קומענדיגע וואך פרשת תצא וועט כ"ק מרן רבינו שליט"א פארן קיין מאנטריאל אויף א דריי טאגעדיגע באזוך לחיזוק היהודת הנאמנה אין די שטאט.
דער רבי שליט"א וועט אי"ה באזוכן ביי די בארימטע מארוויד שחיטה אין מאנטריאל. דערנאך וועט פארקומען א גרויסארטיגע קבלת פנים אין די סאטמארע קאנטרי, וואו אנ"ש האלטן זיך אויף במשך די זומער וואכן.
דער רבי שליט"א האט היינט געדאווענט אין בית המדרש הגדול דסאטמאר אין מאנטריאל, אין די פריע שעה'ן צוליב וואס די וועג צו די בית השחיטה נעמט אפאר שעה, דער רבי גייט באזוכן צוויי בית השחיטה'ס פון ווי סאטמאר'ע בוטשער נעמט א גרויס חלק, איינס איז "מארוויד" ווי מען שחט עופות און די אנדערע איז "קאנטינענטעל" ווי מען שחט בהמות קעלבערנע
ביי די געלט מסיבה אין מאנטריאל וואס איז ספעציעל ארגאנאזירט געווארן לכבוד די געהויבענע באזוך פון כ"ק רבינו שליט"א, צו ערמעגליכן דאס פערטיגן די נייע בילדינג פון די תלמיד תורה, האבן זיך באטייליגט רובו ככולו פון די קהילה (די אלע א.ג. נייטראלע - לויט ווי די ארוינים פרובירן נעבעך צו פארקויפן - האבן זיך באטייליגט...), עס האבן זיך באטייליגט ממש אלע רבנים פון די שטאט ווישניץ (ביידע), ראשית חכמה,זשיבוי, וכו' א גאנצע ליסטע פון רבנים,
די אלע רבנים האבן זיך באגריסט מיט רבינו שליט"א ביותרת הכבוד.
עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ מאנטריאל רב שליט"א וואס האט באצויבערט דעם עולם מיט זיין הערליכע דרשה, ער האט מורא'דיג שטארק ארומגערעדט בשבח פון רבינו שליט"א, ארויסברענגענדיג א הכרת הטוב וויפיל "מיין שוואגער דער רבי זאל זיין געזונט וואס איז דער רבן של רבבות אלפי ישראל" האט שוין ארויסגעהאלפן פאר די מוסדות ובפרט פאר די נייע בנין התלמיד תורה
עס האט אויך אויפגעטרעטן הגה"צ דער דיין שליט"א מיט א הערליכע דרשה ארויסברענגענדיג די דערהויבענע געפילן וואס די קהילה האט האבנדיג די זכי' צו האבן רבינו שליט"א צו באשיינען די קהילה, עס האט אויך אויפגעטרעטן די מנהל התלמיד תורה און נאך
דער רבי שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א הערליכע דרשה פון וואס דער עולם איז ארויס פון התפעלות, סיי די דרוש און סיי די מוסר והדרכה, עס איז געווען גאר א שיינע דרשה וואס וועט לאנג בלייבן אין די ביינער פאר תושבי מאנטריאל.
נשלח ב-18/8/2010 06:49
SatmarBase: MONTREAL- confirmed from Rushi Huaskunim: we raised already 1/2 million $$ ! for the Talmud Torah lekuved Rebbe shlite's visit! KOI LECHOI!
SATMARnias: Montreal U/D: Rabeiny shlit"a arriving now in hall to mesibas hakuras hatov for all anash.
SatmarHQ: U/D Speakers at Mesiba: R'Shoal Perlstein Rosh HKuhl, Av"d Satmar Montreal (said 'My Shvuger d Rabbi Working Hard 4Hatzlucha on Mosdos)>
SatmarHQ: 2-5 Domt"z Montreal, Menhal of TalmidTorah, and C"K Rabbiny Shlita. major oilom that were attending
SatmarHQ: Rabbiny will Davan Iy"h Shachris in Central Bies Hemedrish HaGudel D'Khal Yetev Lev 6:30am, than going to the two Beis HaSchitas.
נשלח ב-18/8/2010 00:14
באקומען די מעסעדזש
SatmarBase: Montreal- several Aronim took their boys to a trip... Instead of letting them have de ZCHIA to look on Rabiny.. Owch ! We feel ur Pain...
נשלח ב-17/8/2010 23:17
ארוינים קענען נישט צוקוקן
די ארוינישע מינדערהייט קינדער האבן נישט געקענט צוקוקן ווי רבינו שליט"א קומט אהין צו "זיי" אויף א באזוך, האבן די טאטע'ס ארויסגענומען די קינדער אויף א טריפ צו א פארם......
קאמאנטארן זענען איבריג
נשלח ב-17/8/2010 22:34
קאנאדא איז איינגעהילט אין א יום טוב'דיגע שטומינג מיט די ערשיינונגס פונעם גרויסן גאסט כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
היינט אינדערפרי האט רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אינעם צענטראלן ביהמ"ד פון די סאטמארער קאנטרי אין פריפאנטעין קאנאדא, עס האבן מיטגעדאווענט הונדערטער אנ"ש, די בחורי המתיבתא און די תשב"ר. רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית פארן עמוד, זייענדיג אין יאר נאך די פטירה פון אמו הרבנית ע"ה.
נאך שחרית איז פארגעקומען א אומפאזאנטער מסיבת לחיים און קבלת פנים לכבודו פון דעם געהויבענעם גאסט. עס האט אויפגעטרעטן מיט א התרגשות'דיגע דרשה הגה"צ דומ"ץ דקהילתינו שליט"א.
דערנאך האט רבינו שליט"א אפגעשטאט באזוכן ביי זיין שוואגער דער רב הקהילה שליט"א, און ביי הגה"ץ דומ"ץ דקהילתינו שליט"א.
פון דארט איז רבינו שליט"א ערשינען צו די קבלת פנים דורך די ילדי תלמוד תורה, וואו אלע קינדער זענען דורך געבן די הענט פאר רבינו שליט"א.
פת שחרית האט דער רבי שליט"א געגעסן אינאיינעם מיטן דיין שליט"א און די ראשי הקהלה והמוסדות אין שטוב פון הנגיד ר' חיים שמואל רייך הי"ו.
רבינו שליט"א געפינט זיך אצינד אויפן וועג צו מאנטריאל וואו ער וועט אפשטאטן דעם געהויבענעם באזוך. מארגן אינדערפרי וועט דער רבי דאווענען שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי מתיבתא תורת משה און הונדערטער אנ"ש אין די פריפאנטעין געגענט אין קאנאדא.
נשלח ב-15/8/2010 23:49
נשלח ב-15/8/2010 23:48
נשלח ב-15/8/2010 23:47
נשלח ב-15/8/2010 21:59
נשלח ב-15/8/2010 21:58
נשלח ב-15/8/2010 21:56
פריפאנטעין קאנאדע, וואו אנ"ש תושבי מאנטריאל האלטן זיך אויף במשך די זומער וואכן