| נשלח ב-12/8/2010 12:44 |
|
| |
אפשאצונג - פארוואס האבן די זאלי'ס גע-אפיעלט דעם פסק
לפי עניות דעתי – און לפי מיין אפשאצונג, דאס אפיעל'ן דעם לעצטן פסק לגבי דעם בית החיים, איז געטאהן געווארן דורך די זאלי'ס – בלית ברירה, דער חילול ה' איז געוואלדיג גרויס – נישטא וואס צו רעדין. די זאלי'ס האבן געהאט 3 אפשענ'ס, א. זיך האפ לאזן פון בית החיים, און גארנישט טוהן – און וויא פארשטענדליך "אלעס בלייבט ביים אלטן", - ב. זיך שטעלן צום דין תורה, ג. צו אפיעל'ן דעם פסק פונעם שופט צו א העכערן געריכט – און שרייען אונז ווילן מיר דווקא א גויאיש'ן שופט. א, זיך האפ לאזן פונעם גאנצן בית החיים, וואלט געוועהן פאר זיי א קלאפ, אבער עס וואלט געוועהן פארהיילבאר, פונקט וויא דו ארוינים אין וויליאמסבורג, האבן זיך באנדאז'ירט דו וואונדן, און אויפגעשטעלט נייע מוסדות, און אריבער געמישט דים בלעטל. ב. זיך שטעלן צום דין תורה, וואלט געוועהן פאר די זאלי'ס, ממש זיך נעמען דעם לעבן מיט די אייגענע הענט, עס וואלט זיך אטאמאטיש – און זייער שנעל, אנטוויקלט א דין תורה ארום 'וויליאמסבורג' – און וויליאמסבורג באדייט גאר גאר אסאך, סיי פאר די זאלי'ס – וויא אויך פאר די ארוינים, און דאן האבן די זאלי'ס אסאך וואס צו דערלייגן – כאשר די ארוינים קענען נאר פארדינען – בעסער געזאגט – האבן נישט וואס צו דערלייגן. ג. צו אפיעל'ן דעם פסק פונעם שופט צו א העכערן געריכט – און שרייען אונז ווילן מיר דווקא א גויאיש'ן שופט, וויא פארשטענדליך איז דאס אגרויסער חילול ה', למעשה איז דאס די פיערסט טיים – וואס עס איז שווארץ אויף ווייס – 'מי ומי ההולכים' ווער עס איז מעדיף צו גיין צו ערכאות. וויבאלד אז אלע דריי אפשענ'ס זענען געווען איינער ביטערער וויא דעם צווייטן, האבן די 'קארפן קעפ' דארט ביי די זאליס, מחליט געוועהן צו גיין אויף 'חיי שעה' – לכאורה (נישט וואס איך ווייס) האבן זיי עפעס א היתר פונעם "בד"ץ דקהל יטב לב" – און אלעס בלייבט ביים אלטן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/8/2010 03:15 |
|
| |
יענקל די אפיעלס קארט האט געפסקנט אז אזוי ווי מען האט זיך אויסגענימען ביים ווערן א מעמבער אז מען ברויך זיך האלטען צי די שטאטוטען וואס איז געווארען געשריבען גאר ביים היסיסדות הקהלה אין דער אינהאלט מיז ווערען געהאלטען נישט קיין נפקא מינא צי דאס איז א סעקיאלער (נישט רעליגיעז) סעיף אדער א רעליגיעזער סעיף דער חלק צי פערלאנגען פין דע קארט אז עס מיז ווערן איינגעהאלטען הייסט נישט אז די קארט מישט זיך אין רעליגיעזע זאכען אפילו עס קימט אויס צי א רעליגיעזע זאך נאר אויב זיי וועלען אויסטייטשען וואס מיינט א דין תורה אדער זבל"א וכדומה
זייער אפיעל האט זערא טשענס נאר צי קויפען צייט
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 19:39 |
|
| |
איך בין בכלל נישט אין שאק, און איך זעה נישט קיין שום וואלקעינא,
די זאליס האבן געטוהן וואס זיי האבן -פאר זייערע פאליטיק- געדארפט
צו טוהן, און זיי האבן גאנץ א גיטן טשענס צו געווינען דעם דאזיגן אפיעל,
ס'איז זייער קלאר אז א דין תורה איז פאר די זאליס טויט שטראף, בו בזמן וואס ביי
דעם קארט קענען זיי נישט פארלירן ווייל דער קארט האט נישט קיין רעכט זיך
אריין צו מישן, קענען זיי זייער אסאך פארלירן ביי דין תורה, איי חילול השם?
זיי זענען שוין אימיונט אויף דעם, זיי פארקויפן קרעפלעך מיט אין נזקקין וכו' און
זייערע קעלבלעך קויפן דאס, זיי האבן נישט קיין שום פראבלעם צו פארקויפן
אז די אהרונים זענען די וואס ווילן נישט גיין צו דין תורה, און מאנכע עלטערע אידן
תמימי לב וועלן דאס נאכזאגן מיט אזא תמימות, בקיצור די זאליס מיט זייער בלעכן
פנים האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט דעם אפיעל, אצינד, צום עצם אפיעל, לב מלכים ושרים ביד השם, קיינער ווייסט נישט וואס עס
טיט זיך אין הארץ פון די ריכטער, און וואס זיי גייען פסקענען, אבער שכל זאגט אז
ס'איז גאנץ מעגליך אז זיי וועלן אפווארפן דעם פסק און זאגן אז דער פסק הייסט
אויך געמישט אין רעליגיע, די זאליס דארפן נאר אראפ ברענגען אפאר תשובה ספרים
און עפעס א סעיף קטן פון שולחן ערוך אז מעט דארף נישט און אפשר גאר טאר מען
נישט גיין צו דין תורה און אפפס ס'איז א רעלידזשעס אישוי און אראפ מיט דעם פסק,
זעלבסט פארשטענדליך אז די אהרונים וועלן טענה'ן אז טאקע דאס, אויב מען דארף יא
אדער נישט גיין צו דין תורה דארף באשליסן אט דער בית דין, און א צד אינעם סכסוך
קען דאס נישט מחליט זיין, במילא איז זייער שווער פאראויס צו זאגן וויאזוי דער אפיעל
וועט זיך ענדיגן, אבער איין זאך איז לכאורה זייער קלאר, אז די זאליס האבן כמעט נישט
קיין טשענס צוריק צו באקומען דעם בית החיים, ווייל דער גאנצער פסק פונעם ריכטער
וואס האט געשיקט צו דין תורה איז, ווייל בהכרח דארף מען צו קומען צו רעליגיע, איז
עזריאל גליק יא א מעמבער צו נישט, איז ר' בערל פריעדמאן יא פרעזידענט צו נישט,
אלעס ציט זיך ארום מעמבערשיפ וואס דער גרויסער קארט האט שוין געפסקעט אז מען
קען זיך אין דעם נישט מישן, במילא איז דער גאנצער אפיעל בכלל נישט נוגע דווקא דעם בית
החיים, נאר אלע סכסוכים פון קהל יטב לב וואס דאס מיינט די בנינים אין וויליאמסבורג וכו'.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 19:13 |
|
| |
למען האמת דארף געזאגט ווערן אז בעצם האבין זיי נישט אפיעלט למעשה, מען האט נאר אריינגעגעבען א נאטיס אף אפיל פאר עס לויפט אפ דער טערמין, כדי אויב זיי וועלן בעתיד אפיעלען זאלען זיי קענען
|
|
|
|
| נשלח ב-12/8/2010 16:24 |
|
| |
איך האב דעם פאלגענדען אנאליז זיי האלטען נישט אז זיי קענען נאך באמת געווינען אין א גוישען קארט, נאכדעם וואס עטליכע האבען שוין קלאר ארויסגעזאגט זייערע מיינונגען מיט גרויס יושב הדעת וויסענדיג אז די זאליס וועלען זיכען אין א יעדען ווארט אין א קליין ביסעלע טינט א מקום ווי זיך אנהענגען אויף אן אפיעל נאר וואס דען
וואס פאר א פנים וועלען זיי האבען ווען דער קארט סכסוך וואלט זיך געענדיגט מיט דעם לעצטען פסק וואס שרייט ממש שווארץ אויף ווייס דאס פאלגענדע עטס זענטס דארעכגעפאלען
נישטא מער קיין טשענס אין קארט
קלאר געזאגט אז עטס זאגטס ליגענט אז די אהרונים זענען אריין קודם אין קארט, ניין עס איז נישט אמת
דער גוישער קארט צווינגט ענק צי גיין צי דין תורה אדער זבלא אזוי ווי די אהרונים בעטען א גאנצע צייט איז דער פלאן אזוי מען וועט נאך זיין אביסעלע אין קארט אין א פאר חדשים ארום וועט שוין קימען א גיטער איד אין אנהייבען א שלום פלאן וואס וועט גיין בערך אזוי ר אהרן מיז אינטערשרייבען שטרי ברורון וואס ביז יעצט האט ער נישט געוואלט (א ביסעלע טינט)
נאר ביי דעם בי"ד אין נישט יענעם
נאר אין וומבג אד"ג אין נישט דארט
נישט רעדען וועגען רבנות נאר וועגען א בנין אדער צוויי אדער וועלען זיי אינטער שיקען א רודף שלומניק מיט א פלאן אז זיי געבען די אהרונים דעם ביהם"ד אויף בעדפארד מיט נאך קלייניקייטען אין די אהרונים זאלען זיי אפלאזען מיט אלע תביעות אין געבען פאר די זאליס 100 מקומות אין דעם ביה"ח ווי דער רביס ז"ל ליגען פאר א באשטימפטע סכום וואס זיי וועלען דאס צירוק מאכען כפל כפליים מיט פארקויפען די זכיה אויף לימיטעד פלעעצער אהן צי מיזען אהנקימען צי די אהרונים ח"ו דער עיקר פין דעם פלאן צי FACE SAVING אז קיינער האט זיי נישט געצווינגען נאר אזוי ווי די אהרונים האבען מסכים געווען צי דעם רודף שלומניקס פלאן וואס ביז יעצט האט ער נישט געוואלט אינטערשרייבען אין נאך אנדערע ליגענס האט מען געקענט מאכען א שלום אין אז זיי זענען אלעמאהל געווען רעדי פאר אזא שלום נאר די אהרונים האבען עס געשטערט דאס אלעס וואלט נישט געארבייט פאר די היסטארי בוקס ווען מען טיט דאס אהן ציריק גיין אין אפיעלען ווייטער נאר גראד נאכען כאפען דעם דריטען פראסק אויך געדענקט אז מען קען נישט שלעפען אין פארלאנגען אן אפיעל נאר איך מיין 30 טעג וואס זיי וואלטען גערען געשלעפט מער געט עס מינימאם ביז נאך די ימים טובים ונראה
 |
|
|
|
|
|