בית פורומים כל העולם כולו

ברית בבעלזא - הרב אלישיב - עדה החרדית

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/8/2010 01:21 לינק ישיר 
ברית בבעלזא - הרב אלישיב - עדה החרדית

(איך וועל מקדים זיין אז הרב אלישיב גייט נישט כמעט צו ברית'ן און שמחות פון זיין אייגענע משפחה אלץ ביטול תורה, און אויב מאכט מען דעם ברית ביי אום דאן שטייט ער ביי זיין פלאץ און לערענט און פארברענגט נישט קיין איבריגע מיניט)

ווען דו משלחת בשם בעלזער רב שליט"א איז געקימען מכבד זיין הרה"ג הרב אלישיב מיט סנדקאות, האט הרב אלישיב געזאגט אז ער נעמט דאס אן וייל,,,

ווען כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט געוואלט מייסד זיין זיין אייגענע בי"ד און ירושלים האט ער מיך (הרב אלישיב)געשיקט פרעגען צו ער זאל/מעג עס טיען, און איך (הרב אלישיב) האב גענפערט אז איך וויל מיך אדורך רעדען מיט נאך א גדול, איך (הרב אלישיב) האב מיך אדורך גערעדט מיט הרה"ג ר' שלמה זלמן זצ"ל און דו ענטפער איז געווען "יא",
נאכדעם וואס כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא האט געגרינדעט דו בי"ד "בד"צ קהל מחזיקי הדת" און דו טעראר האט זיך אנגעהויבן, און בעלזער רב האט זיך נישט פארריפען און מיין נאמען און אין דו נאמען פון ר' שלמה זלמן זצ"ל (וואס דאס וואלט זיכער גורם געווען אסאך טעראר אויף אינז) האב איך געזען די גרויסקייט פון בעלזער רב און זיין כח המעצר, וואס האט זיך איינגעהאלטן פון פארריפען און אינזער נאמען (הרב אלישיב און ר' שלמה זלמן זצ"ל) כדאי נישט צו גורם זיין קיין צער פאר אינז, און ועגען דעם און אלץ הכרת הטוב נעם איך אן צו זיין סנדק.

עס האט גענימען מער פון 25 יאהר דאס געוואר צו ווערען, מי יתן אז מען וועט נאך געוואר ווערען אז עס זענען דא נאך אסאך גדולי ישראל וואס מען ווייסט נאך עד היום נישט אז מאחורי הפרגוד האט זיך בעלזער רב מתייעץ געווען מיט זיי און זיי האבע געשטיצט און זענען געשטאנען אינטער דעם הקמת הבי"ד.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2010 10:21 לינק ישיר 

איך וועל נישט מגיב זיין לגבי ר' שלמה זלמן, ער איז שוין א שוכן עפר, און מען קען דעריבער זאגן ליגנט בשמו אויך.

אבער לגבי אלישיב, קען איך נאר אזוי זאגן, צו עס איז אמת צו נישט, איז עס מיר אינגאנצן קיין חידוש נישט, א מענטש וועלכער האט געקענט מאכן זיין קאריערע זיצנדיג אין היכל שלמה פאר צענדליגער יארן, בפרט אין א צייט ווען עס האבן געלעבט אזעלכע לייבן ווי דער בריסקער רב וועלכער האט דאס גע'אסר'ט גאר הארב. (דערצו נאך מיין איך אז ער איז געזעצן אין בית דין לעירעורים).

וואס אזא מענטש האט צו זאגן איז ביי מיר לגמרי נישט מאסגעבנד, און פארנעמט נישט ביי מיר קיין מקום. אפגעזען פון וויפיל לערנען ער קען. דער ערשטער רב הרשע, (וועמענס יארצייט איז ערגעץ די וואך) האט אויך געקענט גאר אסאך לערנען...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/8/2010 12:38 לינק ישיר 

http://www.ladaat.net/article.php?do=viewarticle&articleid=8715



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2010 11:40 לינק ישיר 

האקאבו כתב:
טאקע א נועם המידות





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/8/2010 03:01 לינק ישיר 

טאקע א נועם המידות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברית בבעלזא - הרב אלישיב - עדה החרדית
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext