בית פורומים כל העולם כולו

וואלקענא ! זאלי'ס געבן אריין נאטיס אוו אפיעל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/8/2010 03:10 לינק ישיר 
וואלקענא ! זאלי'ס געבן אריין נאטיס אוו אפיעל

די זאלי'ס האבן אריין געגעבן היינט א נאטיס אוו אפיעל איבער'ן לעצטען פסק פינעם ריכטער אז מען זאל עס דן זיין ביי א בית דין ווילן די זאלי'ס אז די געריכט זאל פסק'ענען אין נישט קיין בית דין.

מען דארף אראפ ברענגן א ר' אליעזר הקליר צי באשרייבן מיט וואספארע עוברי עבירה מען רעדט דא .

ישראל כשהן ירודין,
אין בין דוד עד שירבו מסורות בישראל.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2010 23:48 לינק ישיר 

חילול השם איז דארט ליידער נישט קיין חידוש עס איז שוין געווען אוזי ווייט אז מ'איז געגאנגען אין בג''ץ
אבער אויף אזא העזא קעגן די תורה הקדושה האט זיך שוין קיינער נישט גערישט


רק אין יראת אלוקים במקום ההוא.

איין זאך האב איך הנאה אז זענען מודה אז זייערע דיינים זענען באהאווענט אין די מציאות אז זיי אפעלירן אזא פסק
זאל יעדער וויסען ווער זייערע דיינים זענען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/8/2010 09:49 לינק ישיר 

I really can't understand how this friadman/filip/weinberger aren't embarrassed to walk on the street! The curt understands and forcing them to go to bes din and they with their huge biber hats don't understand and letting to go again!!! What a shame!! SHAME ON THEM!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2010 03:43 לינק ישיר 

מיט קורצע ווערטער לאמיר אלע איבערקלערן וואס דא שפילט זיך אפ.

עס ווייסט יעדער דער ווייטאגליכער מציאות, ווער זענען די וואס האבן גענומען דער לעדער העד קהל יטב לב ד'סאטמאר און טוהן פראקלאמירן דערמיט דין תורה דין תורה, ס'איז פארהאן אזא סארט זאך אז ווען א מענטש ווען נעמען א הוילער שקר און ער וועט עס האלטן און איין איבערזאגען און איבער חזרן וועט עס ווערן מיט די יארן א פאקט, אבער פארשטייט זיך נאר ביי די מענטשן וועלכע וועלן פארמאגען די זעלבע נגיעות ווי דער וואס האט דאס ערשטע ארויסגעלאזט דער שקר.

אט דאס שטעלט זיך ארויס אינעם 10 יעריגע חילול השם וואס עטליכע יחידים האבן גענומען דעם סאטמאר'ע ציבור און געשפילט מיט זיי דריידל, און מיט א יעדעם איז עס געפאלן אויף א אנדערע זייט.

עטליכע פאקטן וואס מען דארף חזרן און חזרן:

ס'איז געווען א רבי זי"ע בעל דברי יואל, א מלאך מן השמים וועלכע האט צוריק אויפגעבויעט דאס צושפליטערטע כלל ישראל נאך ביטערן חורבן, אידישע קינדערלעך זענען געווען צוגעבינדן צו אים ווי א קינד צו א ליבליכע פאטער, און ווען דער ביטערע טאג איז אנגעקומען און דער בעל דברי יואל איז נסתלק געווארן האבן מענטשן דאן געשפירט ווי דער וועלט גייט אינטער גיין, און וויפיל מיר זאלן עס הערן פון די אידן וועלכע האבן דאס מיטגעלעבט וועלן מיר נישט קענען פארשטיין די געפילן.
געוויסע יחידים וועלכע זענען געווען מקורב למלכות צוליב פארשידענע אורזאכן... האבן דאן געזעהן אין זייער געדאנק א אוממעגליכקייט פאר א מ"מ, עמעצער וועלכע זאל קענען ערזעצן דעם חלל וואס האט זיך געשאפן מיט דעם רבינס פטירה.

