|
|
| נשלח ב-11/8/2010 21:22 |
|
| |
יעדע ווארט שטימט טאקע מיט די מעשה ביים שבו"י..
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2010 21:35 |
|
| |
ראדני האסט אויסגעלאזט..
די רבי הייבט אן דעם בריוו,
"ולא לחנם אמרו חז"ל על אלו וקשין לעולם יותר מדור המבול" ווער זענען דע "על אלו" ?
קוק אריין אינעם חז"ל אינעווייניג, "כל מי שאינו יודע בטוב גו"ק" לא יהא לו עסק עמהן ואמר ר' יוחנן "וקשין לעולם יותר מדור המבול" ווי עס שיינט איז דער ''על אלו'' געווען א אינו יודע, ודי בזה.
נאך א זאך וואס דו האסט פארזען אינעם בריוו,
"והנה יש מאחרונים שכתבו על קידושין "כאלו" שאין לחוש עליהם אף לקולא וצריך לקדש מחדש ע"י ברכות"
איך בלייב דא ווארטן, ביטע ברענג מיר פון וועלעכע "אחרונים" וואס הייסן איבערמאכן קידושין ע"י יודע בטוב גו"ק שלא ברשות המרא דאתרא אויב דו טרעפסט נישט דעם אחרון רוף אן ר' געציל אפשר וועט ער דיר טרעפן
איך בלייב דא, ביטע ברענג מיר דעם אחרונים, ישר כוחכם.
תוקן על ידי משמרת_הדת ב- 11/08/2010 21:51:55
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2010 21:36 |
|
| |
וואסי טאקע געווען די מעשה דארט אין נאסיוד, איך בין באמת נייגעריק, 20 יאר צוריק ווען ס'נאך געווען אזויפיל איד פון יענעם דור, וואלט מען זייער גרינג געקענט נאכפארשן, היינט איז עס א שווערע מעשה, אפשר דארף מען נאכקוקן און אלטע צייטונגען ירחונים וכדומה,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2010 21:39 |
|
| |
גלייב מיר איך האב געזוכט און געזוכט און איך זיך נאך אלץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2010 21:41 |
|
| |
| ראדני_קינג כתב: |  |
קודם קוקט אויס אז איר האט נישט געליינט וואס איך האב פריער געשריבן, ווי איך האב ארויסגעברענגט א קלארער חילוק צווישן די סארט בויקאט פון שמחות פון אמאל, און דער איציטיגער בלויז "חתונה" שמחה, דו מאכסט נאך אלס איין קוגל, ליין עס איבער מיט ישוב הדעת ותמצא נחת,
נאכן איבערליינען מיט ישוב הדעת, זעה איך נישט קיין שום חילוק, סיי אמאהל און סיי היינט האט עטס אלעס אריינגעלייגט און די תורה, און גענוצט די זעלבע עגל,
אדרבה בימים ההם האט עטס נאך גענוצט די היינטיגע בי"ד פון מהרז"ל מיטן בד"ץ אויף לאיסור, און סאך שטערקערע טעראר הגם ס'האט געטראגן דעם זעלבן פנים ווי די איסור אויפן סידו"ק, און וועט אנהאלטן בערך אזוי לאנג
שנית, וויל איך זאגן עפס א דערהער,
ווען איינער איז פארוויקלט אין לאנגער ביטערער מחלוקה, פון יארן יארן לאנג, און ער האלט אז אלעס וואס ער טוט איז כשר וישר און אויסגעהאלטן, און דער אנדערע צד איז אלעס אומרעכט און נגד התורה,
למעשה איז דאך נאר איינער גערעכט, מ'קען קיינמאל נישט וויסן, א מענטש האט דאך נגיעות און הרגשים, די נגיעות און הרגשים טרייבן דעם מח צו פארשטיין וויזוי ער וויל פארשטיין, דאס איז דער נאטור, א מענטש קען אסאך מאל זעהן קלאר אז ער איז גערעכט, און כאפט זיך נישט אז זיינע נגיעות טרייבן איהם...
למשל איך געהער זיך אן צו חסידי מהר"א, ווער ווייס, קען זיין איך בין אויפן ראנג זייט, נאר היות איך האלט אז דער שורש המחלוקה איז ליידער בלויז כבוד און געלט, און האט זערא מיט יהדות ואמונה, ממילא האלט איך אז איך ריזיקיר נישט ציפיל מיטן זיין אויפן ראנג זייט,
יעצט דא לענינינו, די אלע בני יואל/מהרז"ל אידן האבן אין זייער הארץ אריינגעבאקן אלטע טיפע הרגשים ונגיעות לגבי ר' אהרן'ען, דאס איז קלאר, יעצט אויב עס איז דא אפי' א ווייטער ספק ספיקא אז אפשר זענען די נגיעות והרגשים וואס פאפן דעם מח אז ס'נישטא קיין פראבלעם מיט די קידושין, און לפי האמת איז ליידער יא דא א גרויסער פראבלעם, איז דאס א שרעקליכע חורבן דורות וואס מ'טוט נאר זיך אפ, נישט ר' אהרן, נישט עקשטיין, קיין איינער ווערט נישט אזוי אפגעטון ווי זיך אליין, דאס איז א מעוות שאינו יכול לתקן, ממילא בכגון דא וואלט איך געזאגט אז למיחש מיהו צריך, ווען דער מעגליכער הפסד איז א מיליאן מאל מער ווי דער שכרו, דער נצחון קעגן ר' אהרן.
זייער א אויבעפלעכליכע דערהער, כ'וועל דיר מסביר זיין פארוואס,
ס'איז נישטא קיין שום פוסק אינדערוועלט וואס האלט אז אויב לו יהא ס'טאר נישט זיין מסד"ק אן אנדערער, אז עס איז דא עפעס שמץ פון א פראבלעם פון די דורות, סך הכל איז דא א "תקנה" אז מ'דארף מען איבערמאכן די קידושין מוראדיגע גרינגע תשובה, נאא אז ס'וועט זיך ארויס שטעלן ווען אליהו וועט קומען אז ס'איז אזוי, וועלן זיך די יודן שטעלן אינטער די חופה און זיך מהנה זיין מיטן באסאווע שטים בענדעלע,
משא"כ דינען די פארטייי וואס די שרייבסט אז די "ריזקירסט גארנישט" מיטן זיין א נערויני, איז אזאנס שקר און א מעוות שלא יוכל לתקן,
קודם כל, דאס אז ער איז דיר מאכל טרייף ממש (כפי פסקו נוטראלי של הגאון מקרלסבורג שליט"א) איז זייער א גרויסע פראבלעם ס'האט נישט אזא גרינגע תשובה ווי די קידושין וואס ס"ה דארף מען עס איבער מאכן און דעטס איט, טרייף פלייש איז מטמא כל הגוף און אלע מאכלים וואס מ'קאכט אין די כלים זענען ווייטער טרייף אא"וו, אזוי אויך די פאבליק סקול (כפי פסקו נוטראלי של הגאון מקרלסבורג שליט"א) איז יהרג ואל יעבור און כפירה ממש, שטעל דיך פאר ווי הארב, ממש נאר מיתה מכפרת,
במילא לאמיר נישט שפילן די געים פון הארב און גרינג, ס'איז ברור כשמש פאר דיר פונקט ווי מיר אז די קידושין מחלוקה האט גארנישט מיטן הארבקייט און מיטן נאסוידער רב, ווייל צוויי טעמים
1) עס הייבט ענק נישט אן צושטערן ווען א בני יואל זינדיגט אדער איז מזנה רח"ל, אדרבה א סקאנדאל פון א בנ"י דראפאוט איז ביי ענק כמוצא שלל רב, מ'פאסמאקעוועט זיך דערמיט ווי פרישע זעמעל, יעדע טראגעדיע ברוחניות ובגשמיות איז געווען א זיג פאר ענק
2) די איסור פון סידו"ק\מרה דאתרא גייט אויך אן ווען מ'פארט און מאנסי\וומס"ג חתונה האבן און די פארפאלק וואונט אין קרית יואל, די תקנה איז געווען אז ס'זאל זיין א קאנטראל אויף די קידושין'ס, במילא ס'איז גארנישט נשתנה געווארן מיטן נייעם זאל, עטס האטס קיין פראבלעם מיט חתונה אינדרויסן פון שטאט קיינמאל נישט געהאט אדרבה איר שרייט נאך עד היום אז מיר זאלן זיך שלעפן קיין מאנסי, ס'נישטא קייין גרעסערע ליצונות פון דעם,
איך האף עטס פארשטייטס מיין פוינט
|
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2010 21:51 |
|
| |
ווען איינער איז פארוויקלט אין לאנגער ביטערער מחלוקה, פון יארן יארן לאנג, און ער האלט אז אלעס וואס ער טוט איז כשר וישר און אויסגעהאלטן, און דער אנדערע צד איז אלעס אומרעכט און נגד התורה,
למעשה איז דאך נאר איינער גערעכט, מ'קען קיינמאל נישט וויסן, א מענטש האט דאך נגיעות און הרגשים, די נגיעות און הרגשים טרייבן דעם מח צו פארשטיין וויזוי ער וויל פארשטיין, דאס איז דער נאטור, א מענטש קען אסאך מאל זעהן קלאר אז ער איז גערעכט, און כאפט זיך נישט אז זיינע נגיעות טרייבן איהם...
