די אהרונים פרובירן שוין יארן צו שווענקן די מוחות פון זייערע קעלבער אז ר' זלמן לייב איז א פיקטשער רבי, פון אים כאפט מען פיקטשערס און מ'לייגט דאס אין די מאגאזינען, ער רירט זיך אין ערגעץ נישט איידער ער איז זיכער אז די פאטארעפירער געפינען זיך מיט אים. אבער עס איז א ביטער געלעכטער ווען יעדער אין די וועלט זעהט דאס היפאקראטיע דערפון, פון ר' אהרן טייטלבוים איז דא טויזענטער בילדער א יאר, און טאקע אין אלע מיני פאזעס און מצבים, בשעת ווען ר' זלמן לייב ווערט זעלטן געזען א בילד, און ווען יא איז דאס קיינמאל נישט אין א פריוואטע פאזע, משא"כ ביי ר' אהרן איז דא אויף יעדן ריר אפילו בחדרי חרדים פון זיין מלוכה, וואו נארמאל קען א פאגרעפירער נישט צוקומען נאר טאמער ער האט די פולע הסכמה פון די בני הבית.
וואס האט אבער היינט געכאפט מיין אויג איז געווען א אשכול אין כל העולם כולו וואו מ'ברעכט מיט פאטאס די נייעס אז חסדי ה' כי לא תמנו, מ'קען שוין באקומען די בילדער פון זיין הייליגטום דירעקט אויף פיקטשער מעיל...
דעריבער האב איך באשלאסן צו מאכן א קורצן סך הכל פון די פאקטן, וירא הקהל וישפוט.
פאקטן - צד מהרי"י:
~ ר' זלמן לייב האט פארבאטן פאר זיין אייגענע צייטונג "דער איד" אריינצולייגן בילדער פון אים.
~ ר' זלמן לייב האט פארמאכט דעם בילדער אויסגאבע "העולם" טראץ דעם וואס עס האט געהאט גוטע פאטענציאלן אין דעם פעלד, אלעס ווייל די ארויסגעבער, וועלכע זענען געוויס געווען זיינע חסידים, האבן פון אים געלייגט בילדער.
~ ר' זלמן לייב האט באצאלט פון זיין אייגענע טאש פופצן טויזענט דאלער פאר הערשי רובינשטיין ער זאל נישט ארויסגעבן א בילדער אלבוים פון די חתונה פון זיין אינגסטע טאכטער וואס איז פארגעקומען סיון תשס"ח.
~ ר' זלמן לייב האט נאך ממש לעצטענס ביי די שבעה פון זיין מוטער פארלאנגט מען זאל שטעלן צעטליך אז עס איז פארבאטן צו כאפן בילדער, און ער אליין האט זיך צובייזערט ברבים אויף די בילדער מאכער ביים ניחום אבלים פון האדמו"ר מהרב"צ מבאבוב און דעם קלויזענבורגער רבי פון בארא פארק.
~ ר' זלמן לייב ווערט זייער שוואך געדעקט אין די אלטוועלטליכע פרעסע און אין די בילדער מאגאזינען, אפילו פון די גרויסע מאורעות וואו אלע רבי'ס זענען שיין פאראייביגט זעט מען זעלטן א שיין בילד פון ר' זלמן לייבן.
~ ר' זלמן לייב האט אפגעשטעלט א טעגליכער אימעיל וואס האט פון אים ארומגעשיקט בילדער און נייעסער.
פאקטן - צד מהר"א:
~ ר' אהרן טייטלבוים'ס היים צייטונג "דער בלאט" לייגט יעדע וואך אריין צענדליגער בלעטער מיט בילדער פון ר' אהרן, און צוגאב ביי יעדע יומא דפגרא אדער ספעציעלער ריר פון ר' אהרן ערשיינט א ספעציעלע באלייגע מיט זיינע בילדער.
~ ר' אהרן טייטלבוים האט ביי זיך אין שטוב א שטאב וואס איז געווידמעט זיך אפצוגעבן מיט זיינע בילדער. און דאס איז קיין שום סוד נישט, זייערע נעמען זענען שוין מערערע מאל ערווענט געווארן אין די בילדער מאגאזינען, איבערהויפט דעם "עולם החרדי", וואו עס זענען געשטעלט געווארן מזל טוב וואונטשן פון די מערכת פאר די יעניגע.
~ ביי די אהרונים ווערט געפירט א גאנצער אימעיל אפאראט וואס שיקט יעדן איינציגן אווענט בילדער פון דעם חתן דינן ר' אהרן. און צוגאב שטייט די מערכת "בחצר סאטמאר" ווי זיי רופן זיך אונטער פארשידענע טוויטער גרופעס וואס שיקן ארום בילדער, און טאקע ממש לעצטעס געעפענט א נייע סיסטעם וואס וועט אריינשיקן די בילדער דירעקט צו די טעלעפאנען פון די אלע שעפסן וואס לעכצן צו זען די צורה פונעם זיסן רבין.
~ אומאפיציעל שטייען די אהרונים אונטער די מאגאזין "די וואך", וואו עס זענען יעדע וואך צענדליגער בילדער פון ר' אהרן דינן.
~ אויף היידפארק ווערט יעדע ריר פון ר' אהרן באגלייט מיט בילדער.
~ און צום לעצט, פרעגט דעם באקאנטן הערשי רובינשטיין זעלבסט וואספארא הערצה ער געניסט ביי ר' אהרן, און ווי שיין ער ווערט דארט אויפגענומען. און וויפיל מאל ר' זלמן לייב האט אים פערזענליך געבעטן ער זאל פון אים נישט כאפן קיין בילדער, און ווען ער האט יא מצליח געווען זיך אריינצוכאפן צו די הכנסת ספר תורה אין מחנה דברי יואל פאר צוויי יאר צוריק וואו ער איז קוים ארויס א לעבעדיגער.
דעריבער לאז איך אייך - טייערע ליינער - מאכן די מסקנות ווער עס איז דער פיקטשער רבי און וואו ווייט היפאקראטיע קען גרייכן...
נשלח ב-3/9/2010 00:21
קיין בעסערע ענטפער ווי דער "כל העולם כולו" די וואך איז נישטא פאר אזא אשכול
הה"ד הא לן והא להו
נשלח ב-25/8/2010 06:00
ווייסטו וואס, ברענג מיר נאר איין בילד (נישט פון נ"ד אין ארץ ישראל) ווי ר' אהרן בייזערט זיך אויף א פיקטשער מאכער נאכער וועלן מיר דעבאטירן.
נשלח ב-24/8/2010 22:24
דאס רעדן וועגן יא אינטערסאנטקייט אדער נישט אינטערסאנטקייט ביים אנטון א רעשוואלקע איז אירעלעווע"ט, ס'איז סתם א נארישער פראבע צו פארדרייען די שמועס.
נשלח ב-24/8/2010 22:07
וואלןסח, דו מאכסט מיך לאכן. פון ר' אהרן איז דא בילדער אויף יעדן ריר פון זיין לעבן, און דו קענסט פלוצלינג נישט פארשטיין וואס עס איז דא צו כאפן א בילד ווען מ'טוט זיך אן א רעזשוואלקע. ס'נאך עניטיים אזוי אינטערעסאנט ווי בילדער פון ר' אהרן ווען ער מאכט דעם פלעי ערב יום כיפור ביי די ספרים.
נשלח ב-24/8/2010 21:45
נישטא ווער זאל לאכן, אפשר קען איינער מסביר זיין ווי קומט אריין צו כאפן א פיקטשער ווען מען טוט אן א רעזשוואלקע?
נשלח ב-24/8/2010 20:56
כ"ק מרן רבינו שליט"א צובייזערט אויף די בילדער מאכער אין לאנדאן
תוקן על ידי קעציל ב- 24/08/2010 21:37:07
נשלח ב-22/8/2010 07:49
אימזיסט. איך האב געענטפערט אויף "דעם"...
אומזיסט כתב:
דו און איך ווייסן גאנץ גוט, אז דער פאקט איז אז די זאלי'ס האבן דעפיניטלי נישט פיינט די אהרונים פערזענליך.
יא נישטא וואס צו רעדן זיי טראגן א וויסטע שנאה צו אהרן טייטלבוים און דוד עקשטיין די 2 מענטשן. וואס לשיטת הזאלי'ס, זענען די 2 היבש פאראנטווארטליך פאר יעדע אומאיינגענעמע פאסירונג אין סאטמאר די לעצטע 25 יאר,
און איך זאג אלס פאר אהרונים וואס טענה'ן זיך וועגן די וויסטע שנאה וואס די זאלי'ס האבן צו מהר"א, משא"כ זיי האבן נישט דאס צו רז"ל, זאג איך זיי: נו אדרבה משם ראיה! זעסט דאך פונקטליך די חילוק צווישן מיינעם און דיינעם. מיינער האט עטס קריטיק און עמעראצעס אויף אים נישט ווייל ער איז עפעס שלעכט, בלויז ווייל ער פייט מיט דיין רבי'ן. גוט, אונזער עולם האט ידער 2'טער צוטון געהאט מיט דעם אהרנ'ן א וואונדער ער האט אזויפיל דם שונאים?
דו ווייסט אז משה נתן וויינבערגער איז געווען פייער פאר מהר"א ביז די מעשה? און דו ווייסט וויפיל קרובים און גוטע פריינט האבן פיינט באקומען ממש מהר"א נאך די מעשה? שוין אפגערעדט וויפיל חסידים ומעריצים ער האט פארלוירן.
משא"כ ביי די אהרוננים, וועסטו מיר מודה זיין הערשט סאך א שטערקערע שנאה צום כלל הזאלי'ס, אפילו אויב די שנאה צו רז'ל פריוואט איז נישט אזוי געפערליך.
שוין אפגערעדט פון די בני יואל וואס זענען ממש קרעציג ביי ענק...
קאמאן! וועק דיך אויף! עטס זענטס די גרעסטע שנאה פראוויידערס אין אמעריקע!
און לאות על דברי, לאמיר א קוק טאן אויף די 2 שטעט ווילי, און ק'י.
אין ווילי, ווי רז"ל האט די בעלות, שפרודלט מיט בתי מדרשים, יעדער איינער איז וועלקאם, מען ברויך נישט זיין כפוף צו קהל'ס דיקטאטן זוכה צו זיין אז דעער ביהמי"ד זאל מעגן שטיין געהעריג -נישט בלויז די אדרעס...- אויף די ווענט פון די קהלישע שולן, אידן גייען צו שמחות איינער צו די אנדערע, אפגעזען אין וועלעכע שול ער מאכט די שמחה, יודן זאליס קענען אפילו צומאל אריינפאלן אין הופער לערנען, פארוואס? ווייל קיינער שטערט נישט קיינעם, יעדער זאל געזונטערהייט טון וואס -און גיין וואו- זיין הארץ באגערט . דאס איז אין ווילי.
וחילופיהן בגולם. כ'מיין מאנרא...
נשלח ב-20/8/2010 23:34
איך האב געשריבן דאס:
אומזיסט כתב:
וואלן, דער טעות וואס דו און אסאך פון דיינע פריינט מאכן איז אז עטס רעדטס ענק נעבעך איין אין ענקער רבי, אז ער איז באמת א יש, ווען עטס זאלטס מיטהאלטן בחדרי חדרים זיין התנהגות, וואלט עטס ענק געשעמט פאר זיך אליין.
אבער די גוטע נייעס איז, אז דאס אהרוני'זם ביי די אהרונים וועפט אויס. די אמאליגע אינגלעך ווערן בחורים, די בחורים אינגעלייט, און די יונגעלייט ווערן ביזנעסלייט און מיטל עידזש אידן, און צוביסלעך דערזעען זיי ווי זיי האבן זיך נעבעך מיאוס געגרייזט אין די אמונת צדיקים וואס זיי האבן געהאט.
ר' אהרן אליינס העלפט שטארק ארויס דערצו. זיינע רעגלמעסיגע נארישקייטן וואס ער רעדט צוזאם פון איך מיך זיך איז זייער גוט פאר זיין עידזש - ישיבה קטנה בחורים. אפאר יאר עלטער פון דעם גרוילט עס יעדן אריינגערעכנט די געשוואוירענע וואס גייען פארן רבי'ן אין פייער.
בעיקר האט מען דאס געזען נאכ'ן לעצטן חוה"מ פסח דרשה.
א נארמאלער מענטש וואלט פארשטאנען, אז אקאורדינג צו ר' אהרנ'ס פשוטער מהות, פונקט אזוי פשוט ווי א יעדער אנדערע איד אדער נאך פשוט'ער, האט זייער גוט אריינגעפאסט דאס רעדן וועגן די אינטערנעט, וואס האט יא אערויסגערופן בייז וואונדער און אפשיי איוז געווען די זינלאזע אויף לופט באזירטע אטאקעס קעגן די סאטמארער ווייץ.
אבער ביי די אהרונים איז געווען פונקט פארקערט. אויף די ווייץ האבן זיי אים געבעקט פול-פארס, געבאקן מעשיות וויפיל עס האט אויסגעפעלט, און לפלא האבן די אהרונים זיך ניטאמאל געשעמט מיט די זינלאזע נארישקייטן. (חוץ, ביז דער בלאט איז ארויסגעקומען).
ווידעראום דער זיך פאררעדן וועגן די אינטערנעט האט זיי אזוי שאקירט, אזש קול סאטמאר האט בידים זיך באגראבן פאר דער גאנצער גארער וועלט, אלעס כדי דער ישיבה קטנה בחור'ל אין מאנרא וואס האט נישט קיין אינטערנעט און קיין טעקסט זאל קענען צווייפלען אין די גאנצע זאך. - ממש פארקערט ווי דער גראדער שכל וואלט געווען.
און דער הסבר איז זייער פשוט. שמואל שלמה טעלער, און די אנדערע "הייליגע" פראפאגאנדיסטן, וואס ציען מער צו א אבערגלויבערישע חסידות ווי שמואל ווידער, האבן זיך דערזען אז די לאנגיעריגע עבודה וואס מ'לייגט אריין אין די צעירי הצאן גייט לאיבוד. עינן רואות וכלות ואין לאל ידם. דער רבי האט זיך אליין באערדיגט.
זיי האבן פארשטאנען זייער גוט אז דער פליטת פה וועגן די אינטערנעט גייט טייער קאסטן. אפילו דער קלענסטער סייז מח (פראדוקט אוו מאנרא...) און דעער טיפסטער חלה דעקל וועט אנהייבן צו כאפן אז סאמטינג פישי דא. דער צדיק הדור, פאר וועמענס עבודה עס קען זיך פארשטעקן דעם רבי'נס עבודה אין סאטמאר און אין אמעריקע (זייט קראלי איז נאך אזאנס נישט געווען...) דער צדיק הדור וואס שטייט און האקט אויף די אינטערנעט ווען ער קען, אזש ער איז געווען דער ערשטער פאראויס צוזען די סכנה פון אינטערנעט, קען זיך פלוצלינג אין א מאמענט פון א אטאקע וואס דערמאנט די גוטע יארן, נעמען שיקן דעם עולם קוקן די אינטערנעט (והא לך לשונו הטהור: איך בעט ווער עס קען זאל... און זאל ער ארויפגיין און קוקן) אויף א גרויסן פארנעם, כאילו נישט דו ביסט דער וואס האקט שוין צען יאר אויף דעם טריפה'נעם כלי.
האבן די קארפן קעפ פארשטאנען אז דאס איז סם המות פאר די קינדער, סם המות פארן חינוך וואס זיי פרובירן נעבעך איינצופלאנצן אין זייערע קינדער'ס קעפ, ווייל אז דער קינד/בחור'ל זעט אז פאר נצחון פארגעסט דער רבי פונעם הייליגן פלעי וואס ער שפילט, כאפן זיי אויף אז די גאנצע זאך איז פעיק פאוני בעלאוני.
זיי כאפן דאס וואס יעדער נארמאללער מענטש פארשטייט, און וואס יעדער אהרוני פארשטייט אויף כמעט אלע אנדערע רבי'ס, אז רוב רובם זענען פאוני בעלאוני,יעצט כאפן זיי עס אויף זייער אייגענעם רבי'ן דאס זערלביגע.
און דאס האט זיי אזוי געטריבן עס אראפצונעמען. די אינגווארג זאל כאטש נישט כאפן. זאלן זיי דמיונען אז די גאנצע וועלט דמיונ'ט.
איי די ערוואקסענע? איז קודם כל, וואס קענען זיי נעבעך טון. די טריפה'נע טעכנאלאגיע, דעם רבי'נס אלטע שונאים... זענען אלעס שולדיג. והשנית, עפעס האט זיי עס יא געהאלפן. וואלן ס"ח האט נאך אלס נישט געכאפט דעם דזשאוק. ער האט די גאטס אויפצוווייזן פאר די זאלי'ס אז עכט איז אהרן קעגן פיקטשערס ווייל אז נישט איז דאס א סתירה אין א הארבן ר' אהרן...
איז די פשט אז עס איז נאך נישט אינגאנצן פארפאלן.
ס'נאך דא האפענונג, שמואל שלמה!
[/quote]
האסטו געענטפערט דאס:
[quote] אימזיסט לאמיר הערן אין איין ווארט וואס צד מהרז"ל האלט. מיר ווייסן אז דער אויבערשטער האט באשאפן א וועלט מיט 6 ביליאן מענטשן. פון דעם האט דער באשעפער גענומען אפאר מיליאן מענטשן און זיי געמאכט פאר זיין באליבט פאלק. זיי געגעבן די תו"מ. און.....עקסטערע קלוגשאפט מער ווי אלע פעלקער. ליידער ליידער זענען אסאך/רוב יודן פארכאפט אונטערן ע"ז הציונות. ווייסן מיר אלע אז "קהילת סאטמאר" איז די אויסדערוועלטע. אין סאטמאר איז דא צוויי חסידות'ער. חסידות מהר"א. און חסידות מהרז"ל. איז אזוי א חלק פון צד מהרז"ל זאגט אויף רוב/כמעט האלב סאטמאר אז זיי זענען שוטים. רשעים. וכו'. זאגטס מיר איז דאס נישט "סעלף העיטינג דזשו"???? ווייל דו ביסט נישט מיט אים אויף איין מיינונג איז ער שוין נישט מער ווי א בעל חי? איז "דאס" נישט משוגע? איז דאס נישט כינוי שם וואס אויף א יחיד איז עס אזוי הארב עאכו"כ אויף א רבים??? עס איז דאך אלול יעצט! ווען דען זאל מען תשובה טון דערויף??? איך הייס נישט ענדיגן די מחלוקה. אבער די וויסטע שנאה "מוז" זיך ענדיגן!!!! איך שרייב עס נאר פאר די וואס האלטן ביים הערן. נישט פאר די וואס וועלן זוכן פון אונטער דער ערד צו ענטפערן עפעס. ביטע ענטפערן רואיג. שכוח
עד היום כאפ איך נישט די שייכות...
תוקן על ידי אומזיסט ב- 20/08/2010 23:38:36
נשלח ב-20/8/2010 21:56
איך האב נישט פרובירט צו פארדרייען גארנישט. איך באקום נישט באצאלט דא צו זיין. איך האב נאר געענטפערט אויף אימזיסט
קוק ווי דער אהרויני האט מצליח געווען צו פארדרייען די שמועס.
זאג נאר פריינדליך, וואס איז גורם אז דיין רבי זאל זיך צוקוויטשען אויף איינעם וואס מאכט בילדער און וואס איז גורם ער זאל זיך לאזן שיין פאטאגראפירן? ס'זעט מיר אויס אז ער האט עפעס א שטיקל דיסארדער מיט דעם.
נשלח ב-19/8/2010 16:49
אימזיסט. איך מיין דו מאכסט א ווערטל. וועלכע קהילה רופט דעם צווייטן מיט א צונאמען וואס מיינט "שוטים"? ארונים אדער זאליס? וועלכע קהילה רופט דעם צווייטן "קוען"? ארונים אדער זאלונים? וועלכע קהילה רופט דעם צווייטן רבין מיט אלע מינע צונעמען?ארונים אדער זאליס? פארוואס ווען איך טענה זיך מיט א זאלי וועט ער מיך אנרופן מיט אלע מינע נעמען. און נאכדעם מיר ענטפערן? און מיר וועט ניטאמאל בייפאלן צו זאגן אויף אים עפעס? און נאכאמאל. לויט ווי עטס לייגטס אראפ די ארונים זענען זיי פארקויפט פאר זייער רבין אפילו ער איז א שגץ. רשע. משוגענער. וכו'. איז דאס נישט גענוג א סיבה פיינט צו האבן ר' זלמן לייב שנאת מות ווייל ער האט (לויט ענק) "צושטערט" זייערע פלענער??? וועלכע צייטונג האט יעדע וואך ארטיקלען קעגן די אנדערע צד(איך רעד נישט ווען ער רעדט קעגן מיין רבין. ווייל דאס ביסטו מודה אז ער האט אים פיינט) עס איז נאך דא אסאך צו שרייבן אין דעם ענין איך האב פשוט נישט קיין צייט/נערווען צו שרייבן צו לאנג. אפשר א צווייט מאל וועל איך צוריקקומען איך מיין נישט צו זאגן אז דו האסט מיך פיינט. נאר אויב איז דא איין צד וואס האט פיינט די אנדערע איז עס מהרז"ל'ס חסידים קעגן מהר"א'ס חסידים
תוקן על ידי פריינדליך ב- 19/08/2010 16:54:03
נשלח ב-19/8/2010 09:01
מען רעדט נישט פון דעם. מען רעדט אז ווילאנג אהרן האט געהאט די מאכט אין ווילי, איז דארט גארנישט בעסער געווען ווי מאנרא היינט. עס איז געגאנגען פון שלעכט צו ערגער.