אבער צווישן די אידן זענען אבער געווען מאנכע פארשטענדליכע און באזעצענע לייט וועלכע האבן מיט זייער קלארער דעת געוואסט און איינגעזעהן אז כדי סאטמאר זאך האבן א קיום איז פשוט פארשטענדליך אז דא דארף זיין איינער וועלכע זאל געקרוינט ווערן אלס סאטמאר רבי.


וויאזוי עס האט זיך ארויסגעשטעלט ווייסט יעדער אז דער בעל ברך משה איז געווארן דער סאטמאר רבי, קיינער זאט נישט אז דער וואס נעמט איבער דארף זיין אינעם די זעלבע בחינה ווי דער וואס איז געווען פריער, אבער די קלוגערע קרייז האבן פארשטאנען אז פאר קיום דארף מען טוהן די ריכטיגע שריט און מיט אלע כוחות זעהן אז די אלע כוחות וואס דער בעל דברי יואל האט אריינגעלייגט זאל נישט ח"ו פארפאלן גיין, און ארויסהעלפן דעם נייעם רבין.

ווי עס ווייסט יעדער האבן אבער באלד די יחידים אינטערגענומען א וויסטע העצע קאמפיין אנטקרעגען דער בעל ברך משה, וואסענדיג דער פאקט אז קיינער קען נישט ערפילן דער חלל, און מיט זייער קורץ געבינדענע דעת פארזעהן אז די ווייטערדיגע דורות דארפן ווייטער בליען און מיט עטליכע קליינע שוהלן אין שטאט וועט קיין אויטאריטעט נישט זיין וועלכע זאל אינטערהאלטן דאס אידישקייט, און עס פארלאנגט זיך זיך זאפארט א ממלא מקום.

ב"ה, מען האט אדורכגעשוויצט די אלע ביטערע יארן, סאטמאר איז געוואקסן און געבליעט, דער בעל ברך משה האט געפירט דער גאלדענע אימפעריע מיט גרויס סייעתא דשמיא, אריינעמענדיג אין זיך די אלע בליטיגע שפיזן וועלכע זענען כסדר געפלויגען אין זיין ריכטונג, אין די זעלבע צייט האט מען באשולדיגט אז מען נעמט אומשילדיגע קינדער בחורים'לעך ווי די תלמידים וועלכע זענען אריין לערנען אין דער בני יואל אנשטאלט און מען אטאקירט זיי, מען ווארפט שטיינער א.ד.ג. וואס אז מען וועט נעמען דער שפאקטיוו און כאפן א טיפער בליק אינעם מציאות, און זיך עטוואס אפשיידן פון די נגיעות פארשטייט יעדער אז ווען די פאר געלט-גייציגע יונגען, און שלעכטע מענטשן וואלטן ווען זיך צוזאמגעליבן פונעם בראך און וויטער מיט געשטאנען מיטן בעל ברך משה וואלט קיין שטיינער נישט געווען, נאר מיט זייער וויסטע קאמף וואס זיי האבן אינטערגענומען האבן זיי אריינגעשטעלט אין געפאר די אלע קרובי המשפחה וועלכע האבן געליטן אדאנק דעם וואס סאטמארע חסידים האבן נישט געקענט צוקוקן די צער פון זייער רבי'ן, און אזוי ארום האבן געליטן טובים ורעים...

דאס ליבשאפט, די אויסטערלישע אהבה וואס דער פעדער איז צו ארעם איר צו שילדערן פונעם ברך משה צו זיין מסירות נפש'דיגע זון ר' אהרן וועלכע אגב זיינע היינטיגע שונאים וואס ער פארמאגט האט ער בלויז צוליב'ן זיך אננעמען פאר זיין טאטענס כבוד, חוץ די וועלכע זענען ארויסגעווארפן געווארן פון די ישיבה וועלכע האבן בלויז גענאסן פון די געשמאקע מאכלים א.ד.ג. און נישט צוגעגעבן גארנישט צו די רוחניות'דיגע טייל פון די ישיבה.

אין שאטן פון די רבינו בעל ברך משה איז שטענדיג געשטאנען דער גבאי וועלכע האט געשעפט חיונה פון זיין פאזיציע, מיט זיין ליבליכע שמייכל צו יעדן האט ער געוואונען און זיינער צייט רעספעקט וואס דער פאקט איז אינעם טאג-טעגליכן לעבן אז ווען מען נעמט אויף א מענטש מיט א שמייכל און צו דער זייט א איינגענעמע קלאפ אויפן פלייצע דאן האסטו אויף דיין זייט דער מענטש, און דאס איז אנגעגאנגען פאר יארן, און קיינער האט ניטאמאל געחלומט אז דער "קלאפ" איז גאר א "מערדערליכע זעץ" וואס די קאנסקעווענצן דערפון וועט זיך שפירן יארן שפעטער...

א אינטערסאנטע פאקט וואס איך גלויב אז קיינער מעגליך האט זיך נאכנישט ערלויבט דאס זאגען, און איך ווייס אויף פאראויס אז אוי וועט מען מיר באהאגעלן פאר זיך וואגען ארויסצושרייבן אזא געמיינער מאדנע "קאנספיראציע", ווייל דאס איז א ווייטאגליכער מציאות, אז די אלע באציאונגען וואס דער גבאי האט פרובירט אלע יארן צו פארמאגען מיט ר' אהרן, שמייכלן, חנפנען, און צייגען געטריישאפט אויף געוויסע פראנטן איז געווען ווייל ער האט געוואסט פונעם פאקט דאס אבנארמאלע קשר און שטארקע ווארט וואס ר' אהרן פארמאגט אויפן טאטן, און אזוי ארום האט ער פרובירט צו האבן א איינפלוס ביים רבין.

אבער עס איז געקומען צו א פוינט וואס דער גבאי האט געשפירט אז דער ר' אהרן שפירט דער געמיינעם פרצוף, און ער האט אנגעפאנגען באמערקן אז דער טאטע דער בעל ברך משה הויבט דאס קאפ פונעם זון און עס איז געקומען צו א קלימאקס ביי דער הנחת אבן הפינה פונעם ביהמ"ד החדש ווען דער ברך משה האט געזאגט מיט אזא סארט נעימות אז דאס ביהמ"ד באלאנגט פאר מיין זון ר' אהרן, און עס ווייסט יעדער זייער גוט וואספארא אויסטערלישע כוחות ר' אהרן האט אריינגעלייגט אינעם ביהמ"ד.

דאן האט ער באשלאסן אז ער מוז דא אנפאנגען וועבן פינסטערע פלענער וויאזוי אפצושיידן דעם טאטן פון זון, ווי עס ווייסט יעדער די פארברעכערישע מיטלן וואס ער האט געטוהן מיט א רבן של ישראל פארקויפט פאר די וועלט צענדליגע בריוון וועלכע זענען פובליצירט געווארן וואס דער בעל ברך משה האט געשריבן קעגען זיין זון ר' אהרן, און ווען מאנכע האבן באמערקט אז אויף דער פאפולערער בריוו וואס איינע פון די גרעסטע לאבעטאריעס אין אמערקי האבן אויפגעדעקט איר פאלשקייט סיי ווי סיי, געפינט זיך נישט קיין בעזהשי"ת אדער בס"ד אדער כאטש ב"ה, אבער די ליצים באלד געגעבן זייער אנטווארט אז דער רבי איז געווען אזוי אויפגעברויזט אז ער האט באלד אנגעפאנגען ס'בריוו... סארא ליצים...