יעצט דא לענינינו, די אלע ארונים האבן אין זייער הארץ אייביג זיך ארום געטראגן אז ר"א און טאקע נאר ר"א וועט דאמענירן און סאטמאר און צי דעם צוועק האבן זיי אריינגעבאקן און גערודפט ווער עס האט זיך זיי געדאכט אז ער האט געלעסטערט די געטשקע ה"ה ר' אהרן דינן, דאס איז קלאר, יעצט אויב עס איז דא אפי' א ווייטער ספק ספיקא אז אפשר זענען די נגיעות והרגשים וואס פאפן דעם מח אז עס איז דא א פראבלעם מיט די קידושין, און לפי האמת איז נישט דא קיין שום פראבלעם, איז דאס א שרעקליכע זאך פון שפיכת דמים, ציטיילן משפחות, הוצאות לעז, ועוד ועוד און אזוי ווייטער וואס מ'טוט נאר זיך אפ, סיי ר' אהרן, און סיי עקשטיין, קיין איינער ווערט נישט אזוי אפגעטון ווי זיי אליין, דאס איז א מעוות שאינו יכול לתקן, ממילא בכגון דא וואלט איך געזאגט אז למיחש מיהו צריך, ווען דער מעגליכער הפסד איז א מיליאן מאל מער ווי דער שכרו, דער תאות השררה והכבוד המדומה, איך האף עטס פארשטייטס מיין פוינט
ראדנו, יזכר לך אתה היום אשר דברת, וזה לשונך,
נישט אז איך זאג אז ס'איז דומה לנידן דידן, קען זיין יא קען זיין נישט, איז יעצט די קשיא זייער הארב ווען די ביסט מודה אז עס איז נישט זיכער דומה לנידן אויב אזוי וועל איך נאכאמאל איבער חזרן דיינע ווערטער
אויב עס איז דא אפי' א ווייטער ספק ספיקא אז אפשר זענען די נגיעות והרגשים וואס פאפן דעם מח אז עס איז דא א פראבלעם..... בכגון דא וואלט איך געזאגט אז למיחש מיהו צריך, ווען דער מעגליכער הפסד איז א מיליאן מאל מער ווי דער שכרו,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2010 22:06 |
|
| |
זיבעלע:
זייער גוט ארויסגעברענגט דיין פוינט אף וויא, איך האלט אבער אז דו ביסט אביסל ראנג אין געוויסע זאכן
דו שרייבסט
נאכער איז דא אויב איינער טרעט אויף די תורה ווי למשל ער גייט אין ערכעות קעגן זיין אייגענעם טאטן איז זעלבסט פארשטענדליך אז מען טאר זיך נישט באטייליגן ביי אזא שמחה ביז ווילאנג ער טוהט תשובה,
אן אריינגיין אין א טענה'ריי אויף אמת הדבר, וויל איך דיר פשוט פרעגן א מקור, ווי שטייט אז אויב מען רופט א טאטן אין קאורט טאר מען נישט גיין צו זיין חתונה? קען זיין איינער זאגט עס, איך וויל אבער פשוט וויסן א מקור.
והדבר מובן למבקשי האמת, ווייל יעדער פארשטייט אז צוואנציג יאר צוריק האבן די זעלבע וואס באטייליגן זיך נישט יעצט געהאט אנדערע פסוק וואס איז געשטאנען אז מ'דארף זיך פורש זיין פון די בנ"י קאזין לגמרי און ליתר שאת א שפיי טוהן , היי יאר האט ער א אנדערע טעיסטימענט פון יענע פסוק וואס זאגט קלאר אז מען מעג שוין ביי די בר מצוה און וואך נאכט נאר נישט ביי די חתונה, ואין לדבריהם סוף,
האסט אביסל ראנג אינפארמעישאן, איך האב אויך א משפחה וואס באלאנגט אביסל אהין, גאר נאנטע משפחה ווי למשל ברידער און שוואגער, זענען אלעמאל געגאנגען, ערשטע קוזינעס גייען נאך היינט נישט נאר למחצה לשליש ולרביע (בפרט ווען ס'איז נישט אין קרית יואל), ווער רעדט נאך פון צוגעקומענע קוזינעס גייען בכלל נישט, ווייל ער קען ניטאמאל דעם פעטער, ער טרעפט אים נישט כמעט.
רבינו הק' בעל ברך משה האט קלאר געזאגט, אז מען זיך נישט אפהאלטן פון גיין צו פאמיליע שמחות, אוודאי איז געווען א פאר עקסטרעמע פאלן ווי עלטערן האבן מחמת גרויס מער זיך אפגעהאלטן צו גיין, אבער בדרך כלל איז יעדער געגאנגען (די גאר נאנטע משפחה)
ווידער יעצט, גייען די ברידער און שוואגער אויך נישט, פשוט ווייל ס'איז אסור.
איך האב געזאגט פאר א נאנטן משפחה קרוב (א זאלי, וואס טראגט מיטן עירוב ווייל זיין רב (ווי ער האט באלאנגט ביז נ"ט) האט מתיר געווען), האב איך אים געזאגט, איך רעספעקטיר דיין מיינונג, איך האלט נישט אז דו ביסט מחלל שבת, ווייל דו פאלגסט דיין רב וואס דו זאגסט אז ער איז דיין מורה דרך, פיין, אבער דו רעספעקטיר מיין מיינונג, איך פאלג מיין רב און מיין דיין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2010 22:27 |
|
| |
יפה שאלת,
דער מקור שטאמט פון רביה"ק זלל"ה בעל ויא"מ וואס האט אנגעזאגט זיינע חסידים אין תלמידים אין תשכ"ה אז מזאל ח"ו נישט באטייליגן אינעם ויזניץ - סיגוט'ע חתונה, ווייל במקום שיש חולול השם אין חולקין וכו', וכן פסק בעל בירך משה זי"ע אז ער האט זיך נישט באטייליגט ביי זיין זוהן וואס האט איהם גערופן אין ערכעות,
אויף די צווייטע פוינט אז מ'האט זיך באטייליגט ברידערס און שוואגערס, העל איך דיר זאגן, אז די וואס האבן זיך דעמאלטס באטייליגט "כמעט" באטייליגן זיך יעצט אויך, אבער ס'נישט אמת אז יעדער האט זיך באטייליגט, פישל פארקאש וכדומה לו וואס זענען פערצופאל געבליבן ארויניס פלגען זיך נישט באטייליגן ביי קיין משפחה שמחות אין באטייליגן זיך יעצט אויך נישט וועגן א אנדערע חוב קדוש,
אנפאנג בני יואל יארן ווען די טעראר איז געווען אויפן זעלבן שטאפל ווי יעצט ביי די חתונות פלעגן זיך די הייסע שווענץ נישט באטייליגן ביי קיין שמחות ניטאמהל גריסן פלעגן זיי, יעצט איז אביסל אנדערש יעצט ארבעט מען אויף טערארר אויף די אייגענע מענטשן אנשטאטס אויף די "שונאים" וואס זיי ווייסן אז ס'איז א לאסט קעיס
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2010 22:59 |
|
| |
