די בי"ד אין בני ברק האט דערווייל גע'פסק'נט אז די זאליס זענען די תובעים און נישט די נתבעים, ווייל זיי זענען אריין אינעם טמא'נעם בג"ץ בלי רשות בי"ד, זענען זיי די תובעים, ווי די הלכה איז, און צוליב דעם איז די זאלי פארלאנג אז די דין תורה זאל זיין אין אמעריקא אפגעווארפען, ווייל התובע (זאליס) הולך אחר הנתבע (אהרונים).
איבערן עיקול האט בי"ד געזאגט אז זיי קענען נישט דן זיין איצט וואס בי"ד זאל מעקל זיין, ווייל די צייט איז קורץ, נאר די זאליס מיזן שוין גיין אינעם ציוניסטישען קארט איינמעלדען אז זיי האבן זיך געשטעלט צו בוררות. און איבער אראפ נעמען די עיקול בערכאות וועט מען דן זיין ביי די קומעדיגע זיצונג.
***
ישראל הערשקאוויטש איז געשטאנען נאך געלט דארט פאר די זאלי בג"ץ מוסדות אין ירושלים, מען האט אים געהייסען אז ער זאל גיין פון דארט, ווייל ער מאכט א חילול פאר רביה"ק זי"ע ווען ער שטייט נאך געלט פאר א מוסד וואס פירט אן די טמא'נע בג"ץ תביעה, און מיט דעם איז ער מבזה ומצער רביה"ק זי"ע.
ווי אויך איז פארשטענדליך אז די מוסדות אין ירושלים איז אוועק גע'גנב'עט געווארן פון אנ"ש, און ווילאנג זיי שטעלן זיך נישט צו דין תורה טאר מען זיי נישט געבן קיין רויטע פעני, און קענען נישט שטיין נאך געלט ביית החיים דקהלתינו, אז ער וויל קען ער שטיין נאך געלט ביי פאלאקס.
מען האט געהייסען דעם שלוח בג"ץ ישראל אראפ גיין מיט שיינעם, אבער ער האט אנגעהויבען צו שרייען איך וועל ווייזן אז די אהרונים זענען נישט בעל הבית דא, מען האט אים נאכמאל געבעטען מיט שיינעם אז ער זאל אויף הערן גיין נאך געלט פאר די בג"ץ גע'גנב'עטע מוסדות.
נאך 3 מאל הייסן האט מען אים אנגעכאפט ביים קארג און ארויס געטראגען, אפען וועג ארויס האט ער אין מיטען אנגעכאפט די טישל פון מוסדותינו אין וויליאסמבורג, און ער האט עס מיט כוח געוואלט איבער דרייען אלס נקמה, שרייענדיג אהרונים שקצים פייגער'טס, דארטן האט מען אים געגעבען צו קאסטן, אנשטאט די טישל זאל ווערן איבערגעדרייט, האט מען אים איבער געדרייט...
שטעלט אייך פאר ווען ביים ציון הקדוש שטייען די שלוחי פון די ציונים און גייען נאך געלט פאר די קרן קיימת, עלי', סוכנות, חינוך עצמאי, וכו', די זאליס וואלטן ווען איבער געדרייט א וועלט מיט מחאות קללות אז די אויערן וואלט שטים געווארן.
אז מען האט מקדש שם שמים געווען און ארויס געווארן א שלוח לבג"ץ, וואס איז געגאנגען נאך געלט פאר א מוסד וואס האט מחלל שם שמים געווען די נאמען פון רביה"ק זי"ע מקצה העולם ועד סופו, און א מוסד וואס האט מיקר שם אלילים געווען מיטן גיין אינעם טמא'נעם ציוניסטישען בג"ץ, איז פארוואס פרייען זיך די זאליס נישט?
 |
|
|