און נישט איינמאל האבן זיי געליטן זייערע ביטערע נידערלאגע ווען נאך יארן פארקויפן פארן המון עם אז דער גרך משה וויל נישט הערן פםון זיין זון ר' אהרן האט זיך ארויסגעשטעלט ביי די חתונה פון ר' זלמן לייב ווען מען האט נישט צוגעשטעלט קריין בענקל פאר ר' אהרן האט זיך אנטפלעקט פארן ציבור דאס אומגלויבליכע: דער רבי אליין האט זיך אויפגעשטעלט, און צוגעריקט זיין בענקל פאר זיין זון ר' אהרן, און די בזיונות איז געווען עין לשער, כאפט נאר א בליק אויף דער גבאי אויפן בילד ווי ער פארבייסט ס'ליפן ביז בלוט...

נאכן אנערקענען איבער דער שרעקליכע און אומאיינגענעמע דורכפאל האט מען ביי די קומענדיגע געלגענהייט ווען ר' מענדל טייטלבוים האט א שידוך געטאן און דער גבאי האט באשלאסן זיי אריינצולאסן צום זיידן, האט מען אבער זיך אויסגענומען און פארלאנגט אז קיינע גבאים אשער נאכלויפער וועלן נישט קענען אריינקומען אינעם ציבור צום לחיים נאר ממש לויטער פאמיליע, אבער זיי האבן פארזעהן דער פאקט אז אין אמת'ן באלאנגען דאך די קאמערע אפאראטן צו די עזרת נשים וועלכע האבן געכאפט היסטארישע בילדער ווי דער בעל ברך משה שלעפט  זיין זון ר' אהרן צו זיך, שטראלט, שמייכלט, שיינט, לייכט, נעמט ארום זיין הענט מיט א אויסטערלישע ליבשאפט, און באלד האט די וועלט געזעהן, כ'מיין די וואס האבן זיך נישט פארדעקט די אויגען וואס דאס גייט פאר אין די ווירקליכקייט.

מיין ציל דא איז נישט אריינצוקריכן אין די גענויע פאקטן, און אין די אלע דעטאלן, נאר בלויז די אלע יסודות'דיגע דעטאלן וואס שפיגלט בלויז אפ די געשעהנישן וואס ווערן פארגעסן מיט די צייט, און די אינטערשטע און אויבערשטע שורה איז, אז עס איז די רעדע פון אידן מיט א געוויסע "מהות" עס איז קלאר א די אלע מתנגדים זענען נישט פאראינטערסירט אין קיין רבי, א מדריך, א אויטאריטעט, זיי זוכן פרייהייט, דאס איז א מהות, מיין חבר האט זיך איינמאל אויסגעדרוקט אויף זיי: אז ער וואלט פאר די חברה נישט געבארגט קיין געלט..." א טאטאלער אומבאלאנסירטער מהות וועלכע דורכגעווייקט מיט היפאקריטיע און אומצופרידענקייט...

טאטאל, נעמט עס אריין און מיינד, און ווען קיינער זעהט נישט, אויפדערנאכט ווען מען לייגט זיך אריין אין בעטל און מען קלערט זיך איבער די סארט געדאנקן וואס מען וועט אין לעבן קיינמאל נישט מיטטיילן מיט א צווייטן ווייל מען שעמט זיך, ( ווייסעך מיין???) באטראכט וויאזוי די מתנגדים באטראכטן און כאפן זיך ארויף אויף א יעדע סארט זאך וועלכע קוקט אויס צו האבן עפעס וועלכע קען צונוץ קומען פאר ר' אהרן, אינטערשטע שורה: א זאלי איז נישט קיין רבי מיט חסידים, נישט קיין פירער מיט א פארטיי, א בלויזע טרוקענע אומבאלאסירטע מהות, וועלכע ווערט געטריבן פון "פרייהייט" וואס שלעפט אראפ א מענטש, וואס דער פאקט איז אז ווען א מענטש האט צופיל פרייהייטן איז ער אומצופרידן און נישט העפי, ביי א גוי ווען ער פארמאגט זיינע אלע תאוות דאן וועט ער זיין גערעגט און ער וועט ווערן זייער שנעל אומצופרידן, דאס זעלביגע איז מיט די "מהות גרופע" זיי זוכן פרייהייט, זיי פירן זיך פריי, דעריבער ווערן זיי שנעל גערעגט, אומצופרידן, מען םפארלירט דער שמחות הנפש, בקיצור, עס פארלאנגט זיך א באזונדערע מאמר וואס איך האף צו פארעפטליכן אין די צוקונפט איבער די מהלך החיים, און יסודות הנפש פון די זאליס, און זייער פונדאמענט: זייער מהות!