פיין געענטפערט יעצט אזוי דו האלטסט אז דער גאנצער שידוך פון וויזניץ איז געווען א חילול השם, און דערפאר גלייבסטו אז רביה"ק האט זיך נישט געלאזט משתתף זיין, גוט, איך רעספעקטיר דיין אמונה. ווידער גלייבסטו אז רביה"ק הברך משה האט זיך חלילה נישט געוואלט משתתף זיין ביי די שמחות פון זיינע אייניקלעך וועגן חילול השם, און דאס מיינט די חתונה פון ר' יואל בן רבינו, ביי ר' יואל גלאנץ, ביי בר מצוה פון ר' חיים צבי בן אב"ד וומסב"ג, ר' חיים צבי בן ר' העניך אשכנזי ועוד, וואס דאס אלעס איז געווען נאך פאר די פעמילי קאורט. (ס'איז זייער קאמיש, אבער דוכט זיך אז זינט די פעמילי קאורט ביז כ"ו ניסן תשס"ו איז נישט פארגעקומען קיין שום שמחת נשואין אדער בר מצוה בבית רבינו שליט"א אז מען זאל אפילו קענען נוצן די תירוץ). איך רעספעקטיר דיין אמונה. יעצט אויב האלטסטו אז די א. ד. זאכן זענען געווען א חילול השם, און דערפאר דארף מען זיך נישט באטייליגן ביי שמחות פון אייגענע קינדער, פארוואס פארשטייסטו נישט אז טאמער איך האלט (על פי דעת תורה פון מיין רבי און דיין) אז א חתונה איז א חילול השם (לייג יעצט אין די זייט פסולע סידור קידושין, מופקרים וכו', פשוט איך האלט אז ס'איז א חילול השם, נאכאמאל איך האלט אזוי, דו מוזט נישט אזוי האלטן) פארוואס האלטסטו אז איך בין א חי' ווען איך גיי נישט צו די חתונה? איך טאר נישט האבן מיין אייגענע מיינונג?
תוקן על ידי וואלןסח ב- 11/08/2010 23:00:54
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2010 23:13 |
|
| |
יעצט קימט אן די נייעס.
אז א דעלגאציע פון די רשעים, זענען יעצט ארויף צו ר' הערשעל מארקאוויטש שליט"א,
און איהם איבער געגעבן א בריוו פון קהל
אז אזוי ווי ער האט באקומען א דין ווי א רשע און פורץ גדר,
וועט ער מער נישט קענען ליגען אין בית החיים, און ער קען זיך גיין זיכען א מקום מנוחה......................
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 00:48 |
|
| |
וואלן -
איך רעספעקטיר דיין מיינונג, אבער לשיטתך מיז מען קומען צום אויספיר אז דעס וואס דיין בעל פעור ערלויבט נישט זיך צובאטייליגן איז מחמת ער וועפט ל"ע און די משתמשים זענען שולט עליו,
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2010 10:30 |
|
| |
וואלן
דעס אלעס איז געזאגט געווארן פאר ווער עס האלט אז עס איז א חילול השם אין ער וויל נישט גיין אבער פארוואס לאט מען נישט אנדערע וואס האלטן נישט אזוי גיין?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2010 16:22 |
|
| |
וואלן, יעקב יחזקי' מארקאוויטש האלט אויך אז עס איז א חילול השם? נו פארוואס טאר ער נישט גיין?
וועסטו זאגן אז עס איז קהל'ס פליכט צו זען אז מען זאל פאלגן דעם פסק פונעם דומ"ץ?
איז קודם כל, אויפן בריוו וואס ענק פאררופן זיך, שטייט נאר אז קהל זאל קנס'נען דעם מקדש און קאפל, אבער גארנישט וועגן די מחותנים.
(און דאס איז דאך ביי מיר ברור כביעתא בכותחא - זינט משה גבאי איז שוין נישט ביי ענק... - אז דער מין מושג פון טעראריזירן, כפי' ואלימות וכדו' עקזיסטירט בכלל נישט ביי ענק, און ממש נאר וואס עס שטייט אין די תשובה פון רביה"ק זענט עטס געצווינגען דערצו, און עכט וואלטס עס אזוי שטארק נישט געוואלט טון פאר קיין געלט אין די וועלט...)
והשנית, עיני ראו ולא זר, ווען 4 טאג נאך וואס ר' געציל האט ארויסגעגעבן דעם ריקאל אויף מאסקאווי, איז געליגן אויף די פאליצעס פונעם ק"י בוטשער פרישע שיין געפאקטע "קאטשקע פלייש"! נו וואו איז דעמאלט'ס קהל געווען צו זען אז דער פסק פונעם "(איינציגסטן...)דיין וואס דער רבי האט ממנה געווען" זאל אויסגעפירט ווערן מיט א שלימות?
(איך בעט דיך זאלסט מיר נישט זאגן אז עכט האט ר' געציל געלאזט מען זאל עס שטילערהייט פארקויפן ווייטער, ווייל דעמאלטס שטעלסטו דעם ר' געצילען אין א ערגערע ליכט ווי פארמעגליך האט אים געלייגט).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/8/2010 16:41 |
|
| |
| וואלןסח כתב: |  |
יעצט אויב האלטסטו אז די א. ד. זאכן זענען געווען א חילול השם, און דערפאר דארף מען זיך נישט באטייליגן ביי שמחות פון אייגענע קינדער, פארוואס פארשטייסטו נישט אז טאמער איך האלט (על פי דעת תורה פון מיין רבי און דיין) אז א חתונה איז א חילול השם (לייג יעצט אין די זייט פסולע סידור קידושין, מופקרים וכו', פשוט איך האלט אז ס'איז א חילול השם, נאכאמאל איך האלט אזוי, דו מוזט נישט אזוי האלטן) פארוואס האלטסטו אז איך בין א חי' ווען איך גיי נישט צו די חתונה? איך טאר נישט האבן מיין אייגענע מיינונג?
תוקן על ידי וואלןסח ב- 11/08/2010 23:00:54
|
|
העט דאס געווען דיין אייגענע מיינונג, החרשתי.
דער פראבלעם מיט דיר איז, אז דיין מוח איז אזוי איינגעשרומפן אז צוליב א שטעלונג אין א משפחה מחלוקה פאר צען יאר צוריק, וואס דו האסט גענומען אונטער יענע אומשטענדן נישט מיט א קלארן דעת, קען זיין אז היינט ווילסטו שוין אפילו טוישן, זאלסטו דיך נישט באטייליגן אין די שמחה פון דיין לייבליכן ברודער?
איך מיין שטעל דיר פאר אז צוליב א שטעלונג אין די מחלוקה צווישן יאנקי סופר און יודי ג"ב וואס דו נעמסט יעצט, וועסטו צען יאר ארום נישט גיין צו א קרוב'ס חתונה?
טראכט דיר אביסל אריין, די זעלבע מענטשן וואס העצן דיך יעצט נישט צו גיין צו קיין חתונת, האבן דיך פאר צען יאר צוריק געהעצט צו ווארפן שטיינער אויף אומשולדיגע פרויען. וואלסטו עס געטון היינט נאכאמאל? ניין!
נו טראכט רואיג וויאזוי דו וועסט דיך שעמען אויפצוהייבן דיין קאפ פאר דיין קרוב, אין צען יאר ארום, ווען צוליב פארשידענע אורזאכן וועט זיך טוישן דער ווינט און דיינע חברים וועלן דעצידירן אז דו מעגסט שוין גיין צו דיין ברודער/זון/קרוב וואס מאכט חתונה. מאך נישט קיין טעות, נישט דער מסירת נפשדיגער פסק פון הגה"ק אגלי דבש וועט זיך טוישן, בלויז דער ווינט. פונקט אזוי ווי דער בר"מ האט קיינמאל נישט צוריק געצויגן פונעם "קרעציגן" פסק און אז די בני יואל וועלן אפפארן ווי די ספרדים אין סיגוט(וואס גראדע עמרם כהן זעט עס שוין היינט בחוש...) נאר פשוט דעער ווינט האט זיך געטוישט.
בין והתבונן, ווייל לדעתי שטעקט אין דער נקודה א גרויס חלק פונעם חילוק צווישן מיר און דיר.
|
|
|
|
|