בית פורומים כל העולם כולו

מויסטשור קיורד יורעטהעין

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/8/2010 22:45 לינק ישיר 
מויסטשור קיורד יורעטהעין





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2010 01:59 לינק ישיר 

איך האב אנגעפרעגט ביי א כעמיסט, האט ער מיר געזאגט אז נאכן אויסטרוקענען קומט נאך ארויס קליינע סומעס פון voc , און ס'ווענדט זיך פאר וועמען און פאר וואו לאנג עס שאדט אדער נישט. דאס איז אבער זיכער אז די voc וואס קומט ארויס בשעת'ן שמירן מוז ווערן גוט אויסגעלופערט, וואס דאס מיינט א גאנצע וואך פון אפענע פענסטערס פאר פיר און צווואנציג שעה. בעפאר דעם טאר מען נישט אריינטרעטן אין קיין דירה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/8/2010 16:51 לינק ישיר 

ס'שאדט אויך נאכן אויסטריקענען לעולמי עד, אדער נאר ביים אריינאטעמען די רויע מאטריאל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/8/2010 06:54 לינק ישיר 

איך וויל נאכאמאל בעטן יעדן איינעם וואס קען מיר געבן סיי וועלכע וויכטיגע אינפראמאציע , און ער וויל עס נישט לייגן אויפן פארק, זאל עס שיקן צו מיין אי-מעיל.[email protected]

א) למשל איך נויטיג זיך וויכטיג אין אי-מעיל אדרעסן פון אלע מענטשן וואס האבן א שייכות צו דעם, למשל די פראדוצירערס און די סקרעיפערס, און די עסקנים וואס האבן אמאל געפירט א מערכה דערקעגן אדער וואס וואלטן מסתמא יעצט געטאן עפעס. פארשטייט זיך אז מ'קען דאס נישט ארויפלייגן אויפן פארק, אבער איך וועל נישט ארויסגעבן קיינעמס נאמען אדער אימעיל אן קיין רשות
ב) ווער סהאט אזעלכע מאטעריאל סעיפטי דאטא שיעטס פון "די קאמפאניס וואס מ'ניצט זייער מויסטשור קיורד" ביים היימישן עולם , זאל עס ביטע שיקן צו מיין אימעיל.
ג) אויך צום ביישפיל איינער וואס טראכט אז ער האט געליטן פון מויסטשור קיור , למשל מיט א קינד מיט אסטמא אד"ג, אדער אן אנדערע זאך וואס ער האט ראיות אז סאיז געקומען דירעקט פון מויסטשור קיור, זאל עס אדער שרייבן דא אדער שיקן צו מיין אימעיל
אויך אויב איינער ווייסט צי מקען ארויף לייגן א PDF דא, זאל ביטע מודיע זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/8/2010 00:03 לינק ישיר 

איך גיי בעטן דעם שיקער אין אי-מעיל אז ער זאל מוחל זיין ביילייגן דאס וואס ער רופט א

"מאטעריאל סעיפטי דאטא שיעט"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/8/2010 23:53 לינק ישיר 

באקומען אין אי-מעיל [email protected] יישר כח פאר'ן שיקער, ביטע שטעלט צו מער אינפארמאציע.

הודאת בעל דין:

שעדליכקייט פון "מויסטשער קיור" ערשיינט אין ליטעראטור פון די פאבריצירער

די שעדליכקייט פון "מויסטשער קיור" איז שוין היינט באקאנט איבער די וועלט, אבער עס וועט זיין אינטערעסאנט צו הערן וואס עס האט צו זאגן דערוועגן די קאמפאני אליינס וואס פראדוצירט דאס.

לויט'ן געזעץ דארף מיט יעדן כעמישן פראדוקט בייגעלייגט ווערן א "מאטעריאל סעיפטי דאטא שיעט", ד.ה. א דאקומענט וואס דערציילט אלע אינגרידיענטס וואס דאס פארמאגט אין זיך.

ווי אויך דארף אינעם דאקומענט שטיין ארויסגעשריבן פונקטליך וואספארא נעגאטיווע ווירקונגען דאס קען האבן אויף דעם וואס קומט אין בארירונג דערמיט.

ווי אויך זאגט דער געזעץ, אז ווען א קאנטראקטאר נוצט א פראדוקט, צב"ש פעינט וכדומה, אין א הויז פון א קליענט, דארף ער איבערגעבן פאר'ן קליענט די אלע פאפירן און דאקומענטן וואס דערציילן איבער דעם פונקטליכן אינהאלט און די ווארענונגען אויף דעם פראדוקט.

לאמיר אלזא כאפן א בליק און זעהן וואס די פראדוצירער פון "מויסטשער קיור" האבן צו זאגן דערוועגן.

"קורצע אויסשטעלונג צו דעם פראדוקט קען פאראורזאכן צייטווייליגע אדער לענגערע איבערבלייבענישן, אפילו אויב דער מענטש האט באקומען זאפארטיגע מעדיצינישע באהאנדלונג".

"מויסטשער קיור" אנטהאלט: זיילין, עטיל-בענזין, טאלעיון דיסייאנעיט, און נאך אנדערע שעדליכע מאטעריאלן, וואס ס'איז א סכנה דאס אריינצואטעמען.

אבער לייענט ווייטער וואס די קאמפאני שרייבט: "אויב מ'איז צו שטארק אויסגעשטעלט צו דעם פראדוקט, קען עס בארירן די צענטראלע נערוו-סיסטעם, און מ'קען האבן סימפטאמען ווי קאפ-ווייטאג, שווינדלען, ווערן באוואוסטלאז, פארלירן דעם באלאנס, און נאך. אריינאטעמען דירעקט פון דער נאנט קען ברענגען פערמאנענטע מוח און נערוון שאדנס, אדער טויט" (ה"י).

אויך שרייבן זיי אז דאס קען ברענגען אטעמען פראבלעמען, בראנקייטיס", וואסער אין די לונגען, און הארץ פראבלעמען.

איינע פון די אינגרידיענטס אין "מויסטשער קיור" קען ברענגען לונגען פראבלעמען, אלערגיעס, הארץ ווייטאג, און אסטמא אטאקעס.

אויך די בלוט, לעבער, נירן און אנדערע איברים קענען ליידן פערמאנענטע שאדנס ה"י פון זיין א לענגערע צייט אויסגעשטעלט צו "מויסטשער קיור".

און דאס איז אלעס בלויז פון אריינאטעמען. שטעלט אייך פאר וואס עס קען פאסירן צו דעם מענטש וואס קומט אין בארירונג דערמיט. "די הויט קען ווערן אויסגעטרוקנט, און ס'קען ברענגען דערמעטייטיס (הויט אנטצינדונג). אויב קומט עס אין בארירונג מיט'ן אויג, קען עס ווערן אויפגעשוואלן, און קען שעדיגן דעם שווארץ-אפעל פון אויג" (ה"י).

אויך שרייבן זיי קלאר אז "מויסטשער קיור" אנטהאלט פארשידענע אינגרידיענטס וואס קענען ברענגען די ביטערע מחלה ל"ע.

מענטשן מיט פריערדיגע פראבלעמען, כראנישע הארץ פראבלעמען, אסטמא פראבלעמען, כראניש בראנקייטיס, און אנדערע כראנישע פראבלעמען, זענען אין א פיל גרעסערן געפאר פון געשעדיגט געווארן דורכ'ן אריינאטעמען "מויסטשער קיור", שוין אפגערעדט פון קומען אין בארירונג דערמיט.

ווי שוין באריכטעט, אנטהאלט "מויסטשער קיור" די שעדליכע "בענזין", וואס איז באקאנט אלס א כעמיקאל וואס קען ברענגען די ביטערע מחלה ל"ע. אין א שטודיע וואס איז דורכגעפירט געווארן במשך די יארן, האבן מענטשן וואס זענען געווען אויסגעשטעלט צו בענזין ביי די ארבעט וכדומה, שפעטער באקומען די ביטערע מחלה אין די בלוט, אדער אנדערע בלוט קראנקהייטן, אריינגערעכנט לוקימיע, מיילאדיספלעסטיק סינדראם (וואס קען ווערן פארוואנדלט אין לוקימיע מיט די צייט), עפילעסטיק אנימיע, לימפאומע, און מולטיפל מייעלאומע. אויך אנדערע "טאקסיק" סובסטאנצן קענען ברענגען די ביטערע מחלה און אנדערע מחלות אין די בלוט ר"ל.

אין א שטודיע וואס די בארימטע "ניו יארק יוניווערסיטי און קארנעל האספיטאל" האט דורכגעפירט, איז מויסטשער קיור אויך א שטארקער גורם פאר "פרויען קענסער" ה"י.

בענזין איז א כעמיקאל וואס ווערט באשאפן פון רויע אויל, און איז א טייל פון פעטראליום פראדוקטן, אריינגערעכנט געזאלין.

די פארבינדונג צווישן בענזין און בלוט קראנקהייטן זענען שוין דאקומענטירט געווארן נאך אינעם 19'טן יאר הונדערט. די פארבינדונג צווישן בענזין און לוקימיע איז צום ערשטן מאל באריכטעט געווארן אין יאר 928'.

אין יאר 948' האט די "אמעריקען פעטראליום אינסטיטוט" פובליצירט א באריכט וואס האט געזאגט אז דאס זיין אויסגעשטעלט צו בענזין איז פארבינדן מיט לוקימיע. דער באריכט איז געקומען צום אויספיר אז די איינציגסטע וועג וויאזוי צו פארמיידן די רעזולטאטן, איז אז מ'זאל גענצליך אוועקשטיין פון בענזין.

זינט דאן זענען שוין דורכגעפירט געווארן עטליכע שטודיעס וואס האבן געוויזן אז א צאל ארבייטער - אריינגערעכנט פלעסטיק ארבייטער, פעינטערס, די וואס דעליווערן די געז, די וואס ארבעטן ביי פעטראליום ריפיינערי, כעמיקאלע ארבייטער, ראבער ארבייטער, און "פרינטינג פרעס" איינגעשטעלטע - זענען געווען פיל מער אויסגעשטעלט צו באקומען לוקימיע און אנדערע בלוט קענסערס און מחלות ל"ע אלס רעזולטאט פון זיין אויסגעשטעלט צו בענזין ביי די ארבעט.

די ארבייטער וואס ארבעטן מיט בענזין אדער ענליכע כעמיקאלן, זענען אויסגעשטעלט צו די מחלות דורכ'ן אריינאטעמען די לופט פון די כעמיקאלן. אויך קען מען דאס באקומען דורך די הויט, ווען מ'כאפט אן די כעמיקאלן מיט די הענט, צב"ש אז מ'כאפט אן א זאך וואס איז געווען געווייקט אין בענזין אדער אז מ'גיסט אויס בטעות אביסל פון דעם כעמיקאל אויף די הויט.

איינע פון די פאפולערע "מינעראל ספיריטס" וואס האט אמאל אנטהאלטן בענזין, איז "ליקוואד רענטש". שטודיעס האבן געוויזן אז אפילו מ'איז אויסגעשטעלט צו נידריגע שטאפלען פון בענזין קען דאס ברענגען לוקימיע און אנדערע בלוט קענסערס און מחלות ה"י.

ווי דערמאנט, איז בענזין א כעמיקאל וואס געפינט זיך אויך אין גאזאלין. עס וועט זיין אינטערעסאנט צו באריכטן, אז ביים לעצטיגן אויל-אויסגוס פון "בריטיש פעטראליום" ביים "גאלף אוו מעקסיקא", זענען געווען רייניגונג ארבייטער וואס האבן זיך אפגערעדט אז זיי באקומען קאפ-ווייטאג, ס'שווינדלט זיי בשעת די ארבעט און אויך שפעטער, זיי האבן איבלען, און שטעכענישן אין די נאז און אין די לונגען.

נאך א קורצע אויספארשונג איז פעסטגעשטעלט געווארן אז די סימפטאמען קומען פון די בענזין וואס געפינט זיך אין די אויסגעגאסענע אויל, וואס דאס ווערט פארשפרייט אין די לופט און די ארבייטער אטעמען דאס אריין כסדר. אין לואיזיאנא זענען 75 באהאנדלט געווארן נאכ'ן האבן אטעמען פראבלעמען, וואס איז געקומען פון אריינאטעמען די שעדליכע כעמיקאלן פון די אויל.

די "ענווייראנמענטאל פראטעקשאן עידזשענסי" (אי-פי-עי) האט אפילו אויפגעשטעלט א ספעציעלן מאניטארינג סיסטעם, צו האלטן אן אויג אויף די קוואליטעט פון די לופט נעבן דעם גאלף אוו מעקסיקא.

די שעדליכקייט פון בענזין איז אלזא זייער קלאר, און די קאמפאניס וואס פראדוצירן שעליכע כעמיקאלן, אריינגערעכנט "מויסטשער קיור", שרייבן דאס קלאר ארויס.

דער פראבלעם איז אבער, אז די קאנטראקטערס געבן נישט איבער די אינפארמאציע פאר זייערע קליענטן. די דאקומענטן וואס אנטהאלטן די אלע אויבנדערמאנטע פאקטן, קומען קיינמאל נישט אן צום קאנסומער, ממילא ווערן זיי נישט געוואויר פון די שעדליכקייט דערפון, וואס טאמער זיי וואלטן דאס געוואוסט וואלטן זיי זיך זיכער אפגעהאלטן דערפון און געווארנט די קאנטראקטארס דאס נישט צו נוצן.

