| נשלח ב-12/8/2010 02:34 |
|
| |
איסור פון ר' געציל אויף סידור קידושין בלי רשות פון רא"ט
אין שכינותדיגען אשכול איז דא א דין ודברים איבער די הארבקייט פון די סידור קידושין אין קרית יואל אן רשות פון רא"ט. די ארונים שטעלען אן א פני תם ווי זיי ווילען פשוט ראטעווען די קרעציגע משפחות פון ווערען קרעציגע ממזירים און עס האט גארנישט מיט קיין טעראר און פאליטיק. די קרובים וואס קומען נישט איז פשוט מחמת גרויס יראת שמים און רבינו הקדוש האט נישט געלאזט גיין צו די סארט חתונות אבער ח"ו מיט טעראר און פאליטיק האט דאס נישט קיין שייכות. די סוגיא איז שוין דורך געקייט געווארען הונדערט מאל אבער דאך איז נאך כדי דער עולם זאל מגיב זיין און באשרייבען יעדער פון זיין קוק ווינקעל די ליצנות פון דעם איסור און די היפאקריטישקייט דערפון. מרא דאתרא מיט 25 יאר צוריק האבען קרית יואלער תושבים זיך אויפגעוועקט צו א קאשמאר פון וואס זיי האבען זיך נאך נישט געכאפט דעם אטעם עד היום הזה. (די איינציגע זאך וואס היינט איז גרינגער איז אז עס איז שוין א צרת רבים, אזוי ווי דער קאשמאר האט זיך צושפרייט בכל קצוי תבל און די קרית יואלער זענען שוין נישט אליינס אויפען פראנט) מיט גרויס אנגסט האבען די קרית יואלער אידען אויפגענומען די ידיעה אז א רב ווערט ארויפגעצווינגען אויף די שטאט אן קיין וואלען און אן זיך רעכענען מיט קיינעם נאר מיטען כח הזרוע. די סיבות פארוואס רוב ציבור האט נישט געוואלט דעם רב איז נישט נוגע דא, דער פאקט איז אבער אז די רבנות איז געווען בכפי אן קיין וואלען און אן די הסכמה פון רובא דרובא ציבור. יעדער יודע ספר ווייסט אז מען קען נישט ארויפצווינגען א רב אויפען ציבור אן זייער הסכמה, מלפנים זאת בישראל אז אין יעדע שטאט איז געווען וואלען און מיט וואלען האט מען געהאט דעם כח צו ממנה זיין א רב א מרא דאתרא וואס האט מחייב געווען אויך דעם מיעוט וואס האט נישט מסכים געווען צו דעם התמנות. אן קיין וואלען איז פשוטער פון ביעתא בכותחא אז א רב קען זיך נישט ארויפזעצען אויף א שטאט און זיך דערקלערען מרא דאתרא און געוועלטיגען אויפען ציבור נגד רצונם. דאס אלעס איז דברים פשוטים און מיטאמאל די חלה דעקלעך וועלען האלטען אנדערשט. בימים ההם, כדי צו באפעסטיגען דעם רבנות, האט ר' אלי' סימאן ועוד ארויסגעגעבען תשובות ווי זיי האבען בארעכטיגט די רבנות פון רא"ט מיטען תירוץ אז ער איז נאר א רב הצעיר ארויסצוהעלפען דעם טאטען און א רב הצעיר איז מבואר אין געוויסע תשובה ספרים דארף נישט קיין בחירות. פארשטייט זיך אין פעלער ווען דער רב הצעיר איז אויפגענומען געווארען אן וואלען האט ער נישט קיין דין מרא דאתרא און ווי נאר כשל עוזר נפל עזור ווען עס איז נישט דא קיין רב איז נישט דא קיין רב הצעיר'שאפט. לענינינו, רא"ט האט קיינמאל נישט געהאט קיין דין מרא דאתרא אין קרית יואל און עס איז נאך קיינמאל נישט געשריבען געווארען קיין פסק פון קיין שום דיין –חוץ דער איינגעשטעלטער דיין ר' געציל- אז רא"ט איז מרא דאתרא. אדרבא פיל רבנים ודיינים מובהקים האבען געשריבען קלאר אז ער איז נישט מרא דאתרא און דאס איז אויך דער פשוטער משמעות פון אלע פוסקים אז אן קיין וואלען קען מען זיך נישט ארויפצווינגען אויפען ציבור און זיך דערקלערען מרא דאתרא. דער גאנצער בנין צו בויען אויפען איסור פון מרא דאתרא איז לעכערליך, אין כאן מרא דאתרא ואין כאן לא חרם ולא שמתא ולא גררא דאיסורא, עס האט נישט קיין שמץ פון קיין ערענסטער חשש לכל מבין. רב הצעיר אפילו מען זאל מסכים זיין צו ר' אלי' סימאן אז א רב הצעיר קען מען אויפנעמען אן דעת הציבור איז פשוט אז הפה שאסר הוא הפה שהתיר. רבינו הקדוש בעל ברך משה זצ"ל האט געשריבען א בריוו מיט כשר'ע עדים אז ער איז מתיר זיך אפצוטיילען פון רא"ט קהלה פאר די הארבע עבירה פון גיין אין ערכאות עכו"ם שלא ברשות בי"ד טראץ די פערזענליכע אזהרה פון אביו הקדוש. רבינו הקדוש האט באפוילען צו מאכען א נייע קהלה, נייע מוסדות און מתיר געווען סידור קידושין פאר בנו כ"ק אדמו"ר שליט"א. עכ"פ אפילו לויט די וואס האלטען אז רא"ט איז יא געווען מרא דאתרא דורך זיין טאטענס כח, איז דער כח שוין לאנג אוועקגענומען געווארען און עס איז נישט דא קיין שום חשש אפילו חשש רחוק צו מאכען סידור קידושין אן זיין רשות. די בלאט לצים און כת הסבלנים מאכען אוועק דעם בריוו פון רבינו הקדוש בעל ברך משה מיט די טענה אז ער איז נישט געווען ביי זיך. דאס איז זייער גוט פאר ליצנות, אבער דער פאקט איז אז עס איז געווען עדות ווען ער האט געשריבען דעם בריוו וואס שרייען חי וקיים אז ער איז געווען ביי זיך, די עדות זענען חשובע אידען און פני העדה. די רבני ודייני קהל יט"ל האבען א רעכט אנצונעמען די עדות און זיך פארלאזען אויף דעם. אויב די ארונים האבען א טענה קענען זיי רופען די עדות צו דין תורה, זיי קענען אויספארשען די עדות, אבער זיי האבען נישט קיין שום כח ארויפצוצווינגען אויף א גאנצע שטאט אנצונעמען זייער הנחה אז רבינו איז נישט געווען ביים קלארען דעת בשעת מעשה און בויען אויף דעם ביניני פיתום ורעמסס צו אסר'ן סידור קידושין. עס איז לעכערליך אפילו זיך מתוכח צו זיין אויף דעם. אז זיי ווילען אסר'ן דארפען זיי מברר זיין די פאקטען, ווי לאנג זיי האבען נישט קיין בירור אויף זייער ווערסיע, איז דער בריוו פון כ"ק רבינו בעל ברך משה זצ"ל קאי וקיין ולית כאן בית מיחוש כלל וכלל סידור קידושין בלי רשות המרא דאתרא לשיטתם אז רא"ט איז יא א מרא דאתרא איז אויך א היפאקריטישקייט פון היסטארישע פראפארציעס דער גאנצער חוכא וטלולא וואס זיי האבען געמאכט פון יסוד קדושתן של ישראל מיטען זיך ארומווארפען מיט די הייקעלע ענינים. יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט אז אין די שטעט אינדערהיים איז געווען אן איסור פון "שחוטי חוץ", אויב איינער האט אריינגעברענגט פלייש פון אויסער די שטאט איז די פלייש געווען טריפה און מען האט געדארפט כשר'ן די טעפ. ווען מען קוקט אריין אין שו"ת ספרים זעט מען אז דאס איז געווען פון די הארבסטע זאכען. דער איסור פון שחוטי חוץ איז אזוי ווי דער איסור אויף סידור קידושין בלי רשות המרא דאתרא באהאנדעלט געווארען מיט אן עקסטערע הארבקייט פון אלע אחרונים. די סיבה דערצו איז בפשטות ווייל דאס איז געווען דער יסוד קיום פון די ערליכע קהילות. די קהלה האט זיך אויפגעהאלטען פון די "גאבעללא" וואס זיי האבען ארויפגעלייגט א שטייער אויף די כשר'ע פלייש, און דער רב האט געהאט זיין הכנסה פון "רח"ש" געלט וואס ער האט באקומען ביי חופות. אוועקנעמען די הכנסה פון די קהלות וואלט אינגאנצען צוגרונד געלייגט פינאנציעל די קהלות און דערפאר האט מען זיך באנוצען דערצו בכל חומר ועוז. בנוסף איז דאס אויך געווען א גדר אז פסולי חיתון זאלען נישט קענען חתונה האבען און זיך אויסמישען מיט ערליכע אידען און אז טריפה פלייש זאל נישט ווערען פארקויפט ווי כשר פלייש. פארשטייט זיך אז די מכשולות איז 1000 מאל מער עלול ביי פלייש אז ווען עס איז נישט דא קיין אויפזיכט אויף די פלייש זאל קומען צו מכשולות ווי ביי חופות, אבער בחדא כללא כללינהו, די 2 איסורים זענען די לעצטע עטליכע הונדערט יאר געווען געקניפט און געבינדען. ביי אונז אין קרית יואל איז די ערשטע מאל אין די היסטאריע אז רבנים האבען זיך ארויסגעשטעלט בכל חומר אנטקעגען די חופות בלי רשות המרא דאתרא און די זעלבע צייט וואס מען הערט ממש נישט קיין פיפס איבער דעם וואס אידען ווערען ל"ע געשטאפט מיט טריפה פלייש פון שחוטי חוץ, מיטאמאל קיין קול קורא בנעימת המידות מעורר צו זיין דעם ציבור נישט צו קויפען שחוטי חוץ. אפילו פאר זייערע חלה דעקליך אקסען באפעלען זיי אויך נישט אז מען זאל נישט עסען שחוטי חוץ? שטעלט זיך א קושיא מרפסין איגרא, מאי שנא? ווי אזוי קען דער ר' געציל וועם רבינו הקדוש האט געשטעלט אבאכט צו געבען אויף די שטאט שלאפען ביינאכט אז אידען ווערען געקארמעט מיט טריפה פלייש? און די פירצה גייט שוין אן אין קרית יואל מיום הוסדה פון די צייטען פון רבותינו הקדושים בעל ויואל משה און ברך משה, ואין פוצה פה ומצפצף? דאס היפאקריטישקייט שרייט ביז צום הימעל און אונזער חשובער דיין וואלט געדארפט ארויסקומען מיט א תשובה כאטש מקיין צו זיין והייתם נקיים און מסביר זיין דעם חילוק. קהלה שנתפרדה די ארונים כאפען זיך אן אז דער מהרש"ג שרייבט נאר "קהלה שנתפרדה בהיתר" און די היינטיגע קהלות האבען זיך נישט אפגעטיילט בהיתר. איך וואלט געפרעגט די חלה דעקליך, איר האלט אז ביי קהלות אינדערהיים ווען מען האט זיך אפגעטיילט האט די אלטע קהלה מודה געווען אז מען האט זיך אפגעטיילט בהיתר? (חוץ פון געציילטע קהלות ווי עס איז געווען א די"ת, רוב קהלות ווי מען האט זיך אפגעטיילט איז קיינמאל נישט געקומען צו דין תורה). די קהלה שנתפרדה אז זייערע רבנים האלטען אז זיי האבען זיך אפגעטיילט בהיתר קענען זיי מתיר זיין סידור קידושין, עס איז נאריש צו זאגען אז די קהלה וואס האט זיך אפגעטיילט דארף באקומען אן הסכמה פונעם דיין פון די אלטע קהלה אז די פירוד איז געווען בהיתר און נאר דאן קענען זיי מסדר קידושין זיין, אין לך ליצנות גדולה מזו. קהל בני יואל האט געהאט א היתר פון כ"ק אדמו"ר מקאשוי זצ"ל, כ"ק אב"ד מאנטעווידעא זצ"ל, ולהבחל"ח כ"ק אב"ד קארלסבורג שליט"א, יעדער בר דעת וועט מודה זיין אז די זענען געווען פון די גרעסטע גדולים ביים היימישען ציבור אין ניו יארק, קען איינער, נישט קיין חילוק ווי גרויס, קומען זאגען אז דאס הייסט נישט קיין קהלה שנתפרדה בהיתר? איז דען דא א הו"א אז זיי זענען נישט גענוג גרויסע פלייצעס אז א איד זאל זיך קענען פארלאזען אויף זיי? אז זיי האבען זיך אפגעטיילט מיטען פסק פון די אלע גרויסע גדולים איז זיכער אז דאס איז א דין פון א קהלה שנתפרדה בהיתר און עס איז נישט קיין שום נדנוד חשש אויף די קהלה. ווייטער אויף קהל יט"ל קרית יואל בנשיאות כ"ק מהרי"י שליט"א, איז דאך דא א ציווי פון רבינו בעל הברך משה זצ"ל צו עפענען די מוסד, ער איז דאך זיכער געווען דער גדול הדור אין סאטמאר, קען דען זיין א הו"א צו זאגען אז דאס איז נישט קיין קהלה שנתפרדה בהיתר? די ארונים מוזען נישט מקבל זיין דעם פסק פון די גדולים מיט פארשידענארטיגע תירוצים אבער דאס איז זיכער אז די וואס האבען יא מקבל געווען די פסקים יש להם על מי שיסמוכו און אין כאן שום סרך איסור. סיום צום שלוס, דער פאקט בלייבט אז אלע סאטמארע דיינים פון איידער תשנ"ט (חוץ ר' געציל וואס איז איינגעשטעלט ביי רא"ט) שרייבען קלאר ווי דער טאג אז עס איז נישט דא קיין שום חשש איסור מסדר קידושין צו זיין אין דעם נייעם זאל, קען ר' געציל נישט קומען און ארויפצווינגען זיין פסק און אוודאי איז נישט דא קיין שום מקום מתיר צו זיין צו פארגיסען אידיש בלוט אויף דעם סמך. זאל דער אייבערשטער העלפען אז ילמדו תועים בינה און זיי זאלען זיך צופאסען צום נייעם מציאות אז רא"ט איז נישט קיין מרא דאתרא אין קרית יואל פונקט ווי זיין ברודער איז נישט קיין מרא דאתרא אין וויליאמסבורג, יעדער האט זיך זיין קהלה און בני קהלה הסרים למשמעותם און עס איז שוין צייט צו לאזען יעדען גיין זיין וועג און נישט צוריקברענגען די טעראר און געשלאגען וואס זענען געווען מנת חלקינו אין די סוף מ' אנהייב נ' יארען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2010 03:47 |
|
| |
| חזקה כתב: |  | ווילאנג דער גבאי איז געשטאנען מאויף ר' אהרן האט ער אנגעפירט מיט די אלע אקטיוויטעטן, איינמאל ער האט אפגעטרטעטן זעענדיג אז ר' אהרן וועט זיך נישט לאזן פאפירן פון אים, האט זיך אנגעפאנגען דער טעראר ביי צד מהרז"ל און ב"ה ביי צד מהר"א זעצט פאר די הייליגע אקטיוויטעטן אויף א פארנעם וואס ווערט געזעהן זעלטן...כאשר יענו אותו כן ירבו...
|
|
וואלט איך געליינט דע שורות בעפאר ד' בשלח תש"ע, וואלט עס מיר געקאסט א לאך.. היצטערט ווייס איך שוין נישט צו לאכן אדער וויינען...
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2010 03:38 |
|
| |
דיןתורה ס'מאכסטו דאס גענאר, האט מהרז"ל האט אויף איינעם ארויפגעצוואונגען זיין סידור קידושין?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 22:39 |
|
| |
דין תורה: דו מאכסט ווארשיינליך איין קליינעם טעות: דעת הקהל מיינט נישט דער דעת פון יעדן יחיד. עס מיינט רוב ציבור. ותו לא מידי.
פרעג אלי' סימאן פארוואס מען האט געדארפט צוקומען אין די בירורים בשעתו, אז א מרא דאתרא קען אריין שטעלן א שליח.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 22:12 |
|
| |
מאסרי זאלסט מיר זייער מוחל זיין אבער איך די האסט נישט קיין פראבלעם מיט ליגענט איך גיי מיך נישט פארהערן מיט דיר די ביסט א בעסערע שרייבער ווי מיר איך וויל דיר נאך אזוויפיל אנמערקן אז מהרז''ל איז נאך אזוי אויפגענומען געווארען פאר רב נגד דעת רוב הקהל ווי מהר''א די רבנים וואס האבען גאסרט בני יואל זענען רבנים וואס בני יואל האבען זענען געווען נכנע אינטער זייער דעת תורה ביז דעמאלטס אין וויבאלד די פסק האט זיי נישט געשמעקט האט מען זיי אפגעלאזט אזווי עס איז יעצט געווען ביי ר' געציל ביי אסאך מענטשן פין צד מהרז''ל די בריוו וואס די באציעסט זיך אויפן ברך משה ווינטש איך די אלע וואס זאגען עס נאך זאלען האבען אזעלכע געזינטע יארען ווי דער ברך משה האט דעמאלטס געהאט (איך וויל קיינעם נישט שעלטן נאר הערט אויף מיט די נערישע שקר)
תוקן על ידי דיןתורה ב- 12/08/2010 22:55:56
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 21:47 |
|
| |
חזקה זאלסט מיר מוחל זיין איך זע נישט ווי ר' אהרן האט אין קרית יואל מער בעלות ווי ר' יענקעלע מערץ מיט ר' הערשל טעללער אין זייער בית המדרש.. כלפי דעם ווילידש, אויב ווילן ענק זיך איינרעדן אז א ווילידש איז א פאליטישע אינסטיטוציע, דאן וועט איר דאס שנעל געוואויר ווערן אזוי ווי ביי חרדים..