איך האב אראפגעגעבן מיינע שורות, איצט פאנגט צו ענטפערן און צייגט אייער מהות...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2010 22:05 לינק ישיר 

די זאליס שרייבן אז מען איז אריין אין קאורט נאר צוריקצולייגן דעם דיעד צו וואו עס איז געווען 4 יאר צוריק. וויל איך וויסן פארוואס קען נישט די"ת פסק'ען צו מען זאל עס צוריקלייגן צו נישט???? ואלה המשפטים גייט נישט אן ביים "צוריקלייגן"??? א יעדע רגע איז מען דאך עובר אויף כמה איסורי דאורייתא??? נאר וואס דען? די ציל הייליגט "אלע" מיטלען!!!!!! און די לישקע טאנצט מיט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/8/2010 21:53 לינק ישיר 

איך רייב מיך די אויגן איך ווייס נישט וואס צו זאגען לעקסינגטאן מאכט שוין גארנישט קיין וויץ איך זעה אז ביי צד מהרז''ל שרייבט מען אויך אזוי אט וואס איך האב יעצט געליינט דארט אין סאמע ראש חודש אלול

ברעקינג: קהל יטב לב פיילט נאטיס אוו אפיעל אויף פסק פון ארענדזש קאנטי ריכטער
היינט האט קהל יטב לב דסאטמאר געפיילט אין געריכט די נאטיץ אוו אפיעל אויפן פסק פון ארענדזש קאנטי ריכטער ערב ט' באב בנוגע דעם בית החיים.
 
דער נאטיץ איז געפיילט געווארן ע"פ הוראת ביד"ץ דקהלתינו הק' וואס האבן געפסקט אז מ'קען און מ'טאר מיט די אהרונים נישט גיין צו דין תורה, נאכדערצו נאך די לעצטערע אלימות אויפן בית החיים.
 
פרטים יבואו

וואס הייסט מען טאר נישט גיין צו דין תורה איז די תורה הקדושה הפקר? קען יעדע בעל דין אפמאכען איך טאר נישט גיין צו דין תורה מיט מיין בעל דין?
זענען זייערע דיינים גולגולים פין ירבעם בן יבט?
אדער איז דאס סתם שקר אז זייערע דיינים זאלען דאס האבען מתיר געווען? אויב אזוי פארוואס זענען זיי שטול?
אויב איז דאס אמת אז די דיינים פין צד מהרז''ל דרייען אזוי ביליג מיט די תורה הקדושה ווייס איך נישט אויב מען קען זיי געטרויען מיט חייבי כריתות שאלות רחמנא ליצלן
עס איז נישט דא די ווערטער משיח מיז שוין קומען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/8/2010 09:04 לינק ישיר 