נאכ'ן ליינען די פאקטן וואס די קאמפאניס שרייבן, שטעלט זיך די פראגע: וועלכער איד וואלט געוואלט אז א אידיש קינד זאל ח"ו דיאגנאזירט ווערן מיט אפילו נאר איינס פון די מחלות ה"י? וועלכער איד וואלט געוואלט הערן אז ביי אים אין די משפחה איז די כח הראי' אדער די הארץ פון א קינד ח"ו געשעדיגט געווארן? וועלכער איד וואלט געוואלט פארברענגען אין שפיטאל מיט א קינד וואס האט אנטוויקלט לונגען אדער נירן פראבלעמען צוליב אביסל לייכטזיניגקייט?

עס איז קלאר אז נאכ'ן ליינען די ערשטהאנטיגע עדות'שאפט פון די פראדוצירער פון די שעדליכע כעמיקאלן, וועלן מענטשן שטיין ווייט דערפון און נישט צורירן צו די שעדליכע "מויסטשער קיור" און אנדערע ענליכע פראדוקטן.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/8/2010 23:19 לינק ישיר 

דין תורה, איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט, אדער זאלסטו ביטע בעסער מסביר זיין אדער שיק מיר אן אי-מעיל (איך טשעק מיינע אי-מעילס בערך איינמאל א טאג).
true fact
עס איז געהעריג לעגאל צו עסן קענדיס, אבער איינער וואס עסט עס אשטאטס פרישטאג מיטאג און נאכטמאל, ווייס איך נישט ווי לאנג ער גייט לעבןץ.
צייכן מיר ביטע אן אין וועלכן בלאט זיי שרייבן אבער אז עס איז טאקע לעגאל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/8/2010 21:52 לינק ישיר 

עס קען זיין אז ער איז גערעכט אבער ווער זאגט אז די אנדערע האבען נישט די אלע פראבלעמן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/8/2010 19:20 לינק ישיר 

דאס איז אן אלטע אויסגעדראשענע דעבאטע,
עס איז גיהעריג לעגאל צו ניצען,
איך אליין האב מיטגעהאלטען ווען מען האט געשמירט MCU און א וויליאמסבורגער הויז און דער זעלבסט דערקלערטער אידישער וואטש דאג פון וויליאמסבורג וואס לויפט ארום כאפן ווי מ'שימרט מאוסטשער קויר איז געקומען צו לויפען אין האט ארפגערופען די DEP אז מ'נוצט אןמלעגאלע שעדליכע מאטריאל זיי זעמען אראפגעקומען און געקוקט אויף די קענס אין אפגעפוצט,  דאן האט ער גערופען די פייער דיפארטמענט וואס זענען אויך גאר גיך אוועגעגאנגען, ער ווייסט גאנץ גוט אז ער קען גארנישט טוהן אבער ער טוט איבער די זעלבע שפיל יעדע מאל פרובורינדעג אפצושרעקען די הויז אייגענטומער,
איך לייג דא א לינק צו א PDF פון די העלטה דעפ ווי זיי שרייבען קלאר אז עס איז לעגאל נאר מ'דארף זעהן אז עס זאל זיך לופטערען
קליקט דא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/8/2010 18:33 לינק ישיר 

איך בעט ווער עס האט אינפארמאציע וואס ער וויל נישט אליין ארויפלייגן , נישט קיין חילוק אויב פאר מויסטשור קיור אדער אקעגן , אדער אויב ער האט א קשיא, זאל מיך קאנטאקטן אויף [email protected]



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/8/2010 23:12 לינק ישיר 

איך האב ארויפגעלייגט די צוויי בריוון אויפ'ן זאלונישן פורום, און איך קען נישט טרעפן דעם אשכול. קען מיר איינער מסביר זיין וואס עס גייט פאר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/8/2010 07:27 לינק ישיר 

וועלכע שול?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2010 11:18 לינק ישיר 

the whole moisture cure tararam is one peqce of beloney there was a story this week in williamsburg in a shull that did put it in the shull someone thinking he is doing a good deed called hasmat i think its called that are the agency responsible for hazard matrial they came with there testing machines and brought in even there supervisors and more sofisticated machines and  someone there asked them now what is it safe to stay here now while putting in the moisture cure and they said sure then he asked them what about if someone is putting in the old moisture cure that has higher levels of "mcu" i think its called if they would arrest the owner or the guy  putting it on they just laught at him saying we would have to close the place for 8 hours



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2010 22:46 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מויסטשור קיורד יורעטהעין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext