געהערט פון א משפחה מיטגליד פון דער מחותן ר' משה מארקאוויטש אז זין טאכטער די כלה וואס גייט היינט נאכט חתונה האבן בשעה טובה ומוצלחת אין די נייע זאל ארבעט ביי המספיק (דערווייל)
די אלע ארבעטער'ס ביי המספיק האבן באקומען א סטראשע פון אויבן, אז אויב איינער פון די ארבעטער'ס "ווארק מעיטס בלע"ז" וועט זיך דערוואגן צו גיין צו די חתונה דעמאלס קען זי זיך גיין זוכן א נייע זשאב
אבער עס איז שטיל דא
נשלח ב-15/8/2010 21:03
איך בין נאך געגנגען די זאך וועגען המספיק
סאיז געווען א קלארע פארלאנג פין די בהערדע נישט צי גיין צי די חתונה יא א חלק ארבייטערס זענען געקימען ביים קבלת פנים ביז די חופה אבער שפעטער איז נישט געווען אפי' איינער אויך נישט וועגן די קלארע פארלאנג פין דעם אלטער רשע אין רוצח מאיר ווערטיימער
אין נאכדעם די אימשילדיגע קינדערלעך וואס מיר ליינען אין די בעבישע גאזעט יעדע חודש אז המספיק שטרעגט זיך אן אין טראגט די קינדער ווייט אוועק אבי ארויף צי ברענגען א שמייכל אויף די צובראכענע קינדערלעך נעבעך האבן יעצט געוויזן זייער עכטער פרצוף וואס סאיז זיי וויכטיג פאליטיק אדער די אימשלדיגע קינדער ווען די כלה איז א כלה געווארן האבן שוין אלע אימשילדיגע קינדערלעך אנגעהויבן צי זיך פרייען אז זיי גייען האבן א חתונה אין זיי גייען קענען זיין אידערמיט מיט די כלה אבער זיי האבן נעבעך געהאט א גרויסן טעות נישט ביי המספיק מיט מאיר ווערטיימער ביי זיי איז פאליטיק קודם אין די קינדער האבן נישט געטארט גיין צי די חתונה אין נאכדעם וואס דע אימשילדיגע קינדערלעך האבן אנגעהויבן צי וויינען אין פארפירן האט מען מיט גרויס גענאדע געלאזט גיין זאגן מזל טוב פאר די כלה אינמיטן טאג אידערהיים
שעם אן יא המספיק מיט איר פירער מאיר וווערטיימער בראש!!
ווי אזוי קען נאך איינער פין אינזער ציבור עם טראסטן מיט קער נעמען פין זייערס א קינד??
נארמאלער איך האב דיך געפאלגט,
אזוי ווי מיין בני בית איז געווען ביי די חתונה, האב איך מיך ביי איר נאכגעפרעגט,
און יא עס איז ריכטוג די אויבנדערמאנטע קאנפערמעשן פון משמרת הדת,
און יעצט אפאר ווערטער צי נארמאלער,
די שרייבסט אז איך דארף מיך נאך פרעגן, פאר איך שרייב אז מען זאל נישט מגיב זיין, אז עס איז נישט אמת,
דער תירץ איז,איר ווייסט מן הסתם דער טייטש פון די פסק כי באפם הרגו איש,
ווען מען לאזט ארויס א געוויסע נייעס אויף א צווייטנס חשבן, אויב האט מען עס נישט מברר געווען אויף ,100%
קען מען האבן א חלק, אומוויסנדיג, און אזא זאך, וואס גייט אריין, און דער אויבן דערמאנטע פסוק,
צימאל אפילו ווען עס איז 100% אמת, קען דער פירסם, ברענגן שאדן פאר די וועם די האסט גאר אינזין צי העלפן,
אויב די פארשטייסט דאס נישט איז דאס א עונש פאר אינז אז די ביזט אויף די זייט פונעם שך ברעטל,
(אנטשלדיגט מיר, נעמט עס נישט פערזענליך, איך מיין נישט דיך, איך מיין דער ניק נארמאלער)
נקוט האי כללא בידך,
פאר די פאסט עפעס, גיב א טראכט, ווען דעס איז ווען נישט אמת,
שטעל דיך פאר מיט אלע קאלירן וואס עס קען אלס ארויס קומען,
ביטע טראכט אריין לויט דיין קאפ ווי אזוי די אויפרעגעניש פון א פאלטשע נייעס אויף דיין חשבן וואלט דיך ארויס גענימן פון גלייכגעוויכט,
און אויב די האסט א ברירה אויפן פלאץ יענעם צירוק דערלאנגן וויפיל וואלסטו דיך קאנטרלירט,
און אויב די זעסט נישט קיין פראבעלם דערמיט, דערמאן דיך אז א ארונישע קאפ לויפט מער מיליטאנטיש ווי דיינס,
נאך איין זאך, אויף צי זאגן אז מען זאל נישט מגיב זיין נאר אויב מען ווייסט וואס מען רעד,
דאס דארף מען נישט מברר זיין ווייל דאס שטייט און אלע ספרים ה"ק בפרט און צעטל קטן,
און זיי האבן דאס געשריבן פאר אינז אלע עד סוף כל הדורות, אפילו זיי האבן נישט מברר געווען אלע מעשיות צי עס איז יא אדער נישט אמת.
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 11/08/2010 19:18:58
נשלח ב-11/8/2010 17:55
קאנפירמד, די גאנצע המספיק דעי העב סטעף מיט אירע קארדינעיטארס, האבן נעכטן אנטייל גענומען ביי די חתונה אין עטרת מאיר צבי
נשלח ב-11/8/2010 05:10
רשכבהג די האסט א פוינט איך לאז דיר עס גיין מברר זיין, אבער דאס האט אויך נישט קיין פשט סתם צו שרייען קעגן די שרייבער'ס פאר "די" ביסט עס מברר צו עס איז נישט אמת, אמת איך האלט אויך אז יעדער זאל מברר זיין קודם - אזוי ווי איך האב געטוהן -פאר מען טוט עפעס קעגן דעם ווערטהיימער
די זעלבע זאך וואס די טוסט מיט די ר' געצל אז די שרייסט אויף יעדעם ווי א אומשילדיגע לעמעלע פארוואס מען שרייט נעבעך אויף דעם צדיק ובעל מידות ר' געצלען פאר מ'איז דאס מברר.....
אז די לעבסט נישט אין די פלאנעט און די ווייסט נישט אז דער עגלי דבש האט נאך נישט געפילט פאר וויכטיג ארויסצוקומען קעגן די אלע שוידערליכע רדיפות קעגן אינגע פארפעלקער, דעמאלס שריי כאטשיג נישט אויף אנדערע וואס האבן עס יא מברר געווען
תוקן על ידי נערמאלער ב- 11/08/2010 05:47:17
נשלח ב-11/8/2010 04:41
הרב החסיד ר' מאיר ווערטהיימער האט שוין עקספיריענס מיט די פאלעטישענס
60 MINUTES
נשלח ב-11/8/2010 03:17
איך זע אז עטליכע שרייבערס האבן דא אנגענומען פאר א דבר פשוט
אז א בעל הבית האט די רעכט איינצוטיילן פאר זיינע ארבעטערס וואס צו
טאן אין זייער פריוואטן לעבן.
קען מיר איינער מסביר זיין דעם פשט דערפון???
ווען איך ארבעט פאר א מענטש קען ער מיר איינטיילן מיט וועמען צו
רעדן? וואו צו שיקן די קינדער? און וועלכע גראסערי צו קויפן?
ווער איך זיין עבד נרצע?
נשלח ב-11/8/2010 01:36
נע, זאגסט דאך אליין דעם תירוץ,
מאיר ווערטהיימער איז גענוג קלוג צו וויסן אז פון הייד פארק דארף מען זיך נישט צוטוהן מאכן, ווייל דארט שרייבט מען אין די וועלט אריין...
חוץ וואס דו שרייבסט איז טאקע זייער ערנסט...
נשלח ב-11/8/2010 01:15
איך וויל נאר איין זאך פרעגן, פארוואס ווען איינער שרייבט אויף היידפארק וואס אימער עס זאל נאר נישט זיין, באנעמט מען זיך דערמיט כאילו דאס איז א מציאת און מען האקט שוין אויף צירוק, האט איר נאך נישט מיט געלעבט און אייגענע פראקטיק ווי אזוי מעשיות טוישן זיך מן הקצה אל הקצה פינעם מקור, נאכער, גוט א טראכט, אויב עס איז נישט אמת, און דער באטרעפנדער באקומט די שארפע אטאקעס אומזינסט, ווייסט איר וואס דאס פארארזאכט ביי עם און מח, איך זאג נישט עס קען זיין אז דער וואס ווייסט קלאר די מעשה אויף 100 % און ער שרייבט איז איין זאך, אבער די וואס ליינען עס און דער גאנצער מקור איז נאר פון דא מיט וואסערע אחריות זענט איר מגיב?
נשלח ב-11/8/2010 01:03
דער אויסדרוק "לעגאלע" שריט האט נישט געמיינט צו נעמען לאיערס וכדומה. איך האב פשוט געמיינט אויסצושליסן "אומלעגאלע" זאכן ווי טעראר אקציעס נוסח אהרונים.
המספיק אין קרית יואל סערווירט צווישן 200 און 300 קאנסומערס, צענדליגער דערפון פון אנשי שלומינו, אלזא, אויב הייבן זיי אן מיט די מינדעסטע טעראר כלפי אנשי שלומינו, גייען מיטן אייבירשטען'ס הילף נישט איין און נישט צוויי, נאר א מינומים פון צוואנציג ביז דרייסיג משפחות, צומאכן דעם פייל ביי המספיק און סוויטשן ס'דא רעים, ידי חסד, מעלה, נייטראלע עידשענסיס. מיר סטראשענען נישט, און מיר ווארענען נישט, ווייל דאס גייט עווענטועל זיין אינזער רעאקציע.
אלזא מר. ווערטיימער, דער אויסוואהל איז פאר אייך.
נשלח ב-10/8/2010 23:58
מאיר הערש וואס פאר א שפראך זאל איך שרייבן אז די זאלסט יא פארשטיין? ווייל אידיש זעט אויס פארשטייסטו נישט, איך האב נישט געשריבן אז מאיר ווערטיימער האלט אז ס'איז אסור, מיין טענה איז נאר געווען אז "אויב" מאיר האלט אז ס'איז א איסור דארט צו גיין האט ער אלע רעכטן דאס צו פארבאטן פאר זיינע ארבעטערס, און ווען איך שרייב אלע רעכטן איז דאס נאר יושר'דיגע רעכטן, און תורה'דיגע רעכטן, און נישט געזעצליך וואס ס'איז זיכער נישט בארעכטיגט, נאר קענענדיג דעם מאיר ווערטיימער וועט ער געוויס נישט פלעין אזוי אפענערהייט אויפזאגן עמעצן פאר גיין צו א געאסערטע חתונה, ער איז פיל קליגער און טיכטיגער פון דעם, ער וועט יענעם געבן א קאסט אז יענער זאל אליין אוועק לויפן.
נשלח ב-10/8/2010 23:33
איך קען זייער גוט ר' מאיר ווערטהיימער נ"י. ער איז באמת אן ארענטליכער מענטש אין זיין ביזנעס, ער נעמט יעדן מענטשן וואס איז פאסיג פאר די ביזנעס, נישט נאר איינער וואס באלאנגט צו זיין פארטיי.
אויסער דעם וואס ר' מאיר לייגט אריין הארץ אין זיין ביזנעס, און זוכט נישט צו פארדינען געלט אויפן חשבון פון די צעבראכענע קינדער.
דעריבער איז עס באמת נישט צום גלייבן אז ער זאל צוליב פארטיי אינטערעסן טאן אזא נארישקייט פון אויפזאגן ארבעטערס צוליב גיין צו די חתונה.
דעריבער האבן מיר געפילט פאר וויכטיג צו ווארענען איבער די קאנסעקווענצן.
נשלח ב-10/8/2010 23:26
משהלע כתב:
דער מאיר ווערטיימער האלט דאס מיידל פון א בני יואל אין זיין פירמע און דאס הייסט געשפילט פאליטיק?, אויב האלט מאיר ווערטיימער אז ס'איז אסור זיך צו באטייליגן ביי די חתונה האט ער אלע רעכטן צו פארבאטן פאר זיינע ארבעטארערינס צו גיין צו די חתונה, און ווער עס קען דעם מאיר ווערטיימער ווייס אז ער איז נישט פון די דערשראקענע, די בני יואל טוען במילא וואס פאר א רשעות זיי קענען, און דער מאיר ווערטיימער איז הונדערט פראצענט קאשער, ער שרעקט זיך נישט פאר ליידיגע סטראשונקעס, פערצאפאל קען איך מאיר ווערטיימער, איך האנדל מיט עם.
משה איך גלייב נישט אז דו קענסט מאיר ווערטהיימער, ווען יא זאגסטו נישט אז ער האלט אז עס איז אסור, ער קען גוט זיין בעבי ר' אהרן און ער ווייסט גאנץ גוט אז עס איז נישט אסור ע"פ תורה נאר ע"פ דעם מח קטן פון ר' אהרן.