פון אישי: שרייב אויף כל העולם וואס איך שיק דיר, איך קען נישט פארנעמען די חילול השם, אבער איך קען נישט שרייבן, לייג עס ביטע ארויף, ישר כח. יא דין תורה! ליידער איז עס אמת ויציב! און אונטער דעם שטייען ברייט באקאנטע בני בליעל: משה בן פראדל פריעדמאן מיט אדמו"ר מבני יואל הגרז"ל טייטלבוים (בעמח''ס גנבים גזלנים חמסנים) אלעס אונטער די פלייצעס פון די הייליגע לישקע! די חילול שם שמים פאטשט אין פנים! די פראבלעם איז אז ס'פאטשט פאר די נישט ריכטיגע אידן! ס'פאטשט ליידער נאר פאר די וואס זענען געשטאנען און געוויינט בתחנונים די לעצטע צען יאר: קומט און זייט איך מתדיין ביי אן אומפארטייאישן בי"ד בישראל אדער זבל"א וזבל"א! נאר אינטערעסאנט צו באמערקן: מאנסי פרא בעל מוחה, אייכה???????? הרב שטיין באטשי פון די אינטערנעט, אייכה??? לויפער פעמעלי, אייכם????????? ווען רבינו שליט"א וויל אביסל אויפטוען פאר אידישקייט צו אין כשרות צו אין חינוך, זענט עטץ אלע אינדרויסן ווי די פליגן, אוואו זענט איר יעצט אהינגעקומען?????? פארוואס הערט מען נישט ענקער קול מחאה יעצט????? ניטאמאל בטעות!!!!! כלל ישראל שרייט אצינד אויס צו די חברי הלישקע הגריח"מ פריעדמאן, הרב פילאפף, הרב וויינבערגער, הרב כ"ץ ענד קא.; פאר די לעצטע צען יאר האט איר צוריקגעהאלטן די פירערס פון ענקער כת הידוע לשמצה פון זיך שטעלן צו דין תורה, פאר סיי וועלכע לעכערליכע אויסרייד, אייער פרואוו און האפענונג איז געווען אז מ'וועט פארקויפן פאר די גאס אז די ארונים זענען געגאנגען.. די צייטן האבן זיך געענדיגט! אין בני ברק ווייסט שוין היינט יעדער זייער גוט ווער עס איז געזעצן אין טריפה'נעם בג"ץ!! יעדער האט מיטגעהאלטן ווי לאנג עס האט געדארט צו דערווישן א אינטערשריפט פון טאלער'ן אויף די שטרי בירורין!! היינט ווייסט שוין יעדער איינער ווער עס איז געגאנגען אין ערכעות די לעצטע צען יאר אן א היתר בי"ד!!! דאס מינדערסטע חילול השם גייט אויף ענקערע פלייצעס!!! פארשטינקענע פיש געגעסן און פון קאורט ארויסגעווארפן! נאדיר! האבן ענקערע נאכפאלגערס געכאפט אינאיינעם מיט אייך!!!! ווי שעמט איר זיך נישט צו נעמען אחריות אויף די חילול השם וואס קלינגט אפ מסוף העולם ועד סופו?????? גיין אפיעלן אז מ'וויל זיך דווקא נישט שטעלן צו דין תורה?????????? 'תלמידי רבינו', דאס האט די רבי ז"ל ענק געלערנט??????? א חרפה און א בושה!!!!!

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 12/08/2010 18:44:31




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/8/2010 08:38 לינק ישיר 

ראדני_קינג. דו ווילסט באמת וויסן דעם תירוץ? אדער דו האסט עס פשוט ליב צו הערן?... ווי באקאנט איז ביי די חסידי ר' זלמן לייב די איינציגסטע זאך וואס האלט זיי נאך(אביסל) איז.... אז "מען גייט געוואונען" פארדעם האבן זיי געעפנט קאורט קעיסעס אין ב"פ. וומ"ס. ב"ב. און ק"י (ביה"ח). נישט ווייל זיי האבן געהאלטן אז זיי גייען עפעס מער געוואונען נאר ווייל חיי שעה איז ביי זיי די וויכטיגסטע אן דעם האבן זיי נישט וואס צו זאגן פאר די חסידים. וועגן דעם צו די"ת קען מען נישט גיין פאר 2 סיבות 1)די שוואכע שאנסן 2) די"ת איז נישט קאורט וואו מען קען שטופן אדער אויסטייטשן אנדערש דעם פסק. פילסט שוין באפרידיגט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/8/2010 07:58 לינק ישיר 

ס'שטעכט מיר באמת דאס הארץ די נייעס, איך האמיך שוין ערענסט איינגערעט אז די לאנגער בייזער חלום פון חילול השם שנאה מחלוקת, גייט אפשר קומען צו א ענדע,

און דא poof!!

