נארמאלער איך האב דיך געפאלגט,
אזוי ווי מיין בני בית איז געווען ביי די חתונה, האב איך מיך ביי איר נאכגעפרעגט,
און יא עס איז ריכטוג די אויבנדערמאנטע קאנפערמעשן פון משמרת הדת,
און יעצט אפאר ווערטער צי נארמאלער,
די שרייבסט אז איך דארף מיך נאך פרעגן, פאר איך שרייב אז מען זאל נישט מגיב זיין, אז עס איז נישט אמת,
דער תירץ איז,איר ווייסט מן הסתם דער טייטש פון די פסק כי באפם הרגו איש,
ווען מען לאזט ארויס א געוויסע נייעס אויף א צווייטנס חשבן, אויב האט מען עס נישט מברר געווען אויף ,100%
קען מען האבן א חלק, אומוויסנדיג, און אזא זאך, וואס גייט אריין, און דער אויבן דערמאנטע פסוק,
צימאל אפילו ווען עס איז 100% אמת, קען דער פירסם, ברענגן שאדן פאר די וועם די האסט גאר אינזין צי העלפן,
אויב די פארשטייסט דאס נישט איז דאס א עונש פאר אינז אז די ביזט אויף די זייט פונעם שך ברעטל,
(אנטשלדיגט מיר, נעמט עס נישט פערזענליך, איך מיין נישט דיך, איך מיין דער ניק נארמאלער)
נקוט האי כללא בידך,
פאר די פאסט עפעס, גיב א טראכט, ווען דעס איז ווען נישט אמת,
שטעל דיך פאר מיט אלע קאלירן וואס עס קען אלס ארויס קומען,
ביטע טראכט אריין לויט דיין קאפ ווי אזוי די אויפרעגעניש פון א פאלטשע נייעס אויף דיין חשבן וואלט דיך ארויס גענימן פון גלייכגעוויכט,
און אויב די האסט א ברירה אויפן פלאץ יענעם צירוק דערלאנגן וויפיל וואלסטו דיך קאנטרלירט,
און אויב די זעסט נישט קיין פראבעלם דערמיט, דערמאן דיך אז א ארונישע קאפ לויפט מער מיליטאנטיש ווי דיינס,
נאך איין זאך, אויף צי זאגן אז מען זאל נישט מגיב זיין נאר אויב מען ווייסט וואס מען רעד,
דאס דארף מען נישט מברר זיין ווייל דאס שטייט און אלע ספרים ה"ק בפרט און צעטל קטן,
און זיי האבן דאס געשריבן פאר אינז אלע עד סוף כל הדורות, אפילו זיי האבן נישט מברר געווען אלע מעשיות צי עס איז יא אדער נישט אמת.
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 11/08/2010 19:18:58
 |
|
|