישט...היל"ת סיי וואו סיי...
דער גרופע וועלכע זענען אין כסדר'דיגע קאמף מיט דער "קרקע שאינו שלו" האבן איצט נאך דער יארצייט פרובירט צו באשולדיגען די בחורים פון די מתיבתא הק' אין קרית יואל אז זיי האבן אטאקירט אומשולדיגע יונגעלייטלעך, און איבערגעגעבענע עסקנים, ווי ר' ישראל הערשקאוויטש און נאך עפעס א תמימות'דיגע גרופע וועלכע "האבן באמת גארנישט געוואלט, און האבן מיט בלויזע "תמימות" פארקויפט די נייע איבערגעדרוקטע ויואל משה".
הערט מיר צו טייערע ברודער: דאס אז עטליכע יונגעלייט זענען אוועקגעפירט געווארן פון בארג מיט א אומאיינגענעמע באגלייטונג" איז א "פאקט"...
דאס אז הרב הערשקאוויטש איז געשטאנען נאך געלט פאר זאלי'ס מוסדות אין ירושלים עיה"ק, איז אויך א "פאקט"...
דאס אז מהרז"ל האט געברויכט אויף די אנווייזונגען פון די קרית יואל פובליק סעיפטי שפאצירן צופיסענס א שטרעקע ביזן אוהל הק', איז א "פאקט..." און דערמיט דעמאנסטרירט דעם "אלעס בלייבט ביים אלטן..."....
דאס אז עטליכע בחורים'לעך און צוויי יונגעלייט זענען געשטאנען מיט א טישל אן רשות און "פרובירט" צו פארקויפן זייער נייע פראפעגאנדע אויסגאבע אויפן ספה''ק ויואל משה" איז א פאקט...
עס זאל זיך ביטע קיינער נישט תמימות'דיג מאכן, און וויסן זאלן די אלע וועלכע זענען פארשריגען געווארן אז צו ארויפקומען אויפן ביה"ח פארקויפן סיי וואספארא ספרים אדער חפצים, אדער שטיין נאך געלט אן די ערלויבעניש פון די חברה קדישא מצד מהר"א וועט אראפפליען פון בארג שנעלער ווי ער איז ארויפגעקומען
נאכדערצו אז מ'רעדט דא פין איינעם וואס האט געוואלט זאמלן געלט לעבן הייליגען אוהל פאר א מוסד וועלכע ניצט די ציוניסטישע בית משפט פאר זייער שו''ע {להבדיל}
איןת זשאוסט פאר די רעקארד
ביי די טירן פין אוהל הק' זענען געשטאנען מענדל מאיר בראווער מיט גלאנץ פאר די זאלי כולל אין וומ''ס
טראץ וואס צו שטיין דארט איז קעגן די ארדענונג פין די חברה קדישא האט זיי קיינער נישט אוועקגעשיקט
(מענדל מאיר בראווער איז נאך אזא זאלי ווי יש' ה''ק,)
תוקן על ידי היראים ב- 10/08/2010 02:58:23
נשלח ב-10/8/2010 02:25
איז דער יש' ה' א פשוט'ע משוגענער? זאל ער זיך פרייען אז אינז האמיר נישט געטוהן מיט אים וואס די זאלי'ס וואלטען געטוהן אין אזא פאל - פאר'ן פשוטן חטא פין זיין א ארוני (נעקסט טיים זאלען די ארונים ארויסשלעפן זיין פיאות אזווי די נאציס האבען געטוהן אין קווינס קעמפ ווען א בחור מחסידי סאטמאר איז געקומען צום ברך משה ז''ל אויף שב''ק, עס וועט זיין א בעסערע הא לן והא להו) א מוסד וואס האט געקלאגט אין ציוניסטישען בג''ץ ר''ל שטעלט מען זיך ביים טויער פין הייליגען אוהל? שטעלט ענק פאר איין טאג וועלן די זאלי'ס שטעלן לעבן אוהל פארקויפן קוק'ס ספרים אין אז די חברה קדישא וועט הייסען אוועקגיין, וועט עס ווערן ''טעראר''...