און נאכאמאל, נייטראלע בתי מדרשים קען מען עפענען אין מאנרא אויך (הגם מיט געוויסע תנאים).
דו און איך ווייסן גאנץ גוט, אז דער פאקט איז אז די זאלי'ס האבן דעפיניטלי נישט פיינט די אהרונים פערזענליך.
יא נישטא וואס צו רעדן זיי טראגן א וויסטע שנאה צו אהרן טייטלבוים און דוד עקשטיין די 2 מענטשן. וואס לשיטת הזאלי'ס, זענען די 2 היבש פאראנטווארטליך פאר יעדע אומאיינגענעמע פאסירונג אין סאטמאר די לעצטע 25 יאר,
און איך זאג אלס פאר אהרונים וואס טענה'ן זיך וועגן די וויסטע שנאה וואס די זאלי'ס האבן צו מהר"א, משא"כ זיי האבן נישט דאס צו רז"ל, זאג איך זיי: נו אדרבה משם ראיה! זעסט דאך פונקטליך די חילוק צווישן מיינעם און דיינעם. מיינער האט עטס קריטיק און עמעראצעס אויף אים נישט ווייל ער איז עפעס שלעכט, בלויז ווייל ער פייט מיט דיין רבי'ן. גוט, אונזער עולם האט ידער 2'טער צוטון געהאט מיט דעם אהרנ'ן א וואונדער ער האט אזויפיל דם שונאים?
דו ווייסט אז משה נתן וויינבערגער איז געווען פייער פאר מהר"א ביז די מעשה? און דו ווייסט וויפיל קרובים און גוטע פריינט האבן פיינט באקומען ממש מהר"א נאך די מעשה? שוין אפגערעדט וויפיל חסידים ומעריצים ער האט פארלוירן.
משא"כ ביי די אהרוננים, וועסטו מיר מודה זיין הערשט סאך א שטערקערע שנאה צום כלל הזאלי'ס, אפילו אויב די שנאה צו רז'ל פריוואט איז נישט אזוי געפערליך.
שוין אפגערעדט פון די בני יואל וואס זענען ממש קרעציג ביי ענק...
קאמאן! וועק דיך אויף! עטס זענטס די גרעסטע שנאה פראוויידערס אין אמעריקע!
און לאות על דברי, לאמיר א קוק טאן אויף די 2 שטעט ווילי, און ק'י.
אין ווילי, ווי רז"ל האט די בעלות, שפרודלט מיט בתי מדרשים, יעדער איינער איז וועלקאם, מען ברויך נישט זיין כפוף צו קהל'ס דיקטאטן זוכה צו זיין אז דעער ביהמי"ד זאל מעגן שטיין געהעריג -נישט בלויז די אדרעס...- אויף די ווענט פון די קהלישע שולן, אידן גייען צו שמחות איינער צו די אנדערע, אפגעזען אין וועלעכע שול ער מאכט די שמחה, יודן זאליס קענען אפילו צומאל אריינפאלן אין הופער לערנען, פארוואס? ווייל קיינער שטערט נישט קיינעם, יעדער זאל געזונטערהייט טון וואס -און גיין וואו- זיין הארץ באגערט . דאס איז אין ווילי.