בית פורומים כל העולם כולו

פארוואס ניצט מען נישט פאליטישע דרוק קעגן די ציונים?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/8/2010 00:42 לינק ישיר 
פארוואס ניצט מען נישט פאליטישע דרוק קעגן די ציונים?

יעצט אין די צייט וואס כלל ישראל איז פאראייניגט מיט די מערכה קעגן חיטוטי שוכבי יעדער ארגענזירט פראטעסטן אין די גאנצע וועלט
מען בעט מענטשן זאל רופן די אפיסעס פין אר עפ אר אין אזוי ווייטער
וואלט איך פשוט נייגעריג געווען
פארוואס ביי רוב אייראפעישע לענדער ווי מען האט פראבלעמן מיט חיטוטי שוכבי אדער סיי וואס ניצט מען ענדערש דיפלאמיטשע דרוק אין דא נעמט מען זיך גלייך צו פראטעסטן
איך וויל ח''ו נישט קריטיקרן די מערכה איך נאר פשוט פארשטיין די מהלך פין די עסקנים - איך רעדט פין אלע עסקנים איך האב נאך כמעט נישט געזעהן ביים יעצטיגען פאל קיין שום פאליטישע דרוק אזווי מען טוט אייביג ביי אנדערע גזירות, ווי אראנזשירן מאכטפולע סענעטארען זאלען רופן די ציונים אין אזוי ווייטער אפי' ביי וואשינגטאן האב איך יא געמיינט אז מען גייט ניצן פאליטישאןס האב איך באמערקט אז פינקט פאר דעם האט שוין נישט געהאט קיין צייט
פאליטישע דרוק איז לכאורה אסאך א שטערקערע געווער ווי פראטעסטן,
אין נאכמאל איך ווייל נישט קריטיקרן איך וויל נאר פארשטיין



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2010 22:54 לינק ישיר 

אי"ה ווען איך וועל אנקומען ארויסצוגעבן די שוידערליכע אויפדעקונגען ארום "אתרא קדישא" וועט אלעס זיין פארענטפערט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2010 22:08 לינק ישיר 

איך האב באקומען עטליכע מעסעזשעס אין תיבה אישית איך וועל לייגן די וועלכע שרייבן די מערסטע צו די זאך

איינער שרייבט

האסט זייער גיט געפרעגט די קשיא איז זייער א שווערע קשיא עס איז קלאר אז שתלנות פין אמעריקאנע אין אייראפעישא באמטע קענען האבען אסאך א שטערקערע השפעה ווי פראטעסטן ספעציעל ווען מען לייגט פאליטישע דרוק
וועלכע לאנד דארף נאך אזוי ציקומען צו די דרויסענדע וועלט ווי די טמא'נע רעגירונג
נאר די מערכה ווערט היינט טיילווייז געפירט דורך אתרא קדישא אין ארה''ק וועלכע האט א שטארקע קירבות מיט אתרא קדישא אין אמעריקא וועלכע האבען אייביג א מהלך פין טוהן שריט ווילדערהייד ופרשת טאלעדא יוכיח פארוואס זיי זענען אין ערגעץ נישט אנגקומען מיט פראטעסטן אין רידערייען אין הרב שלעזינגער האט געפועלט מיט שתדלנות אין דרוק אז מ'זאל יא לאזען ציריק בארערדיגען, דאס איז בלויז איין דוגמא וכן יש הרבה
עס איז קלאר אז מען דארף אנהייבן מיט פאליטישע דרוק פין אויסלאנד אין דאס קען זיין א שטארקע שטופ פאר די מערכה

א צווייטער שרייבט

דיין שאלה בנוגע פאליטישע דריק אויף די ציונים איז א ריכטיגע שאלה, די סיבה איז באמת וואס די טראכסט און די ווילסט נאר נישט זאגן. ווען אימער עס איז דא א מערכה מיט די ציונים, כאפן זיך געוויסע עסקנים ארויף אויף מחאות אזוי ווי צו זאגן: ב"ה ס'איז שוין דא פארוואס "מוחה" צו זיין אויף ציונות. אזוי אז עס בלייבט נישט קיין געלט, צייט, מוח און כח צו טוען די ריכטיגע שריט. מחאות האט אויך א פלאץ אבער נישט די איינציגסטע, אבער דערוואגן זאלן זיך די "ריכטיגע" עסקנים צו זאגן אז מען דארף טוען עפעס אנדערש. די ביידע טיפן עסקנים איז דא צו טרעפן אין יעדן שיכט פון סאטמאר. פארשטענליך אז ווען די מערכה איז נישט מיט די ציונים נאר מיט עפעס אנאדערע מדינה, קען מען זיך ערלויבן צו טיען וואס מען דארף און וואס ס'טוט אויף.

א חוץ מזה איז אויך אמת, אז ווען עס איז נוגע ציונות דארף מען ארבייטן פילפאכיג מער צו קענען געווינען פאליטישאנס אויף דיין זייט, ווייל די אלע אידיש/ציוניסטיש געשטימטע פאלטישאנס ציען זיך צוריק דיר צו העלפן.

אין צו הולך לבג''ץ
איך רעדט נישט דא פין פאליטישע שריט פין מדינת ישראל פאליטיק
איך רעדט פין די דרויסענדע וועלט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2010 01:11 לינק ישיר 


גראדע איז דא געווען א פאליטישע דרוק וואס זיי האבן נאך קיינמאל נישט געהאט

פאר ווער סגעדענקט האט זיך אלעס אנגעהויבן ביי די אשקלון פרשה און דארט האט דער ראש ממשלת הכופרים געהאט א דרוק אז זיין ממשלה וועט צוזאם פאלן אויב גראבט ער, און דאך איז דאס אריבער נאכדעם האבן זיי שוין מחליט געווען לאמיר אריין כאפן וואס מער אז די פאליטישע דרוק האט יעצט נישט געהאלפן וועט שווער זיין צו מאכן פאליטישע דרוק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2010 01:08 לינק ישיר 

לענ"ד
וויל די איזראעילי לאבי "עיפאק" איז טויזענט מאל שטערקער ,קיין איין פאליטישאן וויל מיט זיי זיך נישט איינרייסען

כנלענ"ד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פארוואס ניצט מען נישט פאליטישע דרוק קעגן די ציונים?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext