| נשלח ב-8/8/2010 08:39 |
|
| |
אויפשוידרענט: געדארפט פארנייען קאפ פון הרה"ח ר' ישראל הערשקאוויטש
די רשעים ארורים (אזוי רופט זיי אן די חז"ל) האבן מיט זייער גרויסער כוח פון סבלנות, געוויזן פינקטלעך וואס פארא סארט חינוך די ישיבה על קברו שטעלט צו, מיטן צו'מזיק'ן איינע פון די חשובסטע יונגעלייט פון סאטמאר, פארן בלויזן חטא פון ארוםגיין שוין איבער צוואנציג יאר פארן רבין'ס הייליגע מוסדות "יטב לב". האבן אינזערע עובדא דאהרן מענטשן, נישט געקענט צוקוקן, ווי אזוי א יוד דינט נאך די עבודה זרה פון "רעבעזיכרוינויליבראכא", האבן זיי אנגענומען דעם אזוי באליבטן מיטל, מיט וואס זייער מנהיג שעפט חיות דקדושה, און זיך געפירט אזוי ווי אין קראלי און אין סאטמאר, און אזוי אויך אין ברוקלין, און געטיילט מכות רצח, ביז ווי לאנג די תאווה פון רציחה, פון די פארפוילטע יונגעטשעס האט אויסגעוועפט, דערזענדיג זייער קרבן אראפ פאלן אויפן ערד אוממאכט, און געדארפט אנקומען צום שפיטאל. פארשטייט זיך אז דער ראש פון דעי סבלנים, נאכן הערן די נייעס, האט זיך געקלאפט אויפן בייכל, הערענדיג אז זיינע תלמידים הקרוים בנים, שפילן איהם נישט אויס, נאר פירן זיך אויפן אלטען דרך וואס מ'האט שוין אויסגעלערנט צוואנציג יאר צוריק, און ווי דער סבלן האט געזאגט בלשון הטמא: "ווער האט זיך געגלייבט אז אין תש"ע, ווען די חוצפה אין די וועלט איז אזוי איינגעריסן, בלייבן נאך אבער מיינע תלמידים געטריי צו די דרכים וואס איך האב זיי געלערנט, און מיט נאך מער חיות, און מיט נאך מער אייפער" ערנסט גערעדט, קודם לאמיר ווינטשען א רפואה שלימה פאר הרה"ח ר' ישראל הערשקאוויטש שליט"א, און איהם געבן חיזוק, ער זאל וויסן אז יעדע טראפ בלוט וואס האט זיך געגאסן פרייטיג ביים ציון הקדוש, איז בוקע רקיעים, און רבינו הקדוש וועט זיכער אויספועל'ן פאר דיר אלעס וואס די ברויכסט. אבער דער עיקר איז - און דאס איז אייגנטליך די ציל פון מיין גאנצן הודעה - איך האף די וועסט האבן די שכל אויפן פלאץ, און פרעיסן טשארדזשעס ביי די פאליציי, זיי זאלן באשטראפן די שולדיגע, אזוי ווי די מחבר פסק'נט (סי' ?) וואס מ'דארף טוהן מיט די שלעגערס, נאר אזוי וועט מען זיי קענען סטאפן פון טוהן זייערע נאצישע שטיק. און צום לעצט א ווענדונג צו הרה"ח הטפסר השתדלן ר' משה דוד נידערמאן שליט"א, אזוי ווי די האסט לעצטענס געגרינדענט א מענטשן רעכט ארגענזאציע מיטן נאמען "ביושר", בעיקר פאר די רעכטן פון די ירשלים'דיגע אידן, בעט מיר דיר ביטע עפן א פליגעל פון דעם ארגענזאציע, און די שטאט קרית יואל, וואס זאל זיך אננעמען פאר די מינאמאלסטע רעכטען, וואס קומט זיך פאר מענטשן, א דאנק.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2010 17:01 |
|
| |
להוי ידוע אז אין בית המדרש הגדול אויף ראדני סטריט האב איך אליין געזעהן אסאך מאל ביי מנחה דעם שפילמאן פיש סוחר פון ווילאמסבורג אויף דעוויזשאן עוועניו, גיין נאך געלד פאר רא"ט'ס חדר אין מאנרוי
אהרן הערש בערקאוויטש דער קעכער מענעדשער פון קרית יואל תלמוד תורה איז געוועהן אליין א קרבן פון די מכות אכזריות וואס ער האט אריינגעהויבן פון שטראבל פון קלויזנבורג בימים הקדמונים ווען דער קלויזענבורגער רבי האט זיך גזוכט צו רייצן מיט זיין אייגענעם פעטער רבינו הקדוש. ועם כל זה האט רבינו הק' קיינמאל נישט צוריק גענפערט און קיינמאל נישט געלאזט שלאגן.
דער היינטיגער אדמו"ר הגדול פון נו העמפשער פראבירט יא נאכגיין די פוסטרי7ט פון זיין געוועזענעם קרוב.
די איינציגע מעשה וואס איך געדענק יא אז עמעצער האט געטשעפעט דעם קלויזענבורגער רעבין איז געוועהן אין לאנדאן ווכען א חשובער באוויסטער קנאי האט עהם אביסל אנגעפאכעט ביים היטרוי עירפארט. ואכמ"ל.
למעשה ווייס יעדער אז אין די סאטמערע חדרים האט מען זיך מונע געוועהן פון יעדן שייכות מיט קלויזענבורג און מ'האט קיינמאל נישט צוריק געשלאגען. חיים געלב איז געגאנגען נאך געלד מידי יום ויום און יעדער האט עהם רעספעקטירט ווייל ער האט אויך נישט גערעדט אויף קיינעם און מיט גיין נאך געלד האט מען נישט געטוהן קיין עולה. ווער ס'וויל נישט געבן זאל נישט געבן.
דאס שלאגן פון דעם גרוש האראוויץ ושותפו וויטריאל איז זיכער א רציחה און ס'וועט זיי זוכער אהיים קומען בשלימות.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2010 07:50 |
|
| |
יא מיר זענען שילדיג ווייל ביז יעצט האט מען עס נאכנישט מודיע געווען פאר די פאליס, מיר באגנוגען זיך בלויז מיט ווארענען אז אט אט אט אט אט אט אט גייט מען יעצט "איינמאל פאר אלעמאל" מסדר זיין, פארוואס דארף דאס נעמען אזוי לאנג???????? וויפיל איז די שיעור צו ווארענען?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2010 07:34 |
|
| |
טרוקענע פאקטן פון די מעשה :
ר' ישראל הערשקאוויטש איז ביינאכט געגאנגען אביסל נאך געלט, נישט ברבים, נאר צו מענטשן וועמען ער האט געוואוסט אז ער קען בעטן. למעשה איז געווארן א רודעריי און ס'איז צוריק שטיל געווארן און געענדיגט.
אינדערפרי איז ר' ישראל געגאנגען זאגן תהלים אין אוהל, דאן האט זיך ווידער אנגעהויבן א רודעריי קעגן אים. שטייענדיג מיט'ן תהלים אין די הענט זענען צוגעקומען צו אים גרוש האראוויץ מיט משה לייב וויטריאל, און געהייסן אראפ גיין. ער האט זיי געפרעגט "פארוואס דארף איך אראפ גיין?", האבן זיי אים געענטפערט ווייל עס ווערט א רודעריי קעגן אים. פרעגט ער "נו, פאר דעם זענט איר דאך דא, אז ס'זאל נישט ווערן קיין רודעריי, ניין?", אבער זיי האבן זיך צעווילדעוועט און געזאגט "גיי שוין אראפ פון דא!".
ער זאגט זיי אז ער האט נאך אפאר קאפיטלעך תהלים צו ענדיגן און ער גייט זיך לחיים ולשלום, זאגן זיי אים "גיי יעצט!", ער האט זיך אבער געבעטן "אין אפאר מינוט ארום בין איך שוין נישט דא!". איז געגאנגען גרוש האראוויץ, צוגענומען זיין תהלים און עס אוועק געשאסן.
זעהענדיג כי כלתה אליו הרעה, האט ער זיך געבראכן פאר זיי "גוט, איך גיי אראפ", ער האט אנגעהויבן אראפ צו גיין, אבער גרוש האט אים געוואלט "אונטער יאגן" האט ער אים געגעבן א גוטן שטופ אויף אראפ, און ר' ישראל איז אראפ געפאלן, זיין הוט איז אוועק געפלויגן.
ווען ער האט זיך אויפגעטשעלט האט אים גרוש האראוויץ אנגעכאפט ביים גארטל און זיך גענומען שלעפן ווי א שעיר לעזאזל, אנקומענדיג צו געיט האט זיך ר' ישראל אנגעכאפט אינעם געיט און זיך געבעטן "איך גיי, איך גיי, אבער געב מיר נאר מיין הוט!", אבער גרוש האראוויץ האט אים געגעבן א געזונטן האק אויפן האנט אויפן אייזן (ווער עס ווייסט, איז עס יסורים נוראים), און האט אים ווייטער ארויס געשלעפט, אנקומענדיג אינדערויסן האט זיך ר' ישראל ווייטער אנגעכאפט אין די ערשטע זאך וואס איז געווען פאר זיינע אויגן, און דאן איז עס געווען דער מתיבתא טישל, און זיך ווייטער געבעטן "איך גיי אבער געב מיר נאר מיין הוט", למעשה האט אים גרוש ווייטער געשלעפט, אזוי ארום איז דער טישל אראפ געפאלן...
אהההה, דאן זענען די חברה צעווילדעוועט געווארן, און זיך גענומען אים אנצוהאקן מיט מכות אכזריות, ביז ער איז געווען באוואוסטלאז פאר אפאר מינוט. ווען אינמיטן האט משה לייב אריינגעקאלט א מעמבער אז יענער זאל זאגן אויפן הצלה ראדיא אז "אלעס איז אקעי", נישט פארגעסנדיג צוצולייגן "אבער זאג עס נישט איבער אויף די ראדיא אין מיין נאמען".
ביז דא איז די טרוקענע פאקטן פון די מעשה וואס איך אליינס מיט נאך עטליכע האבן מיטגעהאלטן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2010 02:59 |
|
| |
א גוט מארגן רבי_יונה
ענדליך איז דער וועלטס-בעקער יונה אויפגעשטאנען פון זיין לאנגן שלאף...
אט וואס יונה שרייבט אין כל הנערים כולו פורום:
ישראל הערשקאוויטש איז געשטאנען נאך געלט דארט פאר די זאלי בג"ץ מוסדות אין ירושלים, מען האט אים געהייסען אז ער זאל גיין פון דארט, ווייל ער מאכט א חילול פאר רביה"ק זי"ע ווען ער שטייט נאך געלט פאר א מוסד וואס פירט אן די טמא'נע בג"ץ תביעה, און מיט דעם איז ער מבזה ומצער רביה"ק זי"ע.
ווי אויך איז פארשטענדליך אז די מוסדות אין ירושלים איז אוועק גע'גנב'עט געווארן פון אנ"ש, און ווילאנג זיי שטעלן זיך נישט צו דין תורה טאר מען זיי נישט געבן קיין רויטע פעני, און קענען נישט שטיין נאך געלט ביית החיים דקהלתינו, אז ער וויל קען ער שטיין נאך געלט ביי פאלאקס.
מען האט געהייסען דעם שלוח בג"ץ ישראל אראפ גיין מיט שיינעם, אבער ער האט אנגעהויבען צו שרייען איך וועל ווייזן אז די אהרונים זענען נישט בעל הבית דא, מען האט אים נאכמאל געבעטען מיט שיינעם אז ער זאל אויף הערן גיין נאך געלט פאר די בג"ץ גע'גנב'עטע מוסדות.
נאך 3 מאל הייסן האט מען אים אנגעכאפט ביים קארג און ארויס געטראגען, אפען וועג ארויס האט ער אין מיטען אנגעכאפט די טישל פון מוסדותינו אין וויליאסמבורג, און ער האט עס מיט כוח געוואלט איבער דרייען אלס נקמה, שרייענדיג אהרונים שקצים פייגער'טס, דארטן האט מען אים געגעבען צו קאסטן, אנשטאט די טישל זאל ווערן איבערגעדרייט, האט מען אים איבער געדרייט...
שטעלט אייך פאר ווען ביים ציון הקדוש שטייען די שלוחי פון די ציונים און גייען נאך געלט פאר די קרן קיימת, עלי', סוכנות, חינוך עצמאי, וכו', די זאליס וואלטן ווען איבער געדרייט א וועלט מיט מחאות קללות אז די אויערן וואלט שטים געווארן.
אז מען האט מקדש שם שמים געווען און ארויס געווארן א שלוח לבג"ץ, וואס איז געגאנגען נאך געלט פאר א מוסד וואס האט מחלל שם שמים געווען די נאמען פון רביה"ק זי"ע מקצה העולם ועד סופו, און א מוסד וואס האט מיקר שם אלילים געווען מיטן גיין אינעם טמא'נעם ציוניסטישען בג"ץ, איז פארוואס פרייען זיך די זאליס נישט?
דער יונה איז נאך אזוי פארשלאפן אז ער כאפט זיך נישט אז ווער עס קען ר' ישראל הערשקאוויטש נ"י – און א גרויסער ציבור קען אים גוט – ווייסט אז ער איז אן איידעלער יוגנערמאן וואס דרייט נישט איבער קיין טישלעך און שרייט נישט.
און עס איז ב"ה דא גענוג און נאך עדות וואס האבן צוגעזען ווי דער גוי וויטריאל מיט זיינע צוהעלפער האבן אים געשלאגן נעבן ציון הק'.
יונה, לתקוני שדרתיך ולא לעוותי! דיינע משלחים האבן נישט געוואלט דו זאלסט זיי קאליע מאכן די מעשה.
נעקסט-טיים שטיי אויף פריער, און רייב דיך גוט אויס די אויגן, איידער דו הייבסט אן צו שרייבן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2010 01:30 |
|
| |
נישטא וואס צו רעדן, ס'איז ליידער ליידער געווען רשעות פון סאטמאר קעגן אנדערע, אבער מען קען זאגן אז ס' איז געווען נאר יחידים, און טאקע נאר יחידים, יחידים מיינט אומאפיציעל און זיכער נישט מיטן באוואוסטזיין פונעם ציבור, און זיכער זיכער נישט פון קהל, און ווער רעדט נאך פונעם רבי'ן אליין. און פארשטייט זיך אז מען האט פרובירט מיט אלע מיטלען דאס אפצושטעלן.
וואס דאס איז ביי די ארונים הונדערט און איין פראצענט אינגאנצן אנדערש, ס' איז אפיציעל באוואוסט די רשעות ביים ציבור, און ביי קהל, און אויך - שוין איינמאל אויך ביים סבלן שליט"א אליין. און ניטאמאל פרובירט מען דאס צו סטאפן, נאר אדרבה מען איז מחזק די רשעות אויף ווייטער. און דעטס די דיפרענטס.
לאמעך מסיים זיין מיט א ביטער ווערטל, וואס כא געהערט פון א קלויזענבורגער בדחן, שווארץ הייסט ער (כ'דענק נישט דעם ערשטן נאמען, אפשר ווייסטו יא?...), האט ער אזוי געזאגט:
סאטמאר כאפט היינט צוריק וואס זיי האבן דערלאנגט פאר קלויזענבורג. נו שטעלט זיך די פראגע, וואלט קלויזענבורג געדארפט זיין די וואס געבן צוריק?, נאר סאטמערע קלעפ קען נאר געבן א סאטמערער, מוזן זיי דאס באקומען פון די אייגענע....
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2010 01:05 |
|
| |
ערשט זאלסטו מיר זאגן ווער האט זיי גערודפט, וועל איך דיר ענטפערן אויף דיין שאלה.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/8/2010 23:35 |
|
| |
ווילסטו זאגן פנחס יואל אז ענק זענען ממשיך דעם דרך?
דו קענסט נישט מאכן שלום מיט קלויזענבורג, בעלז, אא"וו און זאגן אז איך בין ממשיך דעם אמאליגן דרך.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/8/2010 20:08 |
|
| |
שני כתובים הבאים כאחד
|
|
|
|
| נשלח ב-10/8/2010 03:03 |
|
| |
פרעג נאר די זקני האהרונים (נישט די היינטיגע צוצאקעס) ווער עס האט וועמען גע'רודפ'ט?
צי רביה"ק זי"ע האט עמיצן גע'רודפ'ט אדער האט מען אים גע'רודפ'ט?
סאטמאר האט געליטן פון די גאנצע אידישע גאס אריינגערעכנט די חסידישע גאס.
און לאמיר דיך פרעגן: ווער האט גערעדט אויף וועמען? האט רביה"ק זי"ע גערעדט אויפ'ן קלויזנבורגער אדער פארקערט?
עטס ווייסט נישט קיין היסטערי, שאל אביך ויגדך!
און לאמיר ענק קלאר מאכן: קיינער זאגט נישט אז עס איז געווען א גוטע זאך דאס צוריקשלאגן. מען רעדט יעצט פון פאקטן. פינטל.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/8/2010 02:10 |
|
| |
אין אזא צייט ווען מען דערמאנט אלטע זכרונות איז נישט מער ווי פאסיג איבערצוחזרן דאס ווארט פון הרה"ח ר' מי"ג שליט"א (א איד א בן שבעים)
ווען די רבי ז"ל האט געלעבט איז געווען א וועלט פון רשעים (אלע רביס) און איין צדיק (רביה"ק זי"ע)
היינט איז דא א וועלט פון צדיקים (אלע רביס, כולל בתוכם וואס מען האט אמאל גערודפט) און איין רשע (רבינו מהר"א שליט"א)
|
|
|
|
| נשלח ב-9/8/2010 23:04 |
|
| |
צביהירש, עס קומט מיר אן צו לאכן. זאג נאר נאכאמאל, ווער האט וועם גע'רודפ'ט? קלויזענבורג האט גע'רודפ'ט סאטמאר? הא! הא! הא! א יעדער קינד פון חדר פון אלע קרייזן האבן געוואוסט פון די רדיפות וואס יעדער האט געהאט אויסצושטיין פון סאטמאר. קומסטו מיט א קעלבענע תם'ע ותה און פארדרייסט די יוצרות?
פאררראכטן צוליב בזיון רבנים
תוקן על ידי המהדרין ב- 10/08/2010 20:59:31
|
|
|
|
|