איך וויל פרעגן די זאליס, פארוואס טוט איר דאס? למה? עטס האטס דאך אלעס אין וומ"ב, פאר דער איינער ביה"ח איז ווערד צו ממשיך זיין אזא חילול השם, עטס האטס דאך שוין א נייער ביה"ח, איבערהויפט אז איר זעהט דאך פונעם עבר אז קיינער האט נאך דערווייל גארנישט באקומען פון קיין קארט,

אויסער דעם וואס ס'איז א טיפשות, זיי קריכן טיפער און טיפער אין בלאטע אריין, און זיי קענען דא דערלייגן זייער אלע געווינסן וואס זיי האבן געהאט ביז די אלבעני פסק,

ווען זיי האבן ווען אביסל שכל וואלטן זיי תיכף נאכן אלבעני פסק געכאפט די געווינסן און געלאפן דערמיט, גייען זיי ווי טיפשים און חזרים, לויפן און קארט צוליב א לעטער-העד, און א ביה"ח, און זעהן קלאר ווי זיי ריזיקירן זייערע אלע געווינסן, דא מיט די אמבראזשיא פסק, נאכדעם די בארא פארקע דשאדשקע, יעצט און מאנרא,

פארוואס ריזיקירן אלעס? איינער קען עס ביטע מסביר זיין? איך פארשטיי עס באמת נישט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2010 05:02 לינק ישיר 

עס גלייבט זיך שווער
לכאורה איז דאס נישט אמת זיי זענען יודן שומרי תורה ומצות אין א איד קען נישט אזא זאך נישט טוהן
דאס איז לכאורה סתם א פאלנער ליגענט צו באשמיצן צד מהרז''ל
אין איז לכאורה קעגן די תקנות



תוקן על ידי דיןתורה ב- 12/08/2010 05:04:54




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/8/2010 04:16 לינק ישיר 

שאקירנד ביז גאר... און דאס אלעס ווערט געטוהן אויס מורא אז אין בית דין וועלן זיי זיין זיכערע פארלירער, און אין געריכט האפן זיי וועט מען ארומדרייען מיטן געזעץ...הל"ת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2010 03:21 לינק ישיר 

אין בארא פארק אין בני ברק האט די פארשאלטענע לישעק נישט געקענט געבן זיין ראבער סטעפ פסק
ווייל אין בארא פארק האט מענדל שווימער נישט געלאזט אפיעלן
 אין בני ברק האבן זיי געהאט געפרליכע דרוק פין די ארטיגע בתי דינים.

אבער דא אין ווילימסבורג טוט די לישקע קישקע כל מה שלבם חפץ.


תוקן על ידי דעקלעראציע ב- 12/08/2010 03:23:04




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2010 03:20 לינק ישיר 

אומגלויבליך!!!     אומגלויבליך!!!

תורה תורה חגרי שק!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/8/2010 03:17 לינק ישיר 

אלעס גייט אויפן חשבון אויף די פארשאלטענע לישקע וואס זענען ערגער ווי די רבנות הראשות
וואס הלואי ווען זיי בלייבן אין פאסט אפיס אין לעקן סטעפמס וואלט כלל ישראל אפגעאטמט פין זייער רשעות

אם ראית דור שצרות רבות באות עליו צא ובדוק בדייני ישראל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואלקענא ! זאלי'ס געבן אריין נאטיס אוו אפיעל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext