פרישע קריג צווישן תולדות אהרן מיט די זאליס און י-ם
שוין צויי יאר וואס עס קומט פאר א ראבעריי צווישן די זאליס פון ירושלים (קרי: חיים הערש) מיט תולדות אהרן דערנאך וואס תולדות אהרן האבן שוין עטליכע מאל געוויזן אז זיי זענען נישט משועבד צו חיים הערש נישט מיט קנאות און נישט מיט געלט און יעצט האבן זיי אינטערגעשיקט אז יצ. וו. זאל פליען פון דער איד וכדו'. אלע יארן פלעגט ק"ק תולדות אהרן זיך קומען משתתף זיין בי די סעודת הילולא כ"ו אב וויבאלד זייער רבי זי"ע איז א תלמיד פון רביה"ק זי"ע. דעס יאר האבן זיי אבער מודיע געווען פאר די זאליס אז זיי מאכן א עקסטערן סעודה ביי זיי און ביהמ"ד די זאליס זענען געווארן צושפילט וויבאלד ווער עס ווייסט האלב ביהמ"ד פלעגן אנפילן די קאפטענעס פון תו"א און יעשט וועט זיין בזיונות. תו"א האבן גלייך געהאנגען מודעות און ירושלים און די בתי מדרשות און די זאליס זענען געווארן נאכמער צושפילט דערנאך וואס זיי האבן געזעהן אז זייער באליבטער דיין הרב זורגער גייט זיין נואם הכבוד ביי תו"א. גלייך איז אראפ א משלחת צו הרב זורגער בשם חיים הערש אז ער האט נישט וואס צו גיין צו תו"א אבער ווער עס קען הרב זורגער ער האט ליב צו ווייזן אז דוקא וועט ער גיין... בקיצור עס איז ששון ושמחה די זאליס (הב' י. ל. מיט יו. ג.) זענען ארום און אלע בתי מדרשות פון ירושלים אראפצורייסן די מודעות.. אבי מען שלאגט זיך נישט צווישן אונז אידן..
 |
|