הערליכע שבת אין ק"י, ארוינישע פראוואקאציע דורכגעפאלן
די פארגאנגע שבת פ' ראה האט כ"ק מרן רבינו עט"ר מסאטמאר שליט"א געוויילט אין קרית יואל, די שבת איז אדורך מיט א דערהויבנקייט און התרוממות הנפש, עס לאזט זיך נישט באשרייבן די שבת, סיי די תפילות וואס דער קרית יואל'ע ציבור האט געהאט די זכי' מיטצוהאלטן מיט רבינו שליט"א, וואס האט געדאווענט כדרכו מיט א געוואלדיגע ווארימקייט און השתפכות הנפש.
אפגערעדט די דערהויבענע טיש וואס דער רבי שליט"א האט מעריך געווען, דער רבי איז אריינגעקומען צום טיש פונקטליך אין די צייט ווען מען האט אויסגערופן 12:00, ביז געציילטע מינוטן איז די בית המדרש געווען געפאקט די ברענטשעס האט זיך בליץ שנעל אנגעפילט, און דער ציבור בעלי בתים זקנים ואברכים האבן אויסגעזעצט די טישן, חוץ דעם וואס נאך א ריזיגע ציבור זענען געשטאנען ארום נישט איבערבלייבנדיג פאר זיי ווי צו זיצן.
דער רבי איז אריינגעקומען מיט דעם טלית על כתיפו, דער ציבור האט זיך נישט געקענט גענוג אנזעטיגן פון די לעכטיגע צורה פונעם רבי'ן שליט"א וואס האט מבהיק ומאיר געווען מקדושת שבת, דער רבי האט אנגעהויבן זמירות כדרכו בקודש וואס האט נאכגעפאלגט דורך דעם ריזן ציבור, די זמירות האט אפגעהילכט און האט ארומגענומען יעדן איינעם מיט א חיות און דערהויבנקייט, עס האט ווי מיטגעשלעפט יעדן איינעם אין די דערהויבענע זמירות
בפרט ווען דער רבי האט זיך מתחנן געווען כבן לפני אביו ביי די תפילה פון רבון כל העולמים, ווי דער רבי האט מיט צוגעמאכטע אויגן זיך מתמוגג געווען פאר'ן הייליגן באשעפער און איינגעצוימטערהייט אויפגעהויבן זיינע הענט מיט א תפילה פאר'ן בורא כל עולמים, ווי מען בעט זיך ביי די הייליגע תפילה וזכני לקבל שבתות מתוך רוב שמחה.... להעיד על כוסי בתוך שמחתי... ושויתי ה' לקראתי, עס איז געווען א מחזה הוד וואס ווער האט דאס געזעהן וועט דאס נישט אזוי שנעל פארגעסן
אינדערצווישן איז דער אויבן אן געווארן פול מיט די סאמע חשוב'סטע רבנים פון קרית יואל, עס איז געקומען אויף שבת צו פאר'ן צוויי קינדער פונעם רבי'ן שליט"א הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און הרה"ג ר' אהרן שליט"א, בפרט האט זיך ארויסגעשיינט די השתתפות פון הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א וואס האט מיטגעהאלטן דעם גאנצן שבת במחיצת אחיו כ"ק מרן רבינו שליט"א (ביי קדיש וואס דער רבי האט געזאגט זייענדיג אין יאר האט דער רבי שליט"א קודם געזאגט צוזאמען מיט אחיו הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א און דערנאך די גאנצע ציבור ווי איינגעפירט אין סאטמאר)
דערנאך איז געזיצן הגה"צ דומ"ץ סאטמאר קרית יואל שליט"א, הגה"צ ר' יעקב יהודה ברוין שליט"א דומ"ץ תהילות יואל, הגה"צ ר' משה יצחק לונצער שליט"א ר"מ במתיבתא לאנדאן וואס האט געוויילט גאנץ שבת במחיצת קדשו פונעם רבי'ן שליט"א, הרה"ג ר' יצחק מאנדל שליט"א ראב"ד חקר הלכה, הרה"ג ר' בערל ראזענבערגער שליט"א דומ"ץ ישמח משה דקהילתינו, הרה"ג ר' נפתלי דייטש שליט"א דומ"ץ בית יואל, הרה"ג ר' שלמה יונגער שליט"א דומ"ץ טאהש קרית יואל, הרה"ג ר' שמואל יעקב מייזעלס שליט"א מו"צ בקהילתינו,
פון די אנדערע זייט זענען געזעצן הגה"צ אב"ד ביסטריץ שליט"א, הרה"ח הישיש המפואר ר' עזריאל גליק שליט"א משב"ק אצל רביה"ק זי"ע, הגה"צ אב"ד טאלטשאווע שליט"א, הגה"ח מפארי וחשובי זקני תלמידי חכמים ר' יחזקאל גליק שו"ב שליט"א והגה"ח מפארי וחשובי זקני תלמידי חכמים ר' מאיר מאשקאוויטש שליט"א, הרה"ג ר' הערשל פליישמאן שליט"א ר"מ בישיבת סאטמאר מאנטריאל ומנהל הבית חינוך לבנות דסאטמאר מאנטריאל, און נאך (הגה"צ משארמאש שליט"א וואס הייבט געווענליך אויף די כוס ביים קידוש איז נישט געקומען צוליב א משפחה שמחה)
רבינו שליט"א האט געמאכט קידוש מיט א דביקות און שמחה מקדושת שבת, דער אמן פון דער קידוש האט אפגעהילכט ביז די ווייט האוז שוהל אפאר מעטער אוועק...
דערנאך האט דער רבי מעריך געווען שולחנו הטהור כדרכו בקודש ווי באקאנט פאר יעדן וואס האט נאר מיטגעהאלטן א טיש מיט רבינו שליט"א די איידלקייט און קדושה וויאזוי דער רבי איז מעריך די סעודה און עסט די מאכלי שבת, עס איז זיך מתמזג סיי די שמחה און התרוממות קדושת שבת און סיי די פחד און ערנסקייט (וואס כידוע פלעגן צדיקים ביי די פרייטאג צונאכטס טיש זיין מער מיט א פחד און ביי די צופרי סעודה מער מיט א שמחה ואכמ"ל)
אזוי איז ווייטער דורך די גאנצע טיש ווען במשך די גאנצע צייט האט דער ציבור געזינגען ווארימע ניגונים לבית סאטמאר לכבוד שבת, דערנאך האט דער ציבור געשטעלט וויין און דער רבי האט געווינטשן לחיים פאר'ן גאנצן ציבור,
די תורה וואס דער רבי שליט"א האט געזאגט האט דער גאנצער ציבור מיטגעהאלטן מרישא ועד סיפא, אין בית המדרש איז געווען שטיל און דער גאנצער עולם האט זיך מתענג געווען און אינטערגעשפרינגען פון די הערליכע דרוש וואס דער רבי האט געזאגט, געבויעט אויף הקדמות פון רבינו הקדוש זי"ע פון ייטב לב און פון ישמח משה זי"ע (אנטשולדיגט אבער פון יש אם למקרא אדער ארץ ישראל מוחזקת האט מען נישט גערעדט)
די תורה האט דער רבי שליט"א הערליך שיין אראפגעלייגט מיט א טוב טעם וואס ממש יעדער איינער האט געקענט מיטהאלטן און פארשטיין, דער רבי האט הערליך פארטייטשט עטליכע מדרשים און דאס וואונדערליך אריינגעלייגט אין די פסוקי הפרשה פון וואס דער גאנצער ציבור האט געהאט א תענוג רוחני פון די חדוותא דשמעתא
אזוי האט זיך דער טיש ווייטער געצויגן מחיל אל חיל, בפרט ווען מען האט געזינגען קה אכסוף און דער עולם איז געווען ווי אין א אנדערע וועלט, די ווארימקייט און רוחניות'דיגע תענוג וואס האט באנומען יעדן איינעם איז נישט צו באשרייבן, דער רבי שליט"א האט פאר זיך געברענט זינגענדיג די קאכעדיגע ווערטער פון די הייליגע זמירות, אזוי איז געווען די זעלבע ווען דער רבי האט מכבד געווען .... צו זינגען קה רבון האט זיך די זעלבע איבערגעחזר'ט, דער ציבור וואס האט דאס מיטגעהאלטן וועט דאס קיינמאל נישט קענען ארויסנעמען פון זכרון
תוקן על ידי געכאפטער1 ב- 09/08/2010 01:32:05
 |
|
|