איך האב באקומען עטליכע מעסעזשעס אין תיבה אישית איך וועל לייגן די וועלכע שרייבן די מערסטע צו די זאך
איינער שרייבט
האסט זייער גיט געפרעגט די קשיא איז זייער א שווערע קשיא עס איז קלאר אז שתלנות פין אמעריקאנע אין אייראפעישא באמטע קענען האבען אסאך א שטערקערע השפעה ווי פראטעסטן ספעציעל ווען מען לייגט פאליטישע דרוק
וועלכע לאנד דארף נאך אזוי ציקומען צו די דרויסענדע וועלט ווי די טמא'נע רעגירונג
נאר די מערכה ווערט היינט טיילווייז געפירט דורך אתרא קדישא אין ארה''ק וועלכע האט א שטארקע קירבות מיט אתרא קדישא אין אמעריקא וועלכע האבען אייביג א מהלך פין טוהן שריט ווילדערהייד ופרשת טאלעדא יוכיח פארוואס זיי זענען אין ערגעץ נישט אנגקומען מיט פראטעסטן אין רידערייען אין הרב שלעזינגער האט געפועלט מיט שתדלנות אין דרוק אז מ'זאל יא לאזען ציריק בארערדיגען, דאס איז בלויז איין דוגמא וכן יש הרבה
עס איז קלאר אז מען דארף אנהייבן מיט פאליטישע דרוק פין אויסלאנד אין דאס קען זיין א שטארקע שטופ פאר די מערכה
א צווייטער שרייבט
דיין שאלה בנוגע פאליטישע דריק אויף די ציונים איז א ריכטיגע שאלה, די סיבה איז באמת וואס די טראכסט און די ווילסט נאר נישט זאגן. ווען אימער עס איז דא א מערכה מיט די ציונים, כאפן זיך געוויסע עסקנים ארויף אויף מחאות אזוי ווי צו זאגן: ב"ה ס'איז שוין דא פארוואס "מוחה" צו זיין אויף ציונות. אזוי אז עס בלייבט נישט קיין געלט, צייט, מוח און כח צו טוען די ריכטיגע שריט. מחאות האט אויך א פלאץ אבער נישט די איינציגסטע, אבער דערוואגן זאלן זיך די "ריכטיגע" עסקנים צו זאגן אז מען דארף טוען עפעס אנדערש. די ביידע טיפן עסקנים איז דא צו טרעפן אין יעדן שיכט פון סאטמאר. פארשטענליך אז ווען די מערכה איז נישט מיט די ציונים נאר מיט עפעס אנאדערע מדינה, קען מען זיך ערלויבן צו טיען וואס מען דארף און וואס ס'טוט אויף.
א חוץ מזה איז אויך אמת, אז ווען עס איז נוגע ציונות דארף מען ארבייטן פילפאכיג מער צו קענען געווינען פאליטישאנס אויף דיין זייט, ווייל די אלע אידיש/ציוניסטיש געשטימטע פאלטישאנס ציען זיך צוריק דיר צו העלפן.
אין צו הולך לבג''ץ