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 20:43 |
|
| |
איך האב הנאה געהאט צו הערן אז אנ"ש אין קרית יואל זענען געקומען צום שכל און האבן נעכטן אינמיטן די נאכט ארויסגעשלעפט ר' געציל בערקאוויטש פון בעט, נאך וואס ער האט נישט אויפגעהויבן דעם טעלעפאן, און געווארענט אז אויב וועט זיך די טעראר אויף די פארפעלקער נישט אויפהערן וועט ער ווערן פאראנטווארטליך פאר די מעשים פון די אהרונישע חיות און ער וועט באצאלן א טייערע פרייז. מהם ילמדו וכן יעשו!
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 20:06 |
|
| |
חזקה - ביטע זיי פארזיכטיג ווען די שרייבסט פאקטן אז עס זאל זיין וואר, יעצט על ראשון ראשון וכו'
"דער וואס רופט זיך אינטערן נאמען מאסרי שטעלט דא פאר א תמימות'דיגע פנים, שרייבער טייערע, איר זאלט זיך ארייננעמען אין קעפעלע, מיט אייערע תמימות'דיגע און אומוויסנדע שורות ליידיג פון תוכן און זייער איינזייטיג געשריבן וועט הרב מהר"א מסאטמאר שליט"א נישט ווערן אויס מרה דאתרא" מהר"א מויזניץ ווערט טאקע נישט נישט אויס מרה דאתא ווייל לייג דיר אריין אין דיין קעפעלע אז ער קיינמאל מרה דאתרא נישט געווען, "עס ווייסט יעדער אז ביז דער קרית יואלע דיין שליט"א האט נישט געלאזט הערן זיין דעת קדשו איבער מרה דאתרא פון וואס די מתנגדים האבן געכאפט א הילכיגען פראסק איז דער חשובער דומ"ץ שליט"א געווען הייליג, חשוב, אומפארטייאיש, פארשטענדליך קלוג, לאגיש, און האט גוט ארומגעשפילט מיט די ארוינים" ווען די שרייבסט יעדער איינער, וועמען מיינסטו? די בני יואל וואס האבן זיך נישט גערעכט און תשמ"ט מיט זיין איסור אויף בני יואל, אדער די וואס האבן נישט געטריקן זיינע כשערע מילך און די נ' יארן אדער די וואס האבן נישט געגעסן די פארטארפעטע קאטשקעס אן די ס' יארן, די מוחות מצומצמים וואס קויפן די סמעטענע מקוה נייעס קען מען פארקויפן די וואשינגאטן בריק, דהיינו אס דער עגלה ערופי איז געווען " געווען הייליג, חשוב, אומפארטייאיש, פארשטענדליך קלוג, לאגיש" בזמן וואס בני יואל האט געמאכט א הפרשה והבדלה פון די קרופטירטע קהילה מיט'ן שמייכלדיגן דיין צוזאמען, זינט די הסייתדות פון בנ"י קהילה האבן זיי אנאייגענעם דיין, אייגענע מקוה, השגחה, שחיטה וגומר, אז דער עגל איז אזוי " געווען הייליג, חשוב, אומפארטייאיש, פארשטענדליך קלוג, לאגיש" וואלט דאס דאך נישט אויסגעפעלט.
והשנית "פסק פון וואס די מתנגדים האבן געכאפט א הילכיגען פראסק" איז די פראסק הילכיגער פון ווערעם און קרעץ, חרם נודי ושמתאות, וואס זייזענען אריינגעטעלט געווארן מיום הווסדם און ס'האט זיי קיין קראץ נישט געטהן, אדרבה וכאשר יענו אותם וכו' " אבער איינמאל ער האט אזוי פייערדיג געלאזט הערן זיין דעת קדשו, וואס ווען ער זאגט זיין דעת קדשו מיינט עס אויך דער דעת קדשו פון הייליגען בעל דברי יואל זי"ע (שארף וואס????) צוליב דעם וואס רבינו הק' האט אים דירעקט אויסדערוועלט מיט זיין רוח הקודש וואוסענדיג פון וועמען עס רעדט זיך דא..." איך שטעל זיך פאר אז די דריי פינטעלעך צום סוף מיינט צו זאגן - דא לאכט מען -, ווי געזאגט אויבן דער בעל עגלה האט און די לעצטע דרייסיג יאר זיך פייערדיג געלאזט הערן דעת קדשו... צענדליגע מאהל, און איז באוויסט פאר א געוואלדיגער מתיר אסורים ווען ס'קומט צו פארטייאישע פסקים, דעם דעת קדשו פון הייליגן בעל דברי יואלהאט ער שוין פארגעסן זעהט אויס זינט ער האט זיך מתחבר געווען מיט עימיצן וואס רביה"ק האט ברוח קדשו נישט ממנה געווען אויף זיין שטעטל\ישיבה, וויסענדיג פון וועם מ'רעדט דא
"עס ווייסט יעדער אז עס איז די רעדע פון א צאל מחוצפים מיט וואס כלל ישראל האט זיך געפלאגט פאר טויזענטער יארן" יעדער ווייסט? אדער כמעט יעדער? ", דער עיקר איז מען זאל קענען טוהן וואס דאס הארץ באגערט, ממש אויף מהלך וויאזוי א פוסטער גוי לעבט, קיינער זאל נישט מאנאפולירן מיין לעבן..." דא לאכט מען, גוט א בליק אויף די צאל מחוצפים מסלתה ומשמנה פון תלמידי רבינו, די התדבקות צו די הייליגע דרכים און פרומקייט איז א שם דבר אפילו ביי די ארוניס, יודן וואס פילן א טעם און יודישקייט אן האבן פייערלעשערס מיט בליטשקעדיגע לעמפ, יודן וואס פאסמאקעווען זיך מיט תורות רביה"ק זלל"ה, יודן וואס זענען לוחם א יעדע פירצה און שטאט און שלאגן זיך מיט פוסטע גויאישגייט וואס די משכילים פרובירן ארייצוברעגן אינעם שטעטל וואס רביה"ק האט מיסד געוען במסירות נפש ממש.
"און אט דאס זעלביגע שפילט זיך היינט אפ, און ב"ה מען זעהט קלאר דאס אויסערגעווענליכע סייעתא דשמיא וואס ר' אהרן פארמאגט מיט אויסערגעווענליכע הצלחה ווען אימער און ווי אימער" קאמענטארן זענען איבעריג, ס'נאר א חידוש אויף די ביבערישע יללות אויפן מאמיס ארון, אז די לעצטע צען יאר זענען עפעס געפערליך,
"ער האט דאס בעלות אין דאס הייליג שטעטל קרית יואל, סיי מיטן ווילעדזש וועלכע ווערט געפירט אויף א אויסטערלישע קלוגע און געזעצליכע יושר'דיגע וועג, און האנדלן מיט "טראבל=מעיקארס" אזוי ווי סיי וועלכע אנדערע ווילעדזש איבער די וועלט וואלט געהאנדלט, און זיי זענען שטארק אנערקענט ביי די הויעכע פאליטישע באאמטע וועלכע ווייסן שוין היינט גאר גוט די מאטיווען און די מהות פון די סארט אומצופרידענע פארווייטאגטע עלעמענטן, און על פי דרך הטבע וועלן ד געמיינע מחוצפים און פורצי גדר נישט קענען איבערנעמען קאנטראל פונעם ווילעדזש, און עס איז א פאקט וואס רבינו הק' בעל דברי יואל ווייסט עס און זעהט עס אויך אויב זאל ווען ר' אהרן נישט זיצן אויפן בענקל און קרית יואל וואלט קרית יואל היינט געווען א חורבן פון א שטאט, א שטאט פון פרייהייט, און דאס גרעסטע בושה פאר סאטמאר און פאר רבינו הק'." יאפס - רוח הקודש הופיע פארדעם האט רביה"ק זללה"ה ממנה געווען דעם בעל פעור אין זיין שטעטל ווייל ער האט געוויסט אז מענדל שווימער גייט נאך איין טאג ווערן מעיאר אנטאטס יענקל פאטאקי, גוט געזאגט, די הצלחה שיינט איהם אזוי ווי המן'ען בעדניה , עם כל זה איננו שוה לי בכל עת ער זעהט אז א צאל מחוצפים וואס פראווען זיך א חופה מחוץ לעיר... און א אינטערסאנטע פאקט וואס עס ווייסט יעדער איז אז ביי וועמען דער גבאי שטייט דארט איז פארהאן חורבן און טעראר, אויב וויל מען זאגען אז מען האט נישט געזאלט מלחמה האלטן מיט די מחוצפים וועלכע האבן פארגאסן דאס בלוט פון רבינו הק' בעל ברך משה קען מען גאר זעהן אז ווילאנג דער גבאי איז געשטאנען מאויף ר' אהרן האט ער אנגעפירט מיט די אלע אקטיוויטעטן, איינמאל ער האט אפגעטרטעטן זעענדיג אז ר' אהרן וועט זיך נישט לאזן פאפירן פון אים, האט זיך אנגעפאנגען דער טעראר ביי צד מהרז"ל און ב"ה ביי צד מהר"א זעצט פאר די הייליגע אקטיוויטעטן אויף א פארנעם וואס ווערט געזעהן זעלטן...כאשר יענו אותו כן ירבו..." ביטע אין יידישע איבערזעצונג
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 17:26 |
|
| |
חמץ האסט א שטיקל טעות, בני יואל האט נישט קיין בריוו פון בעלז נישט דעס איז זייער ענטפער, בני יואל האט מיום הוסדם מודיע געווען אז זיי ווילן גיין צו זבל"א אזוי ווי יעדע קהילה נפרדה, ר' שמעון ווייס האט דעמאלטס ארומגעשיקט אין פאסט פאר אלע תושבי קרית יואל אז ווער ס'קען משפיע זיין אויף די הנהגה זאל זיך שטעלן צו די"ת, און אויסער שטיינער מיט אויסגעשאסענע פענסטערס האבן זיי קיינמאל נישט געענפערט פון קיין די"ת.
היינט קומען זיי מיט א הימנע אז מיר זענען א קהילה שנתפרדה באיסור ווייל מיר האבן זיך אפגעטיילט אן קיין די"ת, יעדער קאפל וואס האט חתונה געהאט אין עטרת מאיר צבי איז גרייט זיך צו שטעלן צו די"ת, דעס האט מען געשריבן אין א בריוו פארן מוציא לעז ר' געציל בערקאוויטש, און אויסער פאני קאלס מיט פעינט איז אין קול ואין עונה.
תוקן על ידי משמרת_הדת ב- 12/08/2010 17:38:35
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 17:15 |
|
| |
חזקה, ווי עס שיינט האסטו נישט דורכגעליינט נישט מאסרי'ס און נישט מיין'ס, האסט נאר געזען מ'רעדט עפעס פון סידור קידושין האסטע אריינגעפעיסט א אלטע תגובה פון סידור קידושין עס האט גארנישט מיטן תוכן פונעם אשכול, ביטע ליין דאס דורך געהעריג און ענטפער על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 17:11 |
|
| |
וויאזוי מען זאל נאר אפלערנען די תשובות פון די גדולים, ובפרט דעם רבין זצ"ל'ס תשובה, איז אבער א 'פאקטישער'
פאקט, אז:
די רבי ז"ל אליין האט קלאר געשטיצט די 'בעלזע טיילונג' קעגן מונקאטש, און ער האט דאס בפירוש
געשריבן אין א בריוו, און דער מכתב איז דא, נאר ס'איז נישט געדריקט בגלוי.
דער בריוו געפינט זיך ביי 'בני
יואל', וואס זיי האבן דאס איינגעהאנדלט ביים גרינדונג פון זייער קהילה, ווען זיי האבן גע'חלום'ט אז מען וועט זיי רופן
צו דין תורה קעגן זייער טיילונג, האבן זיי צוגעגרייט אהן א שיעור 'פעטע' חומר אויפצוווייזן זייער בארעכטיגונג, און
דער 'שווארץ אויף ווייסער' בריוו איז אויך בתוכם. (ווי פארשטענדליך איז דאס נאר געווען א 'סוויעט דריעם', ווייל פאר
די שוין דעמאלטסדיגע 'אהרונים' איז קיינמאל נישט בייגעפאלן צו גיין צו דין תורה, נאר בלויז טוהן רשעות און הימל-
שרייענדע רציחות..).
יעצט, דער פאל פון 'מרא דאתרא' דארט אין מונקאטש, איז ברור כשמש געווען 'הימל און
ערד' צו דער מציאות היינט, דהיינו, מונקאטשער רב זצ"ל איז געווען אויפגענומען אלס מרא דאתרא אין מונקאטש,
אנע שום פקפוק און קעגנערשאפט, משא"כ... מונקאטשער רב זצ"ל איז געווען לכו"ע א צדיק און א קדוש
וכו',משא"כ... און עם כל זה, האט דער רבי ז"ל אליין - וואס 'כ'מיין' אז ער איז אויך נישט מסופק געווען אינעם
סמכות פונעם הייליגן מונקאטשער רב זצ"ל -, געשטיצט בעלזער רב ז"ל'ס גענצליכער טיילונג אויף אלעמען וואס נויטיג,
און צו דעם אויך דער 'גאר געפערליכער' ענין פון סידור קידושין במקום מרא דאתרא. על אחת כמה וכמה
וכמה וכמה וכמה וכמה וכו', ווען דער מציאות פון אונזער 'המכונה מרא דאתרא', איז ווייט ווייט אוועק כרחוק מזרח
ממערב פון יענעם מרא דאתרא, איז נאך דא א נדנוד ספק אז מען 'מעג', און מען 'דארף' זיך טיילן לגמרי פון איהם וכת
דילי'?... איך פארהויל נישט, אז ס'איז געווען גענוג גדולים קעגן בעלז, און צווישן זיי איז געווען דער עצי חיים
ז"ל, וואס ס'איז דא פון איהם א 'קלארע' תשובה קעגן בעלז,אבער אונזער רבי, דער זעלבער רבי ז"ל, וואס ענק ניצען אויס
זיינע הייליגע רייד, אויף רשעות און שפיכות דמים (וויאזוי האט 'ראדני קינג' פריער געשריבן? 'כפיות' מיינט 'טעראר
בלע"ז', ה' ישמרנו, זיין רבי וואלט זיכער געזאגט דערויף עפ"ל...), האט יא געשטיצט בעלז, און קלאר יא געהאלטן פון זיך
טיילן.
עכ"ל, ודפח"ח.
צו ענדיגן מיט א 'גוט ווארט', האט איינער געזאגט, ער האלט אז ביי די
ענין פון 'שחיטה מונחת' איז זיכער ר' אהרן גערעכט, ווער נאך איז אזוי בקי ווי איהם אין שחיטה???... (שעכטן
מענטשן... - אויב האסט נישט אליינס געכאפט...), נישט בחינם שרייט ער אליין אז 'ער האט די שענסטע שחיטה אויף
דער וועלט', שוין איינמאל א 'שחיטה מהודרת'... איי ס'איז ביטער....
תוקן על ידי - חמץ_גמור - 12/08/2010 17:14:46
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 04:47 |
|
| |
דער וואס רופט זיך אינטערן נאמען מאסרי שטעלט דא פאר א תמימות'דיגע פנים, שרייבער טייערע, איר זאלט זיך ארייננעמען אין קעפעלע, מיט אייערע תמימות'דיגע און אומוויסנדע שורות ליידיג פון תוכן און זייער איינזייטיג געשריבן וועט הרב מהר"א מסאטמאר שליט"א נישט ווערן אויס מרה דאתרא, עס ווייסט יעדער אז ביז דער קרית יואלע דיין שליט"א האט נישט געלאזט הערן זיין דעת קדשו איבער מרה דאתרא פון וואס די מתנגדים האבן געכאפט א הילכיגען פראסק איז דער חשובער דומ"ץ שליט"א געווען הייליג, חשוב, אומפארטייאיש, פארשטענדליך קלוג, לאגיש, און האט גוט ארומגעשפילט מיט די ארוינים, אבער איינמאל ער האט אזוי פייערדיג געלאזט הערן זיין דעת קדשו, וואס ווען ער זאגט זיין דעת קדשו מיינט עס אויך דער דעת קדשו פון הייליגען בעל דברי יואל זי"ע (שארף וואס????) צוליב דעם וואס רבינו הק' האט אים דירעקט אויסדערוועלט מיט זיין רוח הקודש וואוסענדיג פון וועמען עס רעדט זיך דא... איז ער שוין אפגעפרעגט און ער איז א איינגעשטעלטער ביי צד מהר"א.
עס ווייסט יעדער אז עס איז די רעדע פון א צאל מחוצפים מיט וואס כלל ישראל האט זיך געפלאגט פאר טויזענטער יארן, זיי זענען נישט פאראינטערסירט און קיין אויטאריטעט, און קיין רבי, און איינעם וועלכע זאל זיי שטיין אין וועג, דער עיקר איז מען זאל קענען טוהן וואס דאס הארץ באגערט, ממש אויף מהלך וויאזוי א פוסטער גוי לעבט, קיינער זאל נישט מאנאפולירן מיין לעבן... און איינמאל עס קומט איינער וועלכע באגלייט זיינע חסידים ווי עס דארף צו זיין, און מען שפירט שוין אז דאס פרייהייט ווערט באקריוועדעט גייט מען ארויס און א מלחמת חרמה.
און אט דאס זעלביגע שפילט זיך היינט אפ, און ב"ה מען זעהט קלאר דאס אויסערגעווענליכע סייעתא דשמיא וואס ר' אהרן פארמאגט מיט אויסערגעווענליכע הצלחה ווען אימער און ווי אימער, און עס איז א פאקטישע מציאות אז ער האט דאס בעלות אין דאס הייליג שטעטל קרית יואל, סיי מיטן ווילעדזש וועלכע ווערט געפירט אויף א אויסטערלישע קלוגע און געזעצליכע יושר'דיגע וועג, און האנדלן מיט "טראבל=מעיקארס" אזוי ווי סיי וועלכע אנדערע ווילעדזש איבער די וועלט וואלט געהאנדלט, און זיי זענען שטארק אנערקענט ביי די הויעכע פאליטישע באאמטע וועלכע ווייסן שוין היינט גאר גוט די מאטיווען און די מהות פון די סארט אומצופרידענע פארווייטאגטע עלעמענטן, און על פי דרך הטבע וועלן ד געמיינע מחוצפים און פורצי גדר נישט קענען איבערנעמען קאנטראל פונעם ווילעדזש, און עס איז א פאקט וואס רבינו הק' בעל דברי יואל ווייסט עס און זעהט עס אויך אויב זאל ווען ר' אהרן נישט זיצן אויפן בענקל און קרית יואל וואלט קרית יואל היינט געווען א חורבן פון א שטאט, א שטאט פון פרייהייט, און דאס גרעסטע בושה פאר סאטמאר און פאר רבינו הק'.
און א אינטערסאנטע פאקט וואס עס ווייסט יעדער איז אז ביי וועמען דער גבאי שטייט דארט איז פארהאן חורבן און טעראר, אויב וויל מען זאגען אז מען האט נישט געזאלט מלחמה האלטן מיט די מחוצפים וועלכע האבן פארגאסן דאס בלוט פון רבינו הק' בעל ברך משה קען מען גאר זעהן אז ווילאנג דער גבאי איז געשטאנען מאויף ר' אהרן האט ער אנגעפירט מיט די אלע אקטיוויטעטן, איינמאל ער האט אפגעטרטעטן זעענדיג אז ר' אהרן וועט זיך נישט לאזן פאפירן פון אים, האט זיך אנגעפאנגען דער טעראר ביי צד מהרז"ל און ב"ה ביי צד מהר"א זעצט פאר די הייליגע אקטיוויטעטן אויף א פארנעם וואס ווערט געזעהן זעלטן...כאשר יענו אותו כן ירבו...
קינדערלעך, איר זאלט וויסן אז יש מנהיג לבירה, קיינער טוט נישט בארעכטיגען די פאני קאלס וואס ווערן געמאכט דאס איז בכלל נישט דער וועג, דאס איז בלויזע ביליגע טעראר, און קינדערישע חכמות, און קיינער טוט דאס נישט פארטרעטן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 03:42 |
|
| |
די ליצנות האט זיך פילפאכיג ארויסגעשטעלט ביי די לעצטערע חתונות, ווי באקאנט האבן זיי כדי צו טרעפן א וועג ארויס געטיילט בחנם רשות, נאר נאכדעם ווען מ'האט זיי אויסגעשפילט פארן חופה און מכבד געווען א צווייטן, האבן זיי געפסל'ט די קידושין, דאס איז נאך די גרעסטע וואונדער, ווייל לכאורה אויב דער מרא דאתרא האט געגעבן רשות האט ער אודאי מברר געווען אלע צדדים און יחוס פון חתן כלה אז זיי מעגן חתונה האבן (וואס דאס איז דאך די סיבה פארוואס מ'דארף רשות), איז א גרויסע וואונדער פארוואס זיי האבן געפסל'ט די קידושין, מילא דער מסדר איז א מרבה ממזרים וכו' , אבער דאס פארפאלק האט דאך באקומען א אישור פונעם מרא דאתרא אז זיי קענען חתונה האבן פארוואס דארפן זיי איבערמאכן זייער קידושין? אפילו די רבי אין נאסויד האט אויך נישט געהייסן צוטיילן בלויז ווייל ס'געווען אן רשות, דארט איז אויך געווען א אישות שאלה אזוי ווי ביים שבות יעקב וועם די רבי איז מעתיק, וואס דער מרא דאתרא האט נישט געוואלט מסדר קידושין זיין איידער מ'איז נישט מברר די שאלה ביים בי"ד צו זיי מעגן בכלל חתונה האבן, איז געגאנגען דער אבי הכלה און גענומען עפעס א מלמד א קל און יא געמאכט די קידושין, הגם דער שבות יעקב דארט הייסט נישט איבערמאכן די קידושין, אבער דער רבי וואס איז מעתיק דעם שבו"י ביי זיין מעשה איז יא מחמיר אז מ'דארף צוטיילן די פארפאלק ביז ס'ווערט נישט נתברר די שאלה ביים בי"ד ווי דער רבי שרייבט ביים סוף פונעם בריוו, אבער אזא חומרא מפריש זיין א פארפאלק וואס דער מרא דאתרא האט שוין געגעבן רשות?? ליצנות פון רביה"ק די רבי הייבט אן דעם בריוו מיט א מאמר חז"ל, וקשין לעולם יותר מדור המבול, דער בעל עגלה דבש איז עשה עצמו כאילו לא ידע דעם מאמר חז"ל, די גמרא זאגט ארויס כל שאינו יודיע בטיב גיטין וקידושין לא יהא לו עסק עמהם, אמר ר' יוחנן וקשין לעולם יותר מדור המבול, קומט דער בעל עגלה מיט א חידוש אז די רבי האט געשריבן דעם שארפן בריוו אויף א יודע בטוב גו"ק, אז דו האלסט אז דו רבי האט געשריבן דעם שארפן בריוו אויף א יודע בטוב גו"ק, טא וואס ברענגט דער רבי א מאמר חז"ל פון א אינו יודע? וואס איז דער נידון דומה צום ראיה? איך גלייב נישט אז די רבי מאכט ליצנות פון נאסיודער רב אבער דאס אמאל זיכער אז דער לץ ר' געציל בערקאוויטש מאכט ליצנות פונעם רבין, ווייל דער שבו"י אינעווייניג רעדט ביי א מעשה פון א מלמד א אינו יודע בטוב גו"ק האט מסדר קידושין געווען נגד אזהרת הרב, און אט דעם שבות יעקב דערמאנט די רבי 3 מאל אין משך פונעם בריוו, בנוסף צום מאמר חז"ל מיט וואס דער בריוו הייבט זיך אן, כל שאינו יודע בטוב גיטין וקדושין לא יהא לו עסק עמהם. דאס הימנערישע פראגע, וכי יעלה על הדעת אז די רבי געוואלט זיין שטעטל זאל זיין הפקר אין אזעלעכע הארבע ענינים?! איז א אינטערסאנטע מדרש פליאה, רבינו הקדוש האט מייסד געווען זיין קהילה אין שטאט און כסדר איינגעפירט תקנות, ווי שייטלען דורכזיכטיגע שטרימפ וכו', דער חרם דרבינו תם וואס דער רבי איז מעתיק אין בריוו איז כידוע שייך אויף א "קהילה" פונקט ווי אויף א "שטאט", די לשון הר"ת איז, שגזרו ואמרו שלא יסדר שום אדם קידושין כ"א מי שנבחר לרב בקהלתו או מדינה או גליל, דער חרם דר"ת איז בכלל נישט באגרעיניצט בלויז ביי א שטעטל, דאס איז שייך ביי א קהילה, ביי א מדינה, אדער ביי א גליל, יעצט שטעלט זיך א פראגע האט דען די רבי נישט געזארגט פאר די קדושה פון זיין קהילה אין די שטאט? אלעס האט ער געקאנט מתקן זיין אויסער אזעלעכע "הארבע ענינים"? (אפשר איז דאס גאר אזא סארט שחיטה מונחת וואס דער רבי איז נישט געווען ביכולת אויסצופירן..) (אגב דער רבי האט געהייסן פאר 2 מחותנים אין קרית יואל צו נעמן ר' געציל מיט סידור קידושין, פינקט ווי ער האט געהייסן די ראשי קהילה זאל אנפרעגן אלע קהילישע שאלות, עיין רצון צדיק, ס'האט נישט מיטן חרם דר"ת און נישט מיט די "הארבע שאלות" וואס איז ...אין שטאט נישט געווען שייך...) נאך א עמקות'דיגן דיוק פונעם בעל עגלה, א מנהל האט אמאל שטרענג אויסגערופן אין עס זאל, אז קיין איין יונגעל קען מער נישט אליינס נעמן קיין מילך נאר דארף בעטן זיין רבי, איז געקומען ר' געצל מיט א דיוק אז דע ווארענונג איז נישט בלויז פאר די קינדער אז זיי טארן נישט אליינס נעמן ווייל ס'קען זיך אויסגיסן, נאר אויף אלע מלמדים, ווייל דער לשון המנהל איז געווען אז מ'טאר נישט אליינס נעמן נאר מ'דארף בעטן "זיין רבי" קומט אויס אז א רבי וואס וועט געבן מילך פאר א אנדערע קלאס איז עובר אויפן מנהל ווייל נאר "זיין רבי" מעג... דאס איז נישט קיין ווערטל, אט מיט דע דיוק איז דער בעל עגלה אויפגעקומען, אז א צווייטע רב א בקי בטוב גו"ק איז נכלל אינעם חרם ווייל דער לשון השבו"י איז, שלא יסדר שום "אדם" קידושין כי אם מי שנבחר לרב "בקהילתו", טייטשט בעל עגלה אז דער חרם גייט ארויף אויף די רבנים, ווייל ער זאגט "בקהלתו" דייקא זיין רב פון שטאט מעג, ער האט אבער געמאכט א גרויסן טעות מיט זיין מיליכיגן פשעטעל, ווייל דער בית יצחק מיטן מהרש"ם זאגן דאס קלאר ארויס אז דער חרם דר"ת איז אויף א "אדם" (כלשון השבו"י) נישט אויף א "רב מוסמך להוראה" זיי מעגן מסדר קידושין זיין פאר יעדן איד און אין א יעדע שטאט, און קיינער איז אויף דעם נישט חולק. ווער גייט אריינגיין אינעם פנקס? די תשובה ספרים זענען פיל מיט אזעלעכע מעשיות פון פסלען כשר'ע קידושין דעס איז נישט דעם בעל עגלה'ס המצאה, און אלע זענען געבליבן מיטן פלעק, ר' געציל בערקאוויטש גייט אי"ה אויך פארצייכענט ווערן, כ'וועל גיין אין די רייע כפי אשר ידי הגעת. א רב פון ק"ק אדעס האט גפסל'ט כשר'ע קידושין, מהרש"ם פון א אנדערע שטאט ק"ק ברעזן האט חולק געווען און געפסקענט כשר (מהרש"ם סי' קס"ז), א רב פון ק"ק קלאסני האט געפסל'ט דער בית יצחק פון א אנדערע שטאט ק"ק פרעמישלא האט געפסקענט כשר (ב"י יו"ד ח"ב אות ה), א רב פון ק"ק מושקאץ האט געפסקענט פסול דער נודע ביהודה פון א אנדערע שטאט פראג האט געפסקענט כשר (נוב"י אבה"ע סי' פג), א רב פון א דארף אין פולין האט געפסקענט פסול, דער דבר אליהו פון א אנדערע שטאט פולאב האט געפסקענט כשר (דבר אליהו סימן ס"ג), א רב פון ק"ק וועפקי האט געפסקענט פסול, און א רב פון א אנדערע שטאט ק"ק קניהניטש האט חולק געווען אז ס'איז כשר (מנחת שי ח"ב סי' נ"ב). ר' געציל בערקאוויטש וועט געדענקט ווערן צוזאמען מיט די אלע דערפלעך וואס דער רב דארט האט צוליב זיין כבוד מוציא לעז געווען און געפסלט כשרע קידושין כדת משה וישראל דורך א רב מוסמך להוראה בקי בטוב גו"ק. און די פארפעלקער אין קרית יואל וועלן די זעלבע געדענקט ווערן למשמרת פונקט די זעלבע ווי יענע פארפעלקער זענען היינט צום געדענקן---אינעם זעלבען פנקס..
תוקן על ידי המהדרין ב- 13/08/2010 04:22:31
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 02:44 |
|
| |
ביטע נישט פארדרייען אשכולות. המנהל.
תוקן על ידי המהדרין ב- 15/08/2010 04:56:19
|
|
